געזאנגען פון רבינו נחמן בן פיגא באגלייט אונז אראפ צום בית החיים הישן. פון איין זייט קרית ברסלב הויעך אויפן בארג, און אויפן צווייטן זייט די בית החיים אין אפענעם תהום, גרייט אונז איינצושלינגען פאר א טאג פון תפלה והשתטחות.
מקוה אר"י איז אויבן אויפן בארג פאר'ן אריינגיין אין בית החיים. די מקוה איז א קיבוץ גליות פון קליידער'לאזע מענטשן, ווי אויך א אינטערנאצינאלע דעסטענאציע פאר משוגע פארכאפטע לייט. מ'טינקט איין די ציטער ווארפענענדע גוף אין די קאלטע מקוה, און מ'לאזט זיך ארויס אויף א לאנגע זוך אקציע נאך די פארלוירענע זאקן.
מיט א חדרת קודש הייבט מען אן ביי די קברים פון די ארי"זל והחבריא. די פילע נשמה לעכט שפיגעלט זיך אפ אין די בלוי געפארבטע מציבות, און שאפט הימל'ישע נשמה-צאצקעריי געפילן. מיר זענען ממשיך אראפ צו פילע קברי צדיקים, ובניהם די בית יוסף וסייעתו. מיר זענען מתפלל ביי די בת עין וערבי נחל אין א אונטערערדישע טינקעלע הייל. מ'איז ממשיך צו חנה ושבעה בניה, ווי אויך פילע קברי תלמידי ה'בעל שם.
בעת דער עולם האט צוגענדיגט שוואנצן, בין איך צוריק אריין אין שטאט מיט די דרייווער נעמען די פעקלעך, אז מ'זאל פון בית החיים קענען גלייך פארן צו טבריה. די טריפ אריין אין שטאט איז אבער געווען גאר א לאנגע, צוליב א אנגעשטויסענע טראפיק. די טראפיק איז געווען צוליב א ריזיגע יריד וואס קומט דארט פאר איינמאל א וואך. ס'איז געווען אזוי גרויס ווי שוק מחנה יהודה זאל זיך דאפלן און טריפלן און לאנדן אין צפת. טישן, בודקעלעך און ריחות מכל המינים. א קולטר'ישע חן געמישט מיט אן ישראלי צולאזקייט.
ביפ.. ביפ.. וואו זענט עטס רבותי!! די טענדער פייפט, אבער איין קדוש איז געלאפן א צווייטע מאל טרינקן וואסער אין מקוה ארי. וויפל פאר זאקן האט ער, אז ער קען זיך ערלויבן צו גיין א צווייטע מאל אין מקוה?!
ויסעו מ'מקוה ויחנו ב'מקוה. די דרייווער האט אונז אריינגעלאזט אויף א סוד, אז פינף מינוט פון ביה"ח, אויפן וועג צו טבריה איז דא א גאר געשמאקע קוואל וואס פליסט אראפ פון צפת. מ'כאפט א שנעלע טבילה, מ'טוט זיך אן די זאמט'יגע קליידער און מ'איז אויפן וועג.
ס'איז שוין פיר אזייגער נאכמיטאג ווען מיר מאכן דעם זייער געדרייטן וועג צו טבריה. מיר שטעלן זיך אפ צו באטראכטן די מאיעסטישע אור אלטע חומה פון טבריה, געמאכט פון שווארצע שטיינער. צו אונזער וואונדער פארוואס איבער גאנץ ארץ ישראל זענען די שטיינער ווייס און דא שווארץ, ערקלערט די דרייווער, אז פאר טויזענטע יארן צוריק איז אין טבריה געווען א וואלקונא און רוב שטיין בערג און די געגענט זענע פארהארטעוועטע לאווא.
"אנטשולדיגס, חמי טבריה איז שוין פארמאכט" ערקלערט די גארד פאר אפאר פאר'עקשנ'טע ברוקלינער חסידים. אבער.. טוריסטן.. צוויי מינוט.. אריין ארויס.. ביטע... "הערטס חברה, ס'איז דערנאך, קומסט צוריק מארגן, לילה טוב".

מיר זענען ממשיך צו קבר רמבעה"נ, און נאך פילע תנאים אינעם אומגעגענט. די פרומע בריקן אז מ'מוז גיין צום אלטן ביה"ח ווי עס ליגן די תלמידי הבעש"ט. ווען מיר קומען דארט אן זעהן מיר פילע פאליציי בלאקירן די וועג פאר קארס אריין אין די גאס וואס פירט צום ביה"ח. וואס גייט פאר? בעלזער רבי ופמליא זענען יעצט דארט און נאן-בעליווערס זענען נישט וועלקאם.
די נאכט איז שפעט, ווען מיר קומען אן צוריק אהיים מיט פולע באגאזשן פון ליידיגע סאדע באטלעך, צוקוועטשטע קוקיס און נאסע אונטערוועש.