בלאט 4 פון 22
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:12 am
דורך מיקוה נייעס
אוי טאטע די הארץ צו גייט ....... ב"ה די קינד לעבט זיי האבן איבער געלאזט א קדיש מען טראכט אריין די מצב פונעם קינד נישט קיין טאטע נישט קיין מאמע נישט קיין ברידערס או שווועסטער אוי מען קען אראפגייין פון זינען נאר פון טראכטען אוי הייליגער בשעפער שיק שוין משיח און לייז אוינז אויס פון גלות
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:13 am
דורך [NAMELESS]
דאס קינד איז א מיידל אדער יונגל?
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:14 am
דורך ברעט מענינג
א יונגעל
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:18 am
דורך לעמאן דזשוס
זעהסט א קאפעל שפאצירען אין די גאס, ווינטש זיי אהן, נישט הויך, נאר שטיל, אז דער אויבערשטער זאל זיי געבען ברכות נחת און לעבען, ווער נישט א צורידערטער פרומאק וואס ווען ער זעהט א קאפעל קיצלען אים די הויזען און שעלט פארוואס זיי גייען צוזאמען
שוין צייט איחוד זאלסט שטעלן די ווערטער אלס דיין חתימה
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:19 am
דורך זר זהב
און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:20 am
דורך טישו באקס
איחוד פעלד ביסט הונדערט פראצענט גערעכט אז מעדארף שטארק אכטונג געבן ווי אזוי מעדרייווט אבער גענוג מאל ליידער און אזוי אויך ביי די מעשה איז עס בכלל נישט געווען אין די הענט פינעם דרייווער ווען א צורידערטער אנגעטרונקענער פארשוין קומט צו רייסן אויף זעכציג איז נישט דא ליידער וואס מער אכטונג צו געבן.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:22 am
דורך ברסלבער
שרעקליך, איך וויין
שוידערלעך, ווער קען פארשטיין
דאס הארץ מוז זיין פון שטיין
אז עס זאל נישט צוגיין
א קאפל אזוי יונג
אן קיין פריערדיגע קלינג
פלוצלינג אוועקגעריסן ווי א פינק
דאס מוז אונז געבן א ווינק
רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן
ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן
זיין פארשטאנד איז פון אונז העכער
ער פארשטייט בעסער, דאס איז זעכער
אונזער שכל האט לעכער
די גאנצע בילד האט פאר זיך-ער
לאמיר געבן א טראכט אריין
מיר טוען נאך דא זיין
לאמיר נישט ווארטן ביז מיר זענען גאַון
מיר דארפן זיך אויפוועקן פונעם שיכורת אן קיין וויין
דאס הארץ איז צוריסן
אבער מיר קענען דאך נישט וויסן
ווי לאנג מיר וועלן נאך אויף די וועלט געניסן
ווען אונזער נשמה וועט ווערן אוועקגעריסן
פארן אייבערשטן זיך בייגן
אלע שלעכ'טס אוועק לייגן
צו די תורה-וועגן זיך נייגן
נאר מצות ומעשים טובים זאל זיין אייגן
אויב מיר וועלן בעסער ווערן
ווער דער באשעפער עס דערהערן
ער וויל דאך נאר אונז גוט'ס טוהן גערן
און אזוינע שוידערליכע מעשיות וועט מען מער נישט הערן
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:24 am
דורך נולד מאוחר
קאווע טנעהט פאר קיין לייקס איז נישט דאס פלאטץ אין די אשכול. כ''ש פאר דיסלייקס. וד''ל
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:25 am
דורך מיקוה נייעס
ווער עס האט געפארקט אקאר ביי ראדני בימ"ד זאל עס זעהן אוועקצונעמען ווייל 12:00 גייט מען אוועקשלעפן אלע קארס
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:26 am
דורך לעמאן דזשוס
זר זהב האט געשריבן:און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.
יא, יישר כח קאוועשטיבל פארן לאזן איחוד׳ס תגובה...ס׳גוט ארויסצוהאבן דעם מענטש וואס שטעקט זיך אונטער דעם איחוד ניק!
דרך אגב, איך קען נאר נאך איין גע׳מל׳טע יוד וואס וואלט אזוי גערעדט. וד״ל!
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:29 am
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.
לאזט צי וואס?
מ'האט קיינעם נישט באשילדיג דא. מ'וויל ארויס נעמעו עפעס זאכליך למעשה פאר אונדז פין א טראגעדיע, נישט סתם מדארף תשובה טאן און אלעס בלייבט ביים אלטען.
אפשר איז נישט אין פלאטץ ווען סנאך מיתו מיטל בפניו.
ר' אביגדור מילער האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געזאגט 'סאיז געווען באשערט איך זאל מיך אפבריען פין א אייסגעגאסנע טיי'' זיי נישט מצדיק השם, ער האט עס נישט געטאן, די ביסט שילדיג פארן לאזן דיין קונד אליינס מיט א הייסע טיי.
אודאי זאגט מען עס נישט פארן באטראפנער. אבער פאר אונדז א וועק אפ קאלל, מזאל דרייווען מער סעף אודאי.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:31 am
דורך לעמאן דזשוס
נולד מאוחר האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:און קאווע שטיבל לאזט דאס צו אין די נעים אוו פרידעם אוו עקספרעשאן, גאו פיגור.
לאזט צי וואס?
מ'האט קיינעם נישט באשילדיג דא. מ'וויל ארויס נעמעו עפעס זאכליך פין א טראגעדיע, נישט סתם מדארף תשובה טאן און אלעס בלייבט ביים אלטען.
אפשר איז נישט אין פלאטץ ווען סנאך מיתו מיטל בפניו.
וועגן דעם שרייבט ער וועגן די הויזן קיצלונג? גיב מיר א ברעיק
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:32 am
דורך קאווע טרינקער
אפשר איז נישט אין פלאטץ ווען סנאך מיתו מיטל בפניו.
דאס איז זיין פראבלעם, אפילו דאס פארשטייט ער נישט.
נניח ער האט נישט קיין קלעם געפיל. אבער זיך נישט רעכענען מיט אנדערע דא וואס האבן אביסל פלייש אין הארץ, ווי קלוג דארף מען שוין זיין פאר דעם?
דוקא די אויפגעקלערטע זענען תמיד דוגל מיט די שיטה פון פארשטיין יענעם, איז למה נגרע? אפשר זאל ער פארשטיין אידן וואס וויינען און קלאגן ביי אזא אומגליק וואס איז אוים ונורא.
צייט היילט, אבער ס'נאך איידער די לויה.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:34 am
דורך לעמאן דזשוס
איחוד זיסער, רעדסט וועגן א קיצלונג אין הויזן
רעדסט וועגן דרייוון ווילד ווען נישט דאס איז די פאסירונג
רעדסט מיט האס און אן טראפ געפיל צו א פרישע טראגעדיע דעטס איט.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:35 am
דורך חכם מחוכם
איך מיין אז יעצט איז נישט די צייט זיך ארומצושלאגן, אנשטאטס זיך שלאגן זאל יעדער זיך מקבל זיין א דבר טוב, איך מיין עס וועט זיין א תועלת פאר די נשמות וואס זענען אוועקגעריסן געווארן
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:35 am
דורך קאווע טרינקער
STOP
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:36 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
עס איז זייער וויכטיג אנציוויזן די פאקטן דא.
מי הי זה ואיזה הוא
ווער דער פארשוין איז.
מיין הארץ איז צובראכן אויף שטיקער, איך וויין שוין נישט ווייל איך האב שוין נישט קיין טרערן, מיינע הענט און פיס ווארפן זיך נאך פון נעכטן ביינאכט.
זיצענדיג אגאנצע נאכט מיט עלטערן וואס האבן פארלוירן זייער אוצר, זייער דיימאנט, זייער נחת.
אוי מי יתן לנו תמורתינו.
נחמי איז שוין נישט דא... א יונגערמאן א טייער יונגערמאן א הארץ פון פיטער
רייזי רייזעלע אוי א איידעלע יודישע נשמה איז שוין נישט בעולם הזה...
א קינד לרפ״ש געבוירן א קיילעכיגן יתום....
די קולות פון די מאמע וואס איר נשמל׳ה איז פארציקט געווארן וועט מיר באגלייטן אגאנצען לעבן...
און די איחוד ביסט נאר פארנומען מיט וואס מען קען דערקיטשענען די נשמה.
דאס איז די לעססאן וואס דיין פארדרייטן קאפ זעט דא....
ווער שעלט ווען א קאפפעל שפאצירט צוזאמען????
די ביסט גאר דער בעל הרחמים אז ווען עס דרייט זיך ארום דער עולם צושאסן און קען זיך נישט אפווישן די טרערן.
ליגט דיין קאפ און די זעלבע פלאץ ווי אייביג
שעם דיך.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:39 am
דורך לעמאן דזשוס
אוקעי ברודערלעך. מ׳גיי מיר זיך שלאגן און רייסן ביי די קעפ אבער מארגן! ויש מחר לאחר זמן!!!
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:39 am
דורך זר זהב
לאמיר נישט פארגעסן, איחוד איז נאר דער מייזעלע, קאווע איז דער לאך. מעג מען איינמאל פאר אלאמאל פרעגן קאווע שטיבל וויפיל איז דער שיעור פון פרידאם אוו עקספרעשאן?!?!
מיינט איר טאקע אז דאס איז וואס האלט קאווע פאפולער און אנדערש פון אייוועלט?
אינגאנצן נישט, און ס'צייט פאר נייע רולס. ביטע.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:41 am
דורך לעמאן דזשוס
זר, ביטע הער אויף! האמת יורה דרכו סא שאד צו פארלירן דאס זינען.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:41 am
דורך [NAMELESS]
מנהלים, פארדעם זענט איר דא. ביטע!! למען השם טוט עפעס.
אידן זענען משוגע אדער וואס?? דאס זענען די תגובות 2 שעה פאר די לוויה????
איך שטיי און שטוין. אלס א איד, אלס א איד, און אלס א איד בין איך מוחה אויף די ווערטער וועלכע זענען געניצט געווארן איין איד אויפן צווייטן ספעציעל אין אזא טאג. איך שעם זיך פאר מיר, איך שעם זיך פאר אלע אנדערע נערמאלע ניקס דא, איך שעם זיך פאר קאווע שטיבל, איך שעם זיך פאר אנדערע אידן, איך שעם זיך פאר מענטשליכקייט.
דאס איז ביליג, מיאוס, עקעלהאפטיג און גרויליג.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:42 am
דורך נולד מאוחר
.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:42 am
דורך ברסלבער
נחזור להענין, א שוידערליכע מעשה וואס וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון מח.
איינער האט מער פרטים פון די מעשה? דער דרייווער פונעם BMW איז אנטלאפן, וואס איז מיטן דרייווער פון זייער קאר? מען האט גלייך גערופן פאר הילף, אדער זיי זענען געליגן א שטיק צייט דארט? (אזוי האב איך געהערט האלבע ווערטער).