א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער [ז"ל] וועקער 2

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

און האסט נאר געטרינקן די הייסע טיי אדער האסט אריינגעשווערצט קאלטע געטראנקען אזוי ווי איך...?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך בין געוועהן ביי איהם צוויי מאל אלס מירער בחור ווען א בעלזער קאזין האט מיך אהינגעשלעפט, איין מאל שבת ביינאכט ביים כותל און א צווייטע מאל שבת נאכמיטאג ביים סעודה, קען זיין אז די פראבלעם איז אין מיר אבער איך האב גארנישט געזעהן דארט וואס זאל ווערד זיין זיך אפצולערנען דערפון, אויב עפעס פארקערט. איך בין דארט געוועהן מיט מיין קאזין און אן אייניקל פון רא"מ און אפשר נאך איין גאסט, איך האב גארנישט געגעסן דארט ווייל איך האב שוין געהאלטן נאכ'ן סעודה. אינמיטן סעודה האבן זיך אנגערוקט א גרופע תוא"י אינגעלייט און זיך אוועקגעזעצט אויפ'ן בעט/קאוטש און נישט אויפגעהערט צו שמייכלען צווישן זיך. אינמיטן האט ער געגעבן זיין טיי גלאז פאר'ן אייניקל צו מאכן א refill און איינער פון די תוא"י אינגעלייט האט זיך אנגערופן אז ווען מ'גיסט אריין הייסע וואסער אין א גלאז וואס איז נאך אביסל נאס פון די פריערדיגע רונדע טיי איז עס לכאורה בישול... אוי האט רא"מ זיך אויפגערעגט... עפעס האט ער געזאגט אז מ'דארף נישט (צו מ'טאר נישט) זיין קלוגער פון די זיידעס... דער אינגערמאן האט איהם געלאזט זיך אויסבייזערן און דערנאך האט ער זיך אנגערופן אז ווען ער וואלט געדענקט וויאזוי זיין זיידע האט זיך געפירט וואלט ער נישט געפרעגט נאר ליידער געדענקט ער נישט דערפאר פרעגט ער :lol: :lol: :lol: שוין, האט רא"מ ארויסגעמורמלט עפעס א היתר באזירט אויף עפעס א גמרא לענין זב, איך געדענק נישט פונקטליך וואס ס'געוועהן, אזויפיל געדענק איך אז ס'געוועהן א שיינעם צושטעל. ענדיוועיס, אין יענע יארן פלעג איך ליידער פארן אויף אן ענליכן קו אין עבודה ווי רא"מ... מיין באגעגעניש מיט איהם איז געוועהן איינע פון די זאכן וואס האבן מיך געמאכט זיך גוט איבערטראכטן. זאל זיין נשמה האבן א תיקון.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ער איז היינט געשטארבן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאך_לעפל האט געשריבן:ער איז היינט געשטארבן!
יא, און ביים באגראבן האט מען אים אריינגעלייגט עפרא לפומיה...
סארא גערעדעכץ.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

כהאב מיר געווינדערט א מעניט וואס ברענגט אזא אינטעליגענטע שרייבער ווי קאך לעפל אזוי צו רעדן אויף יוד וואס יעדער האט געזעהן זיין עבודה טאג איין טאג אויס א יוד וואס הבלי עולם הזה האט נישט פארנימען א אינטש אין זיין לעבן. שפעטער האב איך מיר געכאפט, געוואלד ! סדאך דא א בילד פון אים ווי ער גייט צו די בחירות ווייל זיין רבי האט אים אזוי געלערנט. יעצט איז שוין אלעס פארענפערט געווארן, זיין גאנצע לערנען דאווענען דביקות שמירת עניים וכו' גייט צו די סטרא אחרא , ווייל ער האט נישט אנגענימען סאטמערע רבי ז"ל שיטה. יא, יעצט פארדינט ער ערליך דעם ליין פון קאך לעפעל.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

בד"ה. איך האב געהערט אמאל פון איינעם אז ר' אהרן מרדכי האט פארציילט אז אלץ יונגערמאן האט מען אים ממליץ געווען צו לערנען מסילת ישרים מיט זיין ווייב כדי זיי זאלן ווערן נאנט איינער צום צווייטן, נאך א שטיק צייט האט ער אויפגעהערט ווייל זיי זענען שוין געווארן צו נאנט..
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

שאלתיאל האט געשריבן:בד"ה. איך האב געהערט אמאל פון איינעם אז ר' אהרן מרדכי האט פארציילט אז אלץ יונגערמאן האט מען אים ממליץ געווען צו לערנען מסילת ישרים מיט זיין ווייב כדי זיי זאלן ווערן נאנט איינער צום צווייטן, נאך א שטיק צייט האט ער אויפגעהערט ווייל זיי זענען שוין געווארן צו נאנט..
:lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

א פארצייטישער איד-הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א וועקער 2

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געכאפט דעם דשאוק? דאס דארף אפשר צו זיין דארק הומער? איך פרעג פשוט אלץ שיחת חולין של תלמידי חכמים.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געכאפט דעם דשאוק? דאס דארף אפשר צו זיין דארק הומער? איך פרעג פשוט אלץ שיחת חולין של תלמידי חכמים.
עיין בפי' מילתא דבדיחותא סימן רנ"ז סעיף א' שם והבן
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
גבר בין הגברים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך גבר בין הגברים »

בד״ה ער האט עס געמיינט ערנסט
איציקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
האט שוין געלייקט: 969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך איציקל »

ברוך דיין האמת. איך האב נישט זוכה געווען אים מיטצוהאלטן פון נאנט, אבער געהערט שוין כמה וכמה ענינים פון דעם אדם גדול. איין זאך וואס שטערט מיר איז ווען מ'באטיטלט אים אלס 'משב"ק אצל אדמו"ר מבעלזא זצ"ל'. אודאי איז עס א חשוב'ע און טייערע זאך, אבער כ'מיין אז קיינער זאגט נישט אויפ'ן ר"ר הירש מרימונוב, 'משב"ק אצל אדמו"ר ר"ר מענדעלע מרימונוב', נאר ליבערשט איז עס א פרט פונעם גאנצען מענטש, וה"ה כאן.

אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

קיינער דערמאנט נישט עפעס וועגן זיין פרוי.
עני אינפאו?
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

איציקל האט געשריבן:
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא
תפארת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תפארת »

וואס איז געוועהן זיין הערכה צום היינטיגן בעלזער רב?

דער בעלזער מאכן איהם פאר א הייסע חסיד, אבער כידוע איז דא אזוי לשונות וואס ער האט געזאגט אויף בעלזא כהיום, [איין זאך איז זיכער אז די מאכנובקע האבן שטארק פראבירט זיך צוצוטשעפענן צי איהם ולא עלתה בידם...]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צקון לחש האט געשריבן:
איציקל האט געשריבן:
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא
אז דו שרייבסט די מעשה, וועל איך דא שרייבן א מעשה וואס איך האב אליין געהערט פונעם בעל המעשה וואס איז געשען ביי אים, מיט איינע פון די חשוב'סטע אדמורי"ם פונעם דור הקודם זי"ע...

געווען איז ער אינמיטן שנה ראשונה, און ער האט געפלאנט צו פארן קיין א"י פאר א דבש לבנה מיטן ווייב. די נאכט פארן ארויספארן באקומט ער א ריף פונעם גבאי, "די רבי לאזט דיר שוין ריפן"! שנעל איז ער אריינגעלאפן צום רבי'ן. די רבי זאגט אים, "לויט די שאלה וואס דו האסט מיר געפרעגט מיט אזא חודש צוריק, קומט אויס אז די ווסת גייט אנקומען אינמיטן די נסיעה, און מיר פירן זיך אז פרויען גייען נישט אויף קיין קברים אפילו קברי צדיקים, איז זע אז זי זאל נישט גיין קיין מירון"...

די אינגערמאן איז געשטאנען אזוי פארלוירן... און געזאגט, אקעי, כ'גיי איר זאגן נישט צו גיין...

נאך די נסיעה... די אינגערמאן קומט אהיים, און די רבי לאזט אים ווידער ריפן... ער קומט אריין צום רבי'ן, און די רבי פרעגט אים... "נו... וויאזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט"? דער אינגערמאן האט פארזיכערט פארן רבי'ן אז די ווסת איז ערשט אנגעקומען א טאג נאכן גיין קיין מירון... והכל על מקומו יבא בשלום...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

שמן למאור האט געשריבן:אז דו שרייבסט די מעשה, וועל איך דא שרייבן א מעשה וואס איך האב אליין געהערט פונעם בעל המעשה וואס איז געשען ביי אים, מיט איינע פון די חשוב'סטע אדמורי"ם פונעם דור הקודם זי"ע...

געווען איז ער אינמיטן שנה ראשונה, און ער האט געפלאנט צו פארן קיין א"י פאר א דבש לבנה מיטן ווייב. די נאכט פארן ארויספארן באקומט ער א ריף פונעם גבאי, "די רבי לאזט דיר שוין ריפן"! שנעל איז ער אריינגעלאפן צום רבי'ן. די רבי זאגט אים, "לויט די שאלה וואס דו האסט מיר געפרעגט מיט אזא חודש צוריק, קומט אויס אז די ווסת גייט אנקומען אינמיטן די נסיעה, און מיר פירן זיך אז פרויען גייען נישט אויף קיין קברים אפילו קברי צדיקים, איז זע אז זי זאל נישט גיין קיין מירון"...

די אינגערמאן איז געשטאנען אזוי פארלוירן... און געזאגט, אקעי, כ'גיי איר זאגן נישט צו גיין...

נאך די נסיעה... די אינגערמאן קומט אהיים, און די רבי לאזט אים ווידער ריפן... ער קומט אריין צום רבי'ן, און די רבי פרעגט אים... "נו... וויאזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט"? דער אינגערמאן האט פארזיכערט פארן רבי'ן אז די ווסת איז ערשט אנגעקומען א טאג נאכן גיין קיין מירון... והכל על מקומו יבא בשלום...
מיר זענען דאך אזאנע צו'מזיק'טע נפשות, ה"י
איציקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
האט שוין געלייקט: 969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך איציקל »

צקון לחש האט געשריבן:
איציקל האט געשריבן:
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא
כ'ווייס נישט ווי ערענסט דו ביסט, אבער פאר דער וואס האט אביסל געקענט און געהערט פון דעם איד איז עס בכלל נישט קיין חידוש, און זיכער נישט אן עולה מצדו. אודאי איז עס נישט אן הנהגה וואס מ'ברויך זיך אנלערנען פון דעם, אבער ס'ברענגט גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודת ד'.
"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

איי איי
אזל גברא רבא ס'איז פארלוירן געווארן א שטיק אנטיק פון דער אמאל'יגע סארטן יודן, פון דער העכערע סארטן יודן....

ס'איז א אבידה שאין לו תמורה...
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

איציקל האט געשריבן:
ברוך דיין האמת. איך האב נישט זוכה געווען אים מיטצוהאלטן פון נאנט, אבער געהערט שוין כמה וכמה ענינים פון דעם אדם גדול. איין זאך וואס שטערט מיר איז ווען מ'באטיטלט אים אלס 'משב"ק אצל אדמו"ר מבעלזא זצ"ל'. אודאי איז עס א חשוב'ע און טייערע זאך, אבער כ'מיין אז קיינער זאגט נישט אויפ'ן ר"ר הירש מרימונוב, 'משב"ק אצל אדמו"ר ר"ר מענדעלע מרימונוב', נאר ליבערשט איז עס א פרט פונעם גאנצען מענטש, וה"ה כאן.

..
וואס הייסט
רבי ישעי' קרעסטירער פלעגט זיך אסאך אונטערשרייבן משב"ק רבי צבי הירש מליסקא... אוודאי איז דאס א גרויסע זאך
איציקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
האט שוין געלייקט: 969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך איציקל »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן: וואס הייסט
רבי ישעי' קרעסטירער פלעגט זיך אסאך אונטערשרייבן משב"ק רבי צבי הירש מליסקא... אוודאי איז דאס א גרויסע זאך
ר' ישעיה'לע האט זיך אזוי אונטערגעשריבן מתוך עניוות ושפלות רוח, נישט וועלענדיג אנערקענען סיי וואספארא אנדערע מעלות ער האט באזיצן.
"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:איי איי
אזל גברא רבא ס'איז פארלוירן געווארן א שטיק אנטיק פון דער אמאל'יגע סארטן יודן, פון דער העכערע סארטן יודן....

ס'איז א אבידה שאין לו תמורה...
היה טוב וטוב שהיה
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איציקל האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:
איציקל האט געשריבן:
אן אנעקדאט וואס כ'האב יעצט געהערט:
נאך די חתונה פון איינער פון זיינע איידעמער איז ער געקומען צומארגנס (צי א טאג שפעטער) גאר פרי פארטאגס, וועקן זיין איידעם צו קומען לערנען מיט אים בחברותא. אנקומענדיג צו די דירה זעהט ער ווי דאס איידעם מיט די טאכטער זענען נאך אויף און זיצן און שמועסן אזוי געמיטלעך, רא"מ האט עס נישט אויסגעהאלטן, ומפנימיות לבו האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים פארנט פון זיין טאכטער, נו נו, אל תרבה שיחה עם אשה!! דאס ווייבל האט זיך נעבעך געמוזט פארשטעקן פאר בושות...
האפנטליך ליינט נישט די בי"ד של מעלה דא
כ'ווייס נישט ווי ערענסט דו ביסט, אבער פאר דער וואס האט אביסל געקענט און געהערט פון דעם איד איז עס בכלל נישט קיין חידוש, און זיכער נישט אן עולה מצדו. אודאי איז עס נישט אן הנהגה וואס מ'ברויך זיך אנלערנען פון דעם, אבער ס'ברענגט גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודת ד'.
ביזט זיך א שטיקל סותר, אויב איז עס א הנהגה וואס מ'זאל זיך דערפון נישט אפלערנען איז דאך פון דעם געדרינגען אז ס'איז נישט קיין גוטע הנהגה און דערפאר אן עוולה מצדו, איא? באמת איז עס א שטיקל רשעות צו צונעמען א מענטש ווען די קערפער איז נאך פריש (דערפאר האב איך טאקע נישט געשריבן קלאר וואס איך האב געזעהן שלעכט ביי איהם), אבער אז מ'האט איהם שוין יא צושמירט איז כדי אראפצונעמען די קטרוג פון איהם אז מ'לערנט זיך אפ ערלויב איך מיך צו זאגן. די אויבנדערמאנטע מעשה ברענגט זייער גוט ארויס זיין מהות און דרך אין עבודה, אבער חס ושלום דאס אנצורופן "עבודת השם" וואס דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, דאס איז חירוף וגידוף כלפי מעלה. אוודאי דארף מען מלמד זכות זיין אויף איהם אז ער איז דורכגעגאנגען א האלאקאוסט וואו ער האט געארבעט ביי די קרעמעטאריומס און געדארפט פארברענען זיינע אייגענע עלטערן און געשוויסטער רח"ל, און די פיזישע און גייסטישע וואונדן פון די מכות אכזריות וואס ער האט דארט באקומען האבן איהם באגלייט ביז'ן קבר אריין, איך רעד מיך נישט איין פאר איין רגע אז ווען איך וואלט דורכגעגאנגען וואס ער האט וואלט איך מיט איין האר בעסער געוועהזן, אבער דאס נעמען פאר א ראול מאדעל און זיך קאכן אין זיין "גרויסקייט" און "העכערקייט"?! זענט עטץ פון קאפ געפאלן? נישטא דא קיין גרויסקייט, נישטא דא קיין העכערקייט, דאס איז פראסט און פשוט האלאקאוסט קאשמארן. מ'דארף אנקוקן אזא איד פונקט ווי מ'קוקט אן א איד וואס איז דורך די האלאקאוסט גהינם און אפגעפארן אלס רעזולטאט, די איינציגסטע חילוק איז אז דער אפגעפארענער האט דירעקטירט זיין כעס פונעם מענטשהייט אויף גאט און אזעלכע מענטשן ווי רא"מ האבן דירעקטירט זייער כעס פון גאט אויף דאס מענטשהייט. דאס קעפל פון דעם אשכול וואלט געדארפט צו זיין "אן אוישוויץ איבערלעבער", דאס קעפל "א פארצייטישער איד" איז אן עוולה קעגן די בני דורו וואס נישט געהאט די גייסטישע וואונדן וואס ער האט געהאט און האבן זיך יא אויפגעפירט ווי די תורה הקדושה פאדערט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה: איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש. עפעס באדערט מיך איבער זיין ביאגראפיע.

איך האב איהם נישט געקענט פערזענליך. דערפאר רעד איך נישט ברייט. הן לטוב והן למוטב.

נאר פון די אינפארמאציע וואס איך האב אנגעזאמלט איז משמע אז דער מענטש האט געהאט אין זיך געוויסע שטריכן פון גדלות. נאר אויך א סאך ווילדקייט און עקשנות. ער האט געהאט געוויסע קאפריזן צו וואס ער האט ערווארט אז א יעדער זאל זיך צושטעללן. אנישט איז אחת דתו. לאמיר נאר אננעמען דעם איינעם פרט אז ער האט נישט צוגעשטעלט געהעריג וואסער און אנדערע משקאות פאר זיינע געסט און זיינע בני משפחה. ער האט אויך נישט ערלויבט אז מ'זאלל זיך אליין ברענגען עפעס נארמאלע משקאות.ער האט געהאט אן אפעטיט פאר הייסע טיי. פיין. נאר לאז אן אנדער'ן אויך לעבן. און רעכן זיך מיט די געפיהלן פון א צווייטן. אזוי אויך זיינע אנדערע ווילדע און אויסטערלישע שטיק.

בכל אופן. ער איז נישט א מוסטער פון שיינע און ריינע התנהגות.

איך האב געקענט עטליכע, אזעלכע פארצרה'טע אידן. איינער, א גערער חסיד. וועם איך האב אלס בחור באדינט אין משך פון א זומער. יענער האט אויסגעגעבן זיין גאנצע ווילדקייט און (אפשר) פארביטערטקייט אויף מיר. ביז איך האב אמאל מיך ממש צוויינט.

בכל אופן. יהא זיכרו ברוך. איך בין זיכער אז ער וועט גלייך אריינגיין אין גן עדן. פאר די סאך תורה ומצוות וואס ער האט געלערנט און מקיים געווען. עד יומו האחרון...!
פארשפארט