בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:14 pm
דורך שבת אחים
signout האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ביטע נישט אנפירקלען דעם אשכול מיט די אלטע קינדערישע ארוני זאלי פאליטיק מ׳רעדט דא פון פארדאמען די נערישע און רשעות׳דיגע דרשה וואס ר׳ אהרן האט געניצט א טראגעדיע פון כלל ישראל צו שטיפן זיין אגענדע!
נאר צד מהרז''ל מעג דא שרייבן? פארוואס גייסטו נישט קיין צימעס? דיין אלטע ניק איז שוין צו אנגעחזרט?
פארוואס גייט דיין רבי נישט אין צימעס האלטן זיינע שאלישעדיס טוירעס ?
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:20 pm
דורך גאנצל
אה ענדליך גייט שוין די אשכול אויף די ריכטיגע רעלסן
[tag]ישמעל[/tag] האט אנגעשטעלט א אויטעמאטיק לייק פאר יעדע ווארט וואס איז אקעגן ר' אהרן נעבעך ווי וויסטע בלינדע שנאה קען אראפ פירן א מענטש
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
א לייק פאר יעדן וואס שפארט מיר ארבעט יא.
הכרת הטוב
און נישט יעדער באקומט, אויב איז אינאיינוועגס דא ליצנות קעגן דעם רבי'ן און די שיטה, באקומט נישט
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:28 pm
דורך גאנצל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:א לייק פאר יעדן וואס שפארט מיר ארבעט יא.
הכרת הטוב
וואסערע ארבעט שפארט מען דיר ?
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:38 pm
דורך גאלד
איז שוין דא עפעס א ווארט פונעם דעם ר' אהרן'ען צו ער פלאנט צו מפייס זיין, ווי לאנג קען מען דען ווארטן, מ'ברויך דאך וויסן צו מ'זאל נישט נעמען שטרענגערע שריט, כ'האלט אויב מ'הערט נישט פון איהם ביז 24 שעה זאל מען אונטערנעמען די נעקסטע שריט דהיינו עפענען נאך 3 אשכולות אין קאווע שטיבל, כ'האלט דאס העט שוין זיין טו מאטש פאר דעם ביטאנג
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:53 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:54 pm
דורך שעפטל
גאלד האט געשריבן:איז שוין דא עפעס א ווארט פונעם דעם ר' אהרן'ען צו ער פלאנט צו מפייס זיין, ווי לאנג קען מען דען ווארטן, מ'ברויך דאך וויסן צו מ'זאל נישט נעמען שטרענגערע שריט, כ'האלט אויב מ'הערט נישט פון איהם ביז 24 שעה זאל מען אונטערנעמען די נעקסטע שריט דהיינו עפענען נאך 3 אשכולות אין קאווע שטיבל, כ'האלט דאס העט שוין זיין טו מאטש פאר דעם ביטאנג
ענטפער פון ר' אהרן
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:53 pm
דורך אבזערווירער
יעצט איז געווען די ריכטיגע צייט אויסצושרייען די רציחות פון די מתנחלים מיט זייערע שטיצערס צווישן זיי רע בנים אדמורים מלחכי פינחא וואס גלייבן נאר אין כחי ועוצם ידי, וואס שיקן מענטשן וואוינען אין די סכנות'דיגע פלעצער, ווי עס וואוינען די גרעסטע אומרחמנות'דיגע מערדער, וואס זיי ווייסן נישט עפעס אנדערש ווי בלוט פארגיסונג, נישט לאנג צוריק האבן זיי אויסגעשחט'ן א גאנצע משפחה אינמיטן שלאף בעצם ליל שבת קודש, אין דעם פינסטערן מתנחלישן ישוב איתמר, חוץ פילע הריגות והשמדות נאך שפעטער פון דעם, יעצט האט דאס געהאט די ריכטיגע אפקלאנג יעדער זיצט און הערט, אפילו מ'שעלט מען טאנץ ארויס פון די הויט, זאל דאס זיין א טובה פאר די קדושים, וואס דורך זיי איז איימאל פאר אלעמאל דערהערט געווארן אין אלע קרייזן, די דבר ה' אז די ציונים זענען א באנדע מופקרים והורגי נפשות, וואלט מען געזאגט די ווערטער אביסל שפעטער וואלט דאס ווייט נישט געהאט די ריכטיגע אפקלאנג, אפילו מנשה פיליפ מיט טענענבוים זענען ברוגז אז מהאט זיי צוגעכאפט די מייק זיי האבן געוואלט זיין די ערשטע,.... אמאל זענען געהארגעט געווארן אידן מיט א גרויסע אומגליק און דער משיח שניאורסאן האט תיכף ביי די שבעה גלאזט מעלדן די אבלים מיט גרויס פאמפע אז ס'איז זיי געשעהן ווייל זיי האבן נישט געהעריג געהיטן אויף מצות מזוזה- קיינער איז נישט געשפרינגען אויפן משיח שקר וועגן זיינע בייזוויליגע רייד באמצע השבעה, נאר ווען מ'טאטשט ציונות רציחות ווערט יעדער ווילד, ......איך מיין נישט דא די זיילונים וואס זיי מיינען גארנישט די ווייטיג פון די אבלים, נאר ארויסברענגען זייער וויסטע שנאה און גארנישט מער,
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:29 am
דורך סאשי פיש
על מה יצא הקצף!!!
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:28 pm
דורך שבת אחים
אזוי ווי ס׳קוקט אויס ווי דער עולם האט מיך שלעכט פארשטאנען וויל איך מסביר זיין על מה יצא הקצף
און איך וועל נישט זיין ווי א צובראכנע רעקארד און נאכמאל און נאכמאל מעלה גירה זיין נאר איך האף מיט די תגובה וועל איך ענדיגן און מאכן א סיום אויף די סוגיא
קודם כל איך בין קיין סאטמערער קיינמאל נישט געוועהן נישט קיין ארוני און נישט קיין זאלי איך קום נישט פון קיין סאטמארע משפחה בכלל און קיינמאל קיין סאטמאר׳ער תלמיד נישט געוועהן הגם איך בין אויפגעוואקסן אינעם וויליאמסבורג׳ן שמאַלץ טאָפ האט מיך מיינע עלטערין אויסגעלערנט צו רעספעקטירן יעדעם איינעם אפגעזעהן צו ער האלט אנדערש און ביי אונז איז דער סאטמארער רב זצ״ל און דער קלויזנבורגער זצ״ל געוועהן אויפן זעלבע שעלף פון א בחינה פון אלו ואלו דברי...
מיך אינטערסירט נישט קיין שום פאליטיק פון רבי׳ס נישט פון די חצר און נישט פון די אנדערע (די עכטע...) איך האב נישט קיין סטאַקס נישט ביי די ארונים און נישט ביי די זאלונים און נישט אין קיין שום אנדערע חסידות אין ס׳איבלט מיר בכלל צו רעדן וועגן זייערע נערישע
אגענדע׳ס און זייער אינערליכע משפחה פאליטיקס איז אלזא טרעט איך נישט אריין אין צימע״ס ווי גרויס די יאהר איז און אויך נישט מיט קיין אנדערע ניק און דערווייל איז דעס מיין ערשטער און איינציגסטער ניק וואס איך האב אמאל פארמאגט אויף א אידישע בלאג
וואס קרענקט מיך יא איז ווען איך זעה נארמאלע געלונגע אינגלייט וואס געוונטליך קענען זיי זיך ערלויבן צומאל צוטראכטן אינדרויסן פון די באַקס אבער ווען ס׳קומט צו זייער ״רעבע״ און זייער ״געטשקע״ וועלן זיי זיין גרייט פאר יעדע פרייז צו באשיצן מיט נערישע קינדערישע לאָגיק זייערע אכשר דרא׳דיגע ״מנהיגים״ מיט זייערע ״פארטייען״ וואס פירן אונז ביי די נאז אפגעזעהן צו ס׳דינט די אינטערעסן פונעם ציבור און צו ס׳איז בארעכטיגט צו נישט
און אזוי ווי איך האב מיך אויף מיין אייגענער הויט אויסגעלערנט ווער די ״רע־בנים״ זענען פיל איך א ״חוב קדוש״ דאס מיטצוטיילן מיט אייך מיינע חשובע ברידער און זיך אויסגעבן מיינע שאַלישודעס בויך וויי און אונזער געבענטשטען ״שטיבל״ וואס אגב דאס איז דאך איינע פון די פון די הויפט מטרות פון א בלאג צו שעירן אינפארמעישן און פארציילן די אייגענע לעבנס עקספירענס בבחינת 'איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק' און מיר דארפן טאקע שטענדיג געדענקען מכיר טובה צו זיין פאר אזא טייערע אוצר און די לוקסוס פון די היינטיגע געוועב בכלל און פון ״קאווע שטיבל״ בפרט
דערפאר ווען ס׳האט זיך גערידערט וועגן די קול קורא אקעגן די היימישע טערעפיסט אין בארא פארק און ס׳קומען צופליען אזעלכע נאַיווע סטעיטמענטס מיט א טוץ פון טיטלען אויף שרגא האגער דער קאסובער אזש כמותו ירבו בישראל האט עס גאר שטארק ארויפגערוקט מיין בלוט דרוק היות כ׳האב געהאט די זכי׳ זיך צו ווייקען במחיצתו פאר לאנגע יאהרן און זיך צו באקענען פערזענליך מיטן צדיק און מיט אסאך אידן וואס האבן זיך אפגעברוהט פון זיין טיפע ״חכמה״ און זיינע ״מעשים טובים״ האב איך געפילט אחראי צו פארציילן די אנדערע זייט פון די מטבע און נישט ווייל איך האב עפעס א נטיעות צו די רבי אדער צו יענעם ביי מיר זענען זיי אלע אייניג כולם אהובים כולם ברורים...זיי זענען נישטא צו געבן גארנישט פאר קיינעם זיי זענען נאר דא צו נעמען אזויווי די היינטיגע אפציעלע סלאגאן פון רביים ״אנוכי ולא יהיה לך״...
לענינו וועגן די דריי בחורים הי״ד איז מיין ציל מיט די אשכול נישט געוועהן געבינדען צו קיין שום פארטיי׳ישע פילאזאפיע און אויך נישט ווייל איך בין א פייערדיגע ציוני מעהר ווי א געווענטליכער עוורידזש אנדערע איד אויף דער וועלט וואס שטיצט די מדינה אויסערליך און ווארט און האפט נאר צו הערן גיטע נייעס פון זיינע ברידער אין מיטל מזרח אבער נישט ווייל איך בין עפעס משוגע לאותו דבר, עקסטרימיזאם איז קיינמאל נישט געווהען מיין פאך,
און איך בין בכלל נישט אריין אין די נושא פון ציונות און מזרחי חלק און צו די מתנחלים זענען יא אדער נישט גערעכט, אויף דעם בין איך זיכער אז ס'איז דא גענוג און נאך אשכולות ווי מ׳קען איבער דעם דיסקוסירן , און לאמיר אפילו אנעמען אז נניח ר׳ אהרן איז גערעכט (@טיטאניק זיי נישט ברוגז סאיז נאר מעטאַפאָריק) און זיי זענען זיך אליינס שולדיג פארן דארט וואיונען איז נישט יעצט די ריכטיגע צייט פאר דעם און פונקט אזויווי למשל ווען סזאל ח״ו פאסירן א אומגליק אין איינע פון ״זיינע״ מוסדות אדער קעמפס מיט א קינד (ה״י) און עס וואלט קלאר געוועהן א תוצאה פון א פארנאכלעסיגקייט מטעם די סטעיף אדער ״זיין״ הנהלה וואלט נישט געפאַסט אויסצושרייען הויך א טאג נאכן אומגליק אז דער באס דרייווער אדער יענער לייף גאַרד איז גאר געוועהן שולדיג אין דעם, נאר די הנהלה וואלט עס פאַרוואַסערט און געמאכט זיכער מיט פראטעקציע פון די פאליטישענס צו פארדרייען די מעשה די זעלבע וואלט געוועהן ווען הצלה קומט צו א היימישע קאָולל ווי די מאמע האט זיך מאיזה סיבה פארחלומ׳ט וועלן זיי אביסעלע (און אין געוויסע פעללער אסאך) פארדרייען די מעשה צו מאכן די מאמע אויסקוקן אין בעסערע ליכט, ווייל סאיז דאך ״משלנו״!
און דאס איז די נאטור פון אלע מענטשען און פון אלע פארטייען און פון אלע חסידות׳ן דעמאקראטן און רעפובליקאנער לינקע און רעכטע צוגלייך, ווען סאיז "אייגענע צרות״ איז מען שטיל אבער טאמער סאיז ״יענעמ׳ס״ קען מען רעדן הויך נאכדערצו אז ס׳רעדט זיך פון א קאנקורענץ און ס׳איז דא א גלעגענהייט איינצו׳קעישן אויף יענעמס ביטערען פעקעל וועט מען אויף די זעלבע זאך וואס אויב וואלט עס ווען געוועהן ״זייער צרה״ וואלטן זיי זיך באַמאַכט און אַנגענימען א שטומעניש אבער וויבאלד ס׳איז דאך ״יענעמס צרה״ וועט מען מקיים זיין דעם ״בנפול אויבך״ בדחילו ורחימו מיט א ה׳ און מלכות און אויספויקן יענעמס מיסברויכען פאר ״אייגענע אינטערעסן״ אונטערן שלייער פון כבוד שמים שטייצעך...
איך וויל ציטירען וואס petergrifin @האט געשריבן גלייך נאך די ביטערע נייעס :
רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד
ע״כ @petergrifin און שפתים קישאק!
און דאס איז אלעס נאר געזאגט געווארן נניח די מתנחלים זענען ״נישט גערעכט״ און איך בין נאך אפילו נישט אריין מיט קיין וויכוחים צו זיי האבן א רעכט צו זייערע פשוטים און זייערע שיטות אין די תורה וואס לויט זיי איז עס גאר א מצוה , ווייל ס׳מאכט מיר יעצט אויף די מינוט קיין חילוק וועמענ׳ס ״תורה״ סאיז גערעכט בשעת ווען די גאנצע אידישע וועלט איז אנגעהילט און טרויער נאכדעם וואס מיר זענען געשטאנען געשפאנט און געווארט און געהאפט פאר גיטע נייעס און ווען מ׳האט ענדליך באקומען די שרעקליכע נייעס האט יעדער איד געפילט פערזענליך געטראפן און נאר אזא איינער וואס האט נישט קיין געפיל און פילט אז טאמער גייט ער נישט מיט קיין שטאפן הוט און ער איז נישט דורכגעווייקט אונעם רעבזעכיסיאגענליינו איז ער דאך נישט ״משלנו״ קען מען אויסדרייען דעם דופק און מאכן ״פראפעגאנדע״ און פירסום פאר זיינע אייגענע אגענדעס
איך גלייב אז קיין שום ערליכע איד אריינגערעכנט דעם דברי יואל זצ״ל וואלט קיינמאל אזוי פערזענליך אטאקירט עלטערין א טאג נאך אזא טראגעדיע איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אלע זיינע תורות דעריבער זאג איך נאר אז איך גלייב אזוי און טאמער וועט איינער אפיר קומען
און מיר ווייזן אז ער האט יא געזאגט אזוי אדער ענליכס וועט עס נישט טוישן מיין פערזענליכע מיינונג (כבודו במקומו מונח) און איך וועל אייביג בלייבן אויף ״אונזער״ זייט ווען עס וועט זיין געפעכט ציווישען אידן און אנטיסעמיטן אפגעזעהן צו זיי גייען מיט א פלאכע היטן צו מיט א כיפה סרוגה צו זיי וואוינען אין מאנרא חברון פיטסבורג אדער אפרת...
און מיט דעם מיין אז איך האב יוצא געוועהן מיין חוב מחאה
זאלן אלע אידישע קינדער האבן א גיט שבת און א געזונטע זומער און אונז אלע זאלן זיך אויפהערן קריטיקירן איינער דעם צווייטען און אלע אידן זאלן זוכה זיין צו לעבן אינאיינעם ברידערלעך מיט א אמת׳ע ״שבת אחים״
אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה העומדים בין בים ובין ביבשה המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה ומאפלה
לאורה ומשעבוד לגאלה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן:
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 1:47 pm
דורך elter-zeide
"אדער וועט מען אייך אריינלייגן אין חרם", דאס האסטי געשריבען,
די ווערטער ציווארפט דיין גאנצע דרשה,
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 4:35 pm
דורך שרייבער
[tag]שבת אחים[/tag]
די אלע משלים קומען נישט צו צום יעצטיגן פאל, און איך האב עס שוין געשריבן דא ערגעץ, דא רעדט מען נישט פון א איינמאליגע מיסטעיק, דא רעדט מען פון א זאך וואס האלט נאך אן, און יעדע ליאדע טאג קען חלילה וחס זיין נאך א קרבן, און דערפאר קוקט אויס האט מהר"א געהאלטן אז מען דארף שטורמען
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 5:27 pm
דורך גאנצל
שבת אחים האט געשריבן:אזוי ווי ס׳קוקט אויס ווי דער עולם האט מיך שלעכט פארשטאנען וויל איך מסביר זיין
על מה יצא הקצף און איך וועל נישט זיין ווי א צובראכנע רעקארד און נאכמאל און נאכמאל מעלה גירה זיין נאר איך האף מיט די תגובה וועל איך ענדיגן און מאכן א סיום אויף די סוגיא
קודם כל איך בין קיין סאטמערער קיינמאל נישט געוועהן
בקיצור קיין סאטמארער קיינמאל געווען און דו פארשטייסט שוין וואס דער דברי יואל וואלט ווען געטון אהא איך וויל ציטירען וואס petergrifin @האט געשריבן גלייך נאך די ביטערע נייעס :
רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה
מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
דו האסט א פראבלעם מיט
מיינע ברודער איך האב אויך און יעדער האט אויך דערפאר רייסט שטיקער ביי יעדן די בילדער פון די זיסע בחורים
וואס זייער אייגענע טאטע האט זיי אריין געלייגט אין לייבן גרוב אבער איך האב אויך א פראבלעם מיט
מיין טאטן אין הימל וואס איז בצער אויף דעם וואס מענטשן פון זיין פאלק זיין עם הנבחר טרעטן אויף זיין תורה יעדן טאג מיט'ן וואוינען דארט
און זענען זיך מפקיר זייערע קינדער פאר זייער עבודה זרה פון שלימות הארץאון ר' אהרן טוט וויי כבוד שמים וואס ווערט נתחלל מדי יום ביומו און ס'טוט אים אויך וויי אויף
מיינע ברודער וואס וואוינען "נאך אלס" דארט און זענען נאך אלס מקריב זייערע קינדער פאר תאות הנצחון און אויף דעם בלוטיגט ער און שרייט און פרעגט מיט ווייטאג ווער געט אויף דעם א היתר פארשטייסטו מיר גוט ?
נישט יעדעס מאל וואס דו הערסט א רבי רעדן דארפסט עס אנקוקן נעגטאיוו קודם טו יא אדורך די נושא פון מתנחלים און נאכדעם שרייב חרם ועל זה יצא הקצף
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 7:25 pm
דורך שבת אחים
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 4:13 am
דורך דער שכן
גאנצל האט געשריבן:
און ר' אהרן טוט וויי כבוד שמים וואס ווערט נתחלל מדי יום ביומו און ס'טוט אים אויך וויי אויף מיינע ברודער וואס וואוינען "נאך אלס" דארט און זענען נאך אלס מקריב זייערע קינדער פאר תאות הנצחון און אויף דעם בלוטיגט ער און שרייט און פרעגט מיט ווייטאג ווער געט אויף דעם א היתר פארשטייסטו מיר גוט ?
Oh please! Cut the crap!
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 5:24 am
דורך אוי דערבארעמדיגער
א פערזענליכע בריוו צו הרב אהרן טייטעלבוים שליט"א
אזוי ווי איר האט זיך לעצטענס אויסגעדריקט מיט גרויס צער וועגן דאס אידיש בלוט פון די דריי בחורים וואס איז ליידער פארגאסן געווארן, אזש איר זענט געגאנגען אזוי ווייט און געטייטעלט דעם פינגער אויף די עלטערן פון די בחורים אז זיי זענען אויך שולדיג אין דעם מארד.
וויל איך אייך פרעגן עטליכע פראגעס:
אויב זענט איר אזוי עמפינדליך צו אידיש בלוט, דאן וואס האט איר געטון צו איינהאלטן דאס בלוט וואס האט זיך געגאסן אין קרית יואל בעיקר פון תשמ''ה ביז תשנ"ה?
וואו זענט איר געווען ווען ר' יצחק לייב וויינגארטנ'ס בלוט איז פארגאסן געווארן אין מיטן שטאט וויליאמסבורג, דורך (נישט אראבישע) טעראריסטן?
וואס האט איר געטון ווען אומשולדיגע קינדער וואס האבן געלערנט אין בני יואל זענען אנגעגריפן געווארן אין אייער שטאט דורך אייערע מחבלים בלויז פאר די עבירה פון נישט מקיים זיין שלימות הארץ "ארץ ק"י"? האט איר געוואוסט אז דער מנהל אין חדר שלאגט קינדער וואס האבן עובר געווען אויף די גרויסע עבירה פון באזוכן די גע'אסר'טע שטחים? ווי למשל; די רעביצינ'ס הויז באדישהעל'ע שול, ועוד.
אז ער האט געהאלטן א דרשה פאר די קינדער אז ווען מ'זעט א אומגליקליכע אינגל פון די גע'אסר'טע מוסדות זאל מען אריבערלויפן די אנדערע זייט גאס. זייער בלוט האט געמעגט פארגאסן ווערן אין אייער שטאט אויף אייער זייגער?
וואס האט איר געטון צו פארמיידן אייערע בחורים פון זיך איזדיקעווען אויף אידן וואס זענען געווען פאליטישע שונאים כ" ו אב, פארן ריזיגן חטא פון "באטרעטן דעם באדן פונעם ציון דרבינו יואל צו זאגן תהילים?" האט איר באשטראפט די יונגאטשעס וואס האבן צו'מזיק'ט בנציון פריעדמאן ? שמעון בראך? ועוד.. זייער בלוט איז ווייניגער רויט ווי די פון די דריי בחורים?
אויב באדערט אייך אזוי שטארק ווען אידיש בלוט ווערט פארגאסן דאן פארוואס זענט איר געזיצן גלייכגיטיג ווען מ'האט ארויסגעווארפן "וואלנער" פון מקוה עצי חיים אויף סטראפקאוו דרייוו, אנע קליידער אויפן גאס אין א שניי? האט איר באשטראפט דעם טעראריסט, אדער אים געקלאפט אין רוקן.
וואס האט איר געענפערט די אלע טאטעס וואס האבן זיך געוויינט און געבעטן מיט טרערן: "לאזט מיין בחור זיצן אין ישיבה לערנען! פארוואנדלט אים נישט אין א פארברעכער וואס לעכערט רעדער און פארברענט קארס... מיט א פוסטע פרעכהייט האט איר זיי געענטפערט "נע ס'איז גארנישט! ס'איז שטיל.... מ'האט צובראכן א קאר... און ס'איז ווייטער שטיל! אלעס כדי אייער כבוד אייער פאסטן זאל בלייבן אומבארירט?
לאמיר אפילו זאגן אז די אלע מענטשן זענען געווען, ווי איר האט זיי גערופן "מהרסים" וואס האבן זיי סך הכל געוואלט? אז איר זאלט ווערן אויס רב אויס ראש ישיבה. נו צו פארמיידן אידיש בלוט וואלט זיך נישט געלוינט אפצוטרעטן? איר ווילט אז דער מתנחל וואס האלט מיט אן אמת אז ס'איז א מצוה צו מיישב זיין ארץ ישראל זאל אויפגעבן אויף זיין אידיעלאגיע, זיין שיטה, זיין וועג ווי אזוי ער באהעפט זיך צו גאט, בשעת איר האט נישט געוואלט אויפגעבן איין אינטש פון אייער כבוד ושררה, און דערביי אפגעהארגעט דורות פון בחורים און קינדער, וואס אנשטאט זיצן און לערנען האבן זיי געשפיגן, געשאלטן, און געשלאגן אידן אינמיטן גאס, צו אייער גוטהייסונג! בלויז אנצוהאלטן אייער קאנטראל, אייער שררה, אייער הנהגה, וואס איז לויט קיין שום דעה א מצוה אין די תורה.
איר זענט דאס לעצטע מענטש אויסלערנען אנדערע א פרק אין הלכות "אידיש בלוט". איר דארפט זיך שעמען איינצוטיילן אנדערע ווי אזוי צו היטן אינגע בחורים פון א סכנה.
נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 9:03 am
דורך elter-zeide
דא אין ק"י זענען טאקי שולדיג דע טאטעס פון דע יונגלעך, ווי אזוי שיקט מען יונגלעך אין אזא חדר? מ'שיקט נישט קיין קינדער אין א מקום סכנה, אין אוודאי נישט וווינען דארט, איך ווייס אז דע רבי זי"ע האט געגרינדעט דאס שטעטעל, אבער היינט איז עס איינגענימען מיט ,,,,,,,,,,! איך קען אסאך יודן וואס האבען זיך אוועק געצויגען פון דארט מהי טעמה,
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:52 pm
דורך האלאנד
א פרעזענליכע בריוו? לייג ארויף א סטעמפ און שיק עס צו זיין אדרעסס #היידפארקגערעדיכץ