בלאט 3 פון 6
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:00 am
דורך זר זהב
ראשעקאל האט געשריבן:וואס עפעס. אפילו מיט מיך האט נאך קיינער נישט געוואלט ארויסגיין.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 2:09 am
דורך מאטי
האסט עס דאך געמענשאנט אין די גרופ פון ממרום
מה זה? איז דא א מאחורי בתוך מאחורי וואס פרעגט מען דארטן צו ווערן אנגענומען ?
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 12:26 pm
דורך וויליאמסבורגער
שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:05 pm
דורך newkave
מיט נטורא קרתא עסקן.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 1:48 pm
דורך קינות גירושין
פאר די אלע וואס אישי׳ן מיך אז זיי ווילען פארברענגען מיט מיר דעם זומער
סארי אזוי ווי איך האב שוין געשריבען ערגעץ אנדערשט
איך גיי ארויס נאר מיט פרויען כבין מקפיד סזאל זיין א אידישע
כבין באקד אפ פאר די נעקסטע שטיק צייט
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:55 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין לעצטענס ארויס וועטשערען מיט איינע פון די ניקס דא. איך ווייס נישט צי ער וויל עס פארציילן אין פאבליק. מ'האמיר פארברענגט א שיינע פאר שעה.
#געשמאק געווען.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 4:57 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט איינע פון די ניקים דא און כ'האב געכאפט א שאק.
#געשמאק געווען
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 5:06 pm
דורך קאווע טרינקער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט איינע פון די ניקים דא און כ'האב געכאפט א שאק.
#געשמאק געווען
יעצט זעה מ'קען דיך נישט טראסטען.. מ'האמער אפגעשמועסט אז אפילו ברמיזה וועסטו נישט מפרסם זיין.
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 6:25 pm
דורך שמעקעדיג
ויקץ והנה חלום!
מאראנצן, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'איז #געשמאק צו כאפן א שאק.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:08 am
דורך הוגה
איך וואלט געקענט באשטיין ארויסצוגיין מיט 'פידלער' צו די
מעט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:15 am
דורך אביגדור
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:10 pm
דורך קינות גירושין
כהאב א דילעמע כוויל הערען די וואס דער עולם דא האלט
כקען מיך פערזענליך מיט צווי ניקס דא וואס ביידע פון זיי חלשן זיך צו קענען איינער דעם צווייטען, דא און שטיבעל האבען זיי זיך זייער ליב ממש אהבת דוד ויונתן, און ריל לייף קען איך נישט זעהן אז די צוויי זאלען שטיין און די זעלבע ד אמות...
זאל איך צוזאם ברענגען ד צוויי, אדער כזאל עס לאזען אזוי???
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:17 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'ווענדט זיך פון וועם דו רעדסט.. גיב א נמשל
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:22 pm
דורך קינות גירושין
קאוועלע ביידע פון זיי ווילען נישט כזאל זאגען זייער נאמען דא
סאררי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:44 pm
דורך שמעקעדיג
איך רעד מיר איין אז איך ווייס וועמען דו מיינסט... שיק זיי ביידע א אישית און פרעג זיי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:11 pm
דורך דבילה
מיט קופערניקוס - אין אן עלעוועיטער וואס איז סטאק
מיט געפילטע פיש - ביי א לאנגע מצוה טאנץ
מיט יידל און יאנקל - ביי די Sats
מיט לעיקוואד - ווען מיין דיין לאזט מיך נישט צורי
מיט זר זהב - ווען 'ך שטויס זיך אן מיט איחוד פעלד
מיט גוגל הדור - שבת ביי א וויכוח
מיט יאיר - ווען מיינע ריעל לייף קאווע טרינקער ידידים באשייגעצן מיר אלץ אן אפיקורוס
מיט ק"ט - אין א שוואכע מאמענט
מיט בדחן - נעווער מיינד...
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:14 pm
דורך אביגדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:גיב א נמשל
...
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:04 pm
דורך איך אויך
איך קווענקל צו איך זאל זיין באליידיגט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
די שאק איז געווען ווייל יענער האט קונצליך אפגעמאלן פון זיך אליין א בילד דא אין קאווע שטיבל כאילו ער איז דאס און דאס און דאס, און קיין איין פרט האט נישט געשטימט אין ריעל לייף.
כעוורע, דא זיצן א באנדע ליגנערס, גלייבט זיי נישט אויף טאג אז ס'איז טאג.
איך האב שוין לאנג א קאנספיראציע אז קאווע שטיבל באשטייט פון 5-6 בארירטע וואס גלייכן צו רעדן צו זיך אליין, זיי האבן א 10-15 ניקס דא און דרייען א רעדל, קריגן זיך צווישן זיך אליין און קלאפן זיך און פלייצע פאר א גוט ווארט; און איך גולם בין דער איינציגסטער תמים וואס מיינט אז קאווע שטיבל איז א שטאט.
ברסלבער, קומסט מיט מיט מיר?
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:36 pm
דורך ברסלבער
און אויב יא איז וואס? וועם גייט עס אהן?
ווי לאנג איך ענזשוי מיך און איך האב הנאה, איז מיר זייער גוט דא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:40 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:איך קווענקל צו איך זאל זיין באליידיגט.
צו די אלע וואס קווענקלען, נאך איידער עס ווערט צו ערענסט, ווענדט אייך צו מיר, מען וועט קעהר נעמען, אי"ה, ביז די 107 קען מען ארויסגיין יעדע נאכט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:40 pm
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:לעצטענס האב איך א קראש אויף נולד מאוחר.
אינטערסאנט לעצטענס ווען מיר האבן זיך באגעגענט האב איך עס געשפיערט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:42 pm
דורך ברסלבער
ביזדערווייל קען איך נאכנישט קיין איין ניק דא אין ריעל לייף, איך האב א גאנצע ליסטע פון ניק'ס מיט וועם איך וויל זיך באקענען, אבער איך קען עס נישט ארויפלייגן ווייל עס איז דא א לימיט וויפיל ווערטער מען קען שרייבן אין איין תגובה.