בלאט 4 פון 7
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 12:31 am
דורך עמרם
אסטראלאג האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 10:21 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 6:28 pm
אויב גייט פאר סאטמאר נישט אהן וואס בעלזע רב האט געהאלטן פארוואס דארף נ"ק אנגייען וואס סאטמאר רב האט געהאלטן
אויב ס׳איז נאך דא איין קבוצה וואס רירן זיך נישט אוועק פון די רבי זי״ע, איז דאס אין אלגעמיין נטורי קרתא.
נישט די מ׳חזר״ל און נישט מהר״א. דער ציוני מהחזר״ל שפייט אין פנים פון יעדע הינזיכט וואס רביה״ק האט אוועקגעשטעלט.
וואס איז די ר''ת פון מ'חזר''ל און מהחזר''ל ?
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 1:04 am
דורך אךטוב
די משפחה און די חברים פון דער יונגערמאן זענען זיכער אז ס'איז פשוט א טעות
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:38 am
דורך דערהויבענע איד
צוויי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 4:07 pm
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:03 pm
נישט צו פארדרייען די שמועס האב איך עס געלייגט אין ספוילר
► הצג ספוילר
כדאי צו ברענגען לשון קדשו פון די סאטמאר רב ז''ל, ביי של''ס פר' נשא תשכ''ז ווי ס'איז געדריקט אין קונ' לשון קדשו
ס'זעהט אויס פון זיינע ווערטער, אז ער האט אויך געהאלטן די אראבער פאר רוצחים,
און ס'זעהט נישט אויס ווי ער פארשטייט אז מ'דארף שפיאנירן פאר זיי
וגם מה שאמר בנוגע הנ''ק
CP20_20240627-195819~2.png
עמרם איז גערעכט, אז ער האט געהאלטן די אראבער פאר רוצחים
נאכאמזל.
שטעל דיך פאר אז נישט.
כ'מיין פאר די געלט קען ער אויך האלטן אז די זון שיינט נאר ביינאכט.
(חלילה נישט צו מזלזל זיין אינעם רבי'ן, כ'שמועס עס נאר אויס אביסל ברייט)
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 1:29 pm
דורך לעמעלע
למעשה איז די אינגערמאן נאך אונטער גראטעס?
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 2:12 pm
דורך להודיע
יא
מלאזט אפילו נישט צו א אדוואקט
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 2:12 pm
דורך להודיע
מהאט נעכטן ארעסטירט נאך א היימישע אינגערמאן פון דע פרשה
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 3:46 pm
דורך קלמישל2
טאמער מען וואלט גרינג געקענט זיך פארשטעלן, וואלט ער קיין גוטע שפיאן געקענט זיין.
וואס יא? Weird.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 3:56 pm
דורך האניג
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 4:02 pm
דורך צקון לחש
האניג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 3:56 pm
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...
ווייל עס לאזט זיך נישט חלומ'ען פארוואס עפעס זאל א היימישע איד בכלל טראכטן פון דרויסענדע גליקן און פרנסות בו בעת וואס מיר שטעלן אלץ צו פון די בעסטע און שענסטע, יעדער האט א קלארע פלאן וואס ער וויל, און קען, טוהן אין לעבן, כדי צו לעבן בכבוד'יג, געזונט און פרייליך...
און אידיאלאגיע איז דאך אפגערעדט אז ס'קען נישט זיין א חלק דערין, נעמליך מיר האבן דאך אזעלכע קלארע השקפות, און מיר אלע זענען איבערגעצייגט אז עיני ה' אל יראיו מראשית השנה עד אחרית שנה, אלעס שטימט אויפ'ן האר כי עין בעין יראו בשוב ה' ציון...
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 4:07 pm
דורך yn.NY
אסטראלאג האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 10:21 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 6:28 pm
אויב גייט פאר סאטמאר נישט אהן וואס בעלזע רב האט געהאלטן פארוואס דארף נ"ק אנגייען וואס סאטמאר רב האט געהאלטן
אויב ס׳איז נאך דא איין קבוצה וואס רירן זיך נישט אוועק פון די רבי זי״ע, איז דאס אין אלגעמיין נטורי קרתא.
נישט די מ׳חזר״ל און נישט מהר״א. דער ציוני מהחזר״ל שפייט אין פנים פון יעדע הינזיכט וואס
רביה״ק האט אוועקגעשטעלט.
רבינו הק' פון די משניות?
ערענסט גערעדט, אויף אייוועלט שרייבט מען אייביג אז סאיז א "סאטמארע פלאטפארמע". דא אויף קאווע שטיבל, אויב ווילסטו די עולם זאל וויסן פון וועלכע רבי די רעדסט, דארפסטו עס קלאר ארויסשרייבן.
מיט פיל דאנק פארן פארדרייען די נושא האשכול צו על הגאולה און מחזר"ל
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 4:11 pm
דורך yn.NY
האניג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 3:56 pm
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...
סארקאזם אין א זייט, איז די תירוץ זייער פשוט, ווייל א היימישע איד איז נישט אריינגעדרייט אין די הוכע פענסטערס פון צה"ל אדער מוסד.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 4:50 pm
דורך berlbalaguleh
אויך: וואו האט ער געלערנט מיליטערישע טעכנאלאגיע? אין די מקוה אין ויזניץ? אדער אין בהימ"ד.
די איינציגע עקספערטיז וואס די איראנער קענען אפשר האבן ניצן דערפון איז וועלכע קוגל ס'האט א בעסער'ן טעם. די קארטאפל קוגל אדער די ירושלמי.
נאר: ערסנטס גערעדט. ס'איז מעגליך אז דער "תמימות'דיגער" יוגערמאן איז נישט תוכו כברו. מעגליך ער איז אויף עפעס א לעוול א בעל תשובה. און ער האט יא א מיליטערישן בעקגראונד.
איך גיי איהם נישט חושד זיין אדער זאגן סתם לופטיגע ספעקולאציעס. נאר די אויטאריטעטן (ש.ב.,מוסד, אמ"ן) דארפן מאכן א גרונטליכע (אפשר באהאלטענע) אויספארשונג.
איך האף אז ווען זיי האבן איהם ארעסטירט האבן זיי געהאט מער קראנטע באווייזן ווי דאס אז מ'האט געפונען זיין פאספארט ערגעץ אין אינדיע בשייכות מיט א שפיאנאזש אקציע.
ווער ס'ווייסט געדענקט זיכער די מעשה מיט דעם שפיאן אלי כהן. ער איז געווען אזוי גוט אריינגעדרייט אין די הויכע סאסייעטי. ער האט זיך געחבר'ט מיט די גרעסטע גענעראלן. און ער איז אויך געווען זייער נאנט צום פרעזידענט פון סיריע. ביז מ'האט איהם געכאפט...!
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 4:51 pm
דורך ים רויבער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 9:36 pm
מרדכי מרדכי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 8:43 pm
בפשטות איז ער נישט געווען קיין שפיאן און זיכער נישט פאר איראן.
נאר עס קען זיין אז עס איז געווען בלא יודעים ווי עס איז געווען א מעשה לעצטנס פון א פרוי וואס האט אומוויסנדיג און אומווילנדיג שפיאנירט פאר איראן.
און אז מ'האט געטראפן 4 מיליאן שקל אין זיין דירה? דאס איז אויך געווען אומ-ווילנדיג...!
פון ווי נעמסטו אז מען האט געטראפן 4 מיליאן שקל אין זיין דירה?
און בכלל, וויפיל צוטריט האט א וויזניצע אינגערמאן פון בית שמש, וואס על פי פשטות אין זיין לעבן נישט געהאט מיט צבא צוטון (חוץ פון אויפפיקן זיין פטור ביים לשכת הגיוס...) זאל קענען עפעס צושטילן אין די שפיאנאזש פעלד.
די מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 5:10 pm
דורך פוילישע פעפער
דרך אגב @ים רויבער, ס'איז דא וואס זאגן אז דאס וואס מ'האט געטראפן 4 מיליאן שקל ביי אים איז א אויפגעמאכטע זאך דורך איינע פון די וועבסייטס וואס האט דאס תיכף פארמעקט צוליב די צו איסור פירסום.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:36 pm
דורך קהל'ס נער
yn.NY האט געשריבן: ↑
רבינו הק' פון די משניות?
ביי מיר מיינט רביה"ק דער וואס איז געפלויגן פון ק"ש
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:39 pm
דורך קהל'ס נער
האניג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 3:56 pm
ס'איז אינטערעסאנט פארוואס די מח זאגט גלייך אז א היימישע איד קען נישט זיין קיין שפיאן, ס'קען דאך פשוט נישט זיין...
ווען איך בין ווען איראן און איך זיך צי שפיאנירן אויפן מדינה וואלט איך טאקע פאר די סיבה געהייערט א חרדישע שפיאן, ווייל א חרדישער וואלט מען קיינמאל נישט חושד געוועהן אלץ שפיאן.
כ׳פארשטיי בכלל נישט וואס די שאק איז, איינער האט געמיינט אז שפיאנען גייען ארום מיט א גרויסע שפיאן בעדזש ווי א סדרן ביי א רבישע חתונה?
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 2:41 pm
דורך להודיע
להודיע האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 2:12 pm
מהאט נעכטן ארעסטירט נאך א היימישע אינגערמאן פון דע פרשה
מזאגט אז סאיז א ליטווישע בחור פון ירושלים
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 8:31 pm
דורך ארכיטקט
רצ"מ זילבערבערג זאגט אז דאס איז א געמיינע בלבול, ער קען דעם אינגערמאן, אן עובד השם וואס ווייסט בכלל נישט פון דעי זאכן.
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 12:23 pm
דורך צקון לחש
ארכיטקט האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 8:31 pm
רצ"מ זילבערבערג זאגט אז דאס איז א געמיינע בלבול, ער קען דעם אינגערמאן, אן עובד השם וואס ווייסט בכלל נישט פון דעי זאכן.
בקיצור דער אינגערמאן טויגט
(דער רב פון מיין ביהמ"ד זאגט ענליכס אויף מיר

)
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 2:50 pm
דורך קאווע איד
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 4:50 pm
אויך: וואו האט ער געלערנט מיליטערישע טעכנאלאגיע? אין די מקוה אין ויזניץ? אדער אין בהימ"ד.
די איינציגע עקספערטיז וואס די איראנער קענען אפשר האבן ניצן דערפון איז וועלכע קוגל ס'האט א בעסער'ן טעם. די קארטאפל קוגל אדער די ירושלמי.
נאר: ערסנטס גערעדט. ס'איז מעגליך אז דער "תמימות'דיגער" יוגערמאן איז נישט תוכו כברו. מעגליך ער איז אויף עפעס א לעוול א בעל תשובה. און ער האט יא א מיליטערישן בעקגראונד.
איך גיי איהם נישט חושד זיין אדער זאגן סתם לופטיגע ספעקולאציעס. נאר די אויטאריטעטן (ש.ב.,מוסד, אמ"ן) דארפן מאכן א גרונטליכע (אפשר באהאלטענע) אויספארשונג.
איך האף אז ווען זיי האבן איהם ארעסטירט האבן זיי געהאט מער קראנטע באווייזן ווי דאס אז מ'האט געפונען זיין פאספארט ערגעץ אין אינדיע בשייכות מיט א שפיאנאזש אקציע.
ווער ס'ווייסט געדענקט זיכער די מעשה מיט דעם שפיאן אלי כהן. ער איז געווען אזוי גוט אריינגעדרייט אין די הויכע סאסייעטי. ער האט זיך געחבר'ט מיט די גרעסטע גענעראלן. און ער איז אויך געווען זייער נאנט צום פרעזידענט פון סיריע. ביז מ'האט איהם געכאפט...!
איך קען די משפחה, דורי דורות וויזניצע
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 6:10 pm
דורך שבת אחים
קאווע איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 2:50 pm

מ׳מעג שרייבן די לעצטע נאמען? אדער אין אישי?
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:40 am
דורך [NAMELESS]
Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:29 am
דורך berlbalaguleh
ארכיטקט האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 8:31 pm
רצ"מ זילבערבערג זאגט אז דאס איז א געמיינע בלבול, ער קען דעם אינגערמאן, אן עובד השם וואס ווייסט בכלל נישט פון דעי זאכן.
אפשר האט דער יונגערמאן א סמארטפאון. און ער האט זיך באהאלטענערהייט (אין בית הכסא) פארבינדן מיט די איראנער אגענטן.