בלאט 4 פון 28

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:32 pm
דורך לעיקוואד
כל נדרי מיט רעבעצין נעמי לוי
(קול באשה)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ys0NaLWlHzE[/youtube]

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:38 pm
דורך חקרן
פוי.

וואס ברענגסטו אונז אזעלכע לינקס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:41 pm
דורך קאווע טרינקער
Wow
א פחד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:41 pm
דורך לעיקוואד
חקרן, אז דו זאלסט האבען אויף וואס צו שרייען פוי.

אנדערע האבען אזא מין מאדנע נשמה זיי קענען נתעורר ווערן אויך פון די תורות און תפילות פון איינער וואס זעהט נישט אויס פונקט ווי אונזערע באבעס אין מארמאראש, און פון אזא איינער ווס טראכט ערנסט און טיף וועגן זייער קשר צו'ם רבונו של עולם, הגם עס איז נישט קיין מאנספערזאן און שטימט אפשר נישט אלץ פונקט כהלכה הפסוקה הנהוגה אצלנו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:45 pm
דורך לכבוד שבת קודש
לעיקוואד. ס'ברענגט דיר טרערן?

לול לול לול...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:51 pm
דורך לעיקוואד
וואסי די ליצנות?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:04 pm
דורך קאווע טרינקער
חקרן האט געשריבן:פוי.
וואס ברענגסטו אונז אזעלכע לינקס?

מעג מען ברענגען א לינק פון א רבי'שע טיש, מ'זעהט ווי דער עולם בענטשט שטייעדיג! קעגן הלכה פסוקה אין שלחן ערוך.
ווער מאכט אפ וואס איז א גרעסערע עבירה, נוצען א מייק אדער ברכת המזון בעמידה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:40 pm
דורך הוגה
מיר האט עס אויך געברענגט צו טרערן (נישט ממש ס'איז נאר א euphemism). אויב מעג איך האבן א דעה וועל איך זאגן אז גאט האט גאר שטארק הנאה פון דעם אויך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:45 pm
דורך קאווע טרינקער
פון דא
זר זהב האט געשריבן:אינסטולירט דעם נייעם הויפט רב פון בריטאניע

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YCKrWaIm8pw[/youtube]

איך מוז זאגן, קוקענדיג דעם קליפ מהחל ועד כלה, אז מער ווי איינמאל האב דאס מיך געברענגט טרערן. צום שפיץ, איז געווען דאס התקוה ניגון צום סוף.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:לעיקוואד. ס'ברענגט דיר טרערן?

לול לול לול...

ניין. פאר מיר האט עס נישט געברענגט קיין טרערן. אבער ס'איז דאך שיין צו זעהן אידן, אין סיי וואספארא מצב זיי זענען ווי זיי "סעלעברעיטן" די טראדיציעס פון זייער/.אונזער רעליגיע. די רעבעצין/ראביי ברענגט זייער גוט ארויס דעם ציל און דעם אופן וויאזוי זיי סעלעברעיטן די טראדיציעס פון יום כיפור. אפילו ביי ווידוי האבן זיי געזונגען דעם ניגון וואס מיר אלע זינגען. יישר כוח, לעיקוואוד פאר ברענגען דעם שיינעם קליפ.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 11:00 pm
דורך משה געציל
איך ווייס (נישט) פארוואס אבער עס האט מיר געברענגט טרערן די ניגון פון אברהם פריד'ס נייע אלבוים;
"ווען איך בין איך, ווייל דו ביזט דו, דעמאלטס בין איך נישט איך, און דו ביזט נישט דו"...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:45 am
דורך מורינו הרב
קוק ביי מינוט 43, ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א חומש סעודה אמאל.

http://www.youtube.com/watch?v=m-wAd02XVjw

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:09 am
דורך רויטע וואנצעס
youtu.be/KVRFh7jCBwY

קרעדיט [tag]ונבנתה העיר[/tag]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:49 pm
דורך צלפחד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mNLKmVSC-m4[/youtube]

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 8:51 pm
דורך איך אויך
לעיקוואד האט געשריבן:כל נדרי מיט רעבעצין נעמי לוי

פעך שייגעץ איינער.
אנשטאטס אויפקלערן ווי 'צוריקגעשטאנען' אורטודאקסישע אידן זענן איז אסאך גרינגער זאלסט דיך שמד'ן און וועסט פטור ווערן פון אלע דיינע 'פראבלעמען'.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:29 pm
דורך שצם_חנכל
דאכצעך שוין ערווענט ערגעצוואו דא אין שטיבל אבער נישט אין דעם אשכול
http://www.unpious.com/2011/06/the-get/

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:42 pm
דורך לעיקוואד
איך אויך האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:כל נדרי מיט רעבעצין נעמי לוי

פעך שייגעץ איינער.
אנשטאטס אויפקלערן ווי 'צוריקגעשטאנען' אורטודאקסישע אידן זענן איז אסאך גרינגער זאלסט דיך שמד'ן און וועסט פטור ווערן פון אלע דיינע 'פראבלעמען'.

[tag]איך אויך[/tag]
אדאנק אייך אז איר זארגט פאר מיינע פראבלעמען.

איר האט אפשר א טעלעפאן נאמבער פון א גלח וואס וועט אונטערנעמן מיר צו שמד'ן גרינגערהייט אן מיר מאכען עקסטערע פראבלעמען?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:33 am
דורך diff
You can easily get each sunday another one and also go home with some extra cash

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:03 am
דורך דעת תורה
לעיקוואד האט געשריבן:איר האט אפשר א טעלעפאן נאמבער פון א גלח וואס וועט אונטערנעמן מיר צו שמד'ן גרינגערהייט אן מיר מאכען עקסטערע פראבלעמען?


לפי חז"ל (אז יהוא איז געקומען לידי עבודה זרה ווייל ער האט געזאגט אז ער גייט דינען די עבודה זרה כדי אריין צו נארן די כהני הבעל אין זיין נעץ) איז נישט ראטזאם צו רעדן אזוי. (ואולי יש לחלק בין מתלוצץ סתמא, לאומר על עצמו שיעבוד ע"ז דדיבורו אכן משמע כן אלא שבלבו מכון לומר שטילערהייט "למשל".)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:16 am
דורך שמעקעדיג
גם אני מסכים, לעיקוואד, מען רעדט נישט אזוי אפילו אויף א ווערטל און מיט אלע סארטן סארקאזם דיטעקטארס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:24 am
דורך שמעקעדיג
דער קליפ ברענגט מיר טרערן...
http://www.youtube.com/watch?v=UotaIk-TFFo

סיי צוליב דעם קליפ, און נאך מער צוליב די קאמענטס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:58 am
דורך לעיקוואד
פארוואס איז מען דא מוחה אויף מיר וואס עס איז קלאר אז איך מיין נישט ערנסט און בסך הכל ברענג איך ארויס די נארישקייט פון דער תגובה פון איך אויך און נישט אויף עם וואס ער האט גאנץ ערנסט געשיקט א מענטש זיך שמד'ן ווייל ער האט געזאגט עפעס א דבר שלא כרצונו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 7:16 am
דורך איך אויך
ווייל דער מרחק פון רעפארם ביז שמד'ן איז גאנץ קליין.

לשאלתך ,קענסט עס גרינג טוהן דורך דשוס-פאר-דשעי און וועסט נאך מזכה זיין א איד מיט א פעטע באנוס.