בלאט 4 פון 5
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:53 pm
דורך איש חזון
שקד האט געשריבן:למשל ר' חיים קאניעווסקי, ווי גרויסע ידען און מתמיד און ווייסעךוואס ער זאל זיין, איז ער שר התורה? ווער זאגט? אפשר איז ר' משה גרין גרעסער?
ווייל ווייסיך ווער האט ארויפגעשריבן קידוש לבנה אותיות אויף א גרויסע רב - רשכבה''ג - איז עס אזוי געווארן? נאר ווייל קיינער וויל נישט זאגן הויעך זיינע '''מצוה'לעך'''....?
אויף וועלכע פלאנעט וואוינט איר?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
או.קעי.: נעים...הרב וואזנער זצ"ל...אדרעסס. גן עדן של מעלה. היכל התורה וההוראה. (שע"י קהילת סאטמאר העולמי...!
דער אדמו"ר הרוצה בעילום שמו הייסט הרב ר' נ--- צ--- נ.ש. דער אדמו"ר מס'---. ער וואוינט אין בארא פארק אויף 5-'טע גאס. אין זיפ קאוד 1121-!
זיין פאון און פעקס נאמבער איז 718 85- 16--!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 9:11 pm
דורך גדליה
הרב חג'בי'ס אדרעס האט איר?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:09 pm
דורך שקד
והאיש משה האט געשריבן:איך מיין ס'איז אן ערנסטע נושא מ'מעג עפענען א באזונדערע אשכול
מי הוא גדול הדור?
מי הוא פוסק הדור?
מי הוא שר התורה?
אבער די הגדרה וואס כ'האב אראפגעברעגט אז ס'איז סך הכל א לשון חיבה וואס תלמידים פון רבי'ן קלעבן צו קען מען זיך באריגען, מ'דארף קיינעם נישט איבערשרייען...
כ'בין מודה צו דיר. וואס איז אמת איז אמת.
מיין שאלה וואלט לכאורה געדארפט זיין טאקע וועגן פוסק הדור, ווייל ר' חיים א שטייגער האט נישט קיין אפציעלע סמיכה פאר הוראה, און אגב אויך דער חזון איש זענען געווען אזעלכע וואס האבן פאקטיש מער אנגענומען פונעם טשעבינער רב זצ''ל, אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.
Re: האדמו
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:55 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא אזעלכע וואס זענען נעבעך אונטער א גוי'שע איינפלוס אז די פאפיר איז וואס עס מאכט די אוטאריטעט. די פאפיר איז א שמירה אז קיינער זאל נישט קענען אריינקומען און זאגען אני אמלוך, אן א דעקונג. ארום שרייען זאגן 'מיין זיידע איז, ממילא בין איך', אדער פון זיין דער יורש פון ריעל עסטעיט, צו אנדערע אומנויטיגע טענות.
ווען איינער קען שרייבען אזא ספר ווי חזו"א, דארף מען שוין נישט חושד זיין.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 11:41 pm
דורך איש חזון
שקד האט געשריבן:אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.
ס'איז כאילו א סיקרעט?
דער חזון איש האט געקענט יעדע מינוט 'באקומען א היתר הוראה' (פון וועמען? פון זיך אליינס!), אבער ער איז נישט געווען געמאכט פאר דעם. פאר זיך אליין האט ער אלץ מחמיר געווען.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 12:40 pm
דורך שקד
איש חזון האט געשריבן: דער חזון איש האט געקענט יעדע מינוט 'באקומען א היתר הוראה' פון זיך אליינס!
עד כן לשון מדרש הנעלם
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 1:10 pm
דורך והאיש משה
שקד האט געשריבן:והאיש משה האט געשריבן:איך מיין ס'איז אן ערנסטע נושא מ'מעג עפענען א באזונדערע אשכול
מי הוא גדול הדור?
מי הוא פוסק הדור?
מי הוא שר התורה?
אבער די הגדרה וואס כ'האב אראפגעברעגט אז ס'איז סך הכל א לשון חיבה וואס תלמידים פון רבי'ן קלעבן צו קען מען זיך באריגען, מ'דארף קיינעם נישט איבערשרייען...
כ'בין מודה צו דיר. וואס איז אמת איז אמת.
מיין שאלה וואלט לכאורה געדארפט זיין טאקע וועגן פוסק הדור, ווייל ר' חיים א שטייגער האט נישט קיין אפציעלע סמיכה פאר הוראה, און אגב אויך דער חזון איש זענען געווען אזעלכע וואס האבן פאקטיש מער אנגענומען פונעם טשעבינער רב זצ''ל, אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.
לכאו' מיינסטו צוזאגען וואס איז אמת איז אמת אויף מיין פריערדיגער הודעה בנוגע פארוואס מען שרייבט שר התורה אויף ר' חיים ענדערש ווי אויף ר' משה, נאר האסט בטעות קוואטע"ד דעם הודעה, ליין גוט וואס כ'האב געשריבן דארט, די נקודה איז מ'קען נישט אויף בלאזען סתם, און שרייבן אן קיין שום פראוו, טאמער ס'איז סתם אויף געבלאזען און געשריבן שר התורה, אדער פוסק הדור, אדער גדול הדור, אויף איינער וואס האט מיט דעם נישט קיין שייכות איז עס גארנישט און מ'דארף אפי' נישט רעדען, די עיקר איז אויך אז מ'שרייבט עס אויף מענטשען וואס האבען עס טיילווייז באוויזען, ענדערשע ווי אויף מענטשען וואס מ'ווייסט גארנישט (חוץ חסידים וואס שרייבן אויף זייער רבי'ן גאון הדור והדרו מופת הדור וכו' וואס דאס זיינען סך הכל טיטלען אזוי ווי כבוד קדושת אפגעזען צו די רבי איז הייליג אדער נישט).
בנוגע דיין שאלה וועגן די חזון איש'ס היתר הוראה און דיינע תמיהות: אין דרכי צו שרייבן פערסאנעל אבער ס'ווייזט גאנץ קלאר אז קיין סך חזון איש האט איר נישט געלערנט (בלשון נקי') ווען יא וואלט איר זיך נישט געספראוועט מיט די קטנות'דיגע שאלה יא געהאט היתר הוראה נישט געהאט וכו', לערן דארך אפאר שטיקלעך ביז די ביזט אביסל דיזי און זעהן ווי די מענטש גרובלט און גרובלט און גרובלט און לאזט נישט קיין מקום און א צד אפען וואס מ'קען נאר טראכטען (ווער ס'האט יא געלערנט וועט מיר פארשטיין ואכמ"ל אגב הרב שקד ס'איז כדי פאר די שטעלטס א שאלה און ביזט דן איינעם, קוק דורך אפאר שטיקלעך פון דעם גדול וואס די ווילסט דן זיין, אדער עכ"פ טשעק וויקיפידיע זאלטס וויסען פון וואס ס'האנדלט זיך, אנדערש האט עס א פנים ווי די נאנסענס שאלה וואס האסט אויבן געפרעגט די חילוק צווישן ר' חיים קנייבסקי און ר' משה גרין, אנטשולדיגט פליז דאונט טעיק איט פערסאנעל...).
מענין לענין: כ'האב געהאט אמאל א ויכוח מיט א חסיד [פאר כ'האב פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס איז נישט שייך, זינלאז און א שאד די צייט, ווייל ס'גייט ביי א חסיד בכלל נישט איבער לאגיק, ס'איז מער א טיעפע נקודה וואס איז העכער שכל, אפי' ביי גאנץ שכל'דיגע חסידים...] האט די חסיד געזאגט אז זיין רבי ז"ל איז געווען א גרעסערע ת''ח ווי סאטמער רבי'ן וכו' ולא נח דעתו אז ער איז אפי' געווען גרעסער ווי די חזון איש... האבעך אים געפרעגט צו ס'דא פראוו [אינטערלאגע בלע"ז] אויף דאס גאונות פון זיין רבי'ן? זאגט ער יא און הייבט אן צו פארציילען מעשה'לעך, צווישען זיי געדענק איך עפעס אזוי, אז ווען ער איז געווען עפעס אויף מקומות הקדושים אין צפת [דענק שוין נישט פונקט די פרטי פרטים אבער די געדאנק...] האט ער אויסגערעכנט וויפיל מאל די ב"י דערמאנט דעם מהרי אבוהב אא"וו, מיט נאך אזעלכע סארט מעשיות, זאג איך אים אז דו מעשה איז פונקט גענוג אים ארויסנעמען פון "חזקת" עם הארץ, אבער ס'מאכט אים נאך אפי' נישט א "ספק" חזון איש... ודו"ק.
איך וואלט געוואלט בעטען ווער ס'האט קאנעקשענס מיט די הנהלה אז מ'זאל אפטיילען די לעצטע 2 בלעטער צו א נייער אשכול, ווייל מ'איז געהעריג אוועקגעפארען פון די נושא האשכול האדמו"ר ר' מנחם מנדל, כ'מיין מ'קען עס רופן
ווער איז שר התורה אדער פוסק הדור?
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 1:37 pm
דורך שושן פורים
שקד האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן: דער חזון איש האט געקענט יעדע מינוט 'באקומען א היתר הוראה' פון זיך אליינס!
עד כן לשון מדרש הנעלם
אז איינער וואלט געקומען ווייזן פאר סיי וועמען אז ער האט א היתר הוראה פונעם חזון איש אליינס, וואלט מען איהם אויפגענומען אלץ מו"ץ אן קיין פראגעס.
קומט אויס אז דער חזון איש איז אנגענומען ביי רוב אלץ פארלעסליכע הוראה גיבער, האט ער דאך שוין געקענט אראפציפן איינס פאר זיך אליינס.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 1:46 pm
דורך גדליה
די איינציגסטע מוסמך פון די חזון איש איז ר' דוד שמידל
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 1:54 pm
דורך שקד
והאיש משה האט געשריבן:שקד האט געשריבן:והאיש משה האט געשריבן:איך מיין ס'איז אן ערנסטע נושא מ'מעג עפענען א באזונדערע אשכול
מי הוא גדול הדור?
מי הוא פוסק הדור?
מי הוא שר התורה?
אבער די הגדרה וואס כ'האב אראפגעברעגט אז ס'איז סך הכל א לשון חיבה וואס תלמידים פון רבי'ן קלעבן צו קען מען זיך באריגען, מ'דארף קיינעם נישט איבערשרייען...
כ'בין מודה צו דיר. וואס איז אמת איז אמת.
מיין שאלה וואלט לכאורה געדארפט זיין טאקע וועגן פוסק הדור, ווייל ר' חיים א שטייגער האט נישט קיין אפציעלע סמיכה פאר הוראה, און אגב אויך דער חזון איש זענען געווען אזעלכע וואס האבן פאקטיש מער אנגענומען פונעם טשעבינער רב זצ''ל, אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.
לכאו' מיינסטו צוזאגען וואס איז אמת איז אמת אויף מיין פריערדיגער הודעה בנוגע פארוואס מען שרייבט שר התורה אויף ר' חיים ענדערש ווי אויף ר' משה, נאר האסט בטעות קוואטע"ד דעם הודעה, ליין גוט וואס כ'האב געשריבן דארט, די נקודה איז מ'קען נישט אויף בלאזען סתם, און שרייבן אן קיין שום פראוו, טאמער ס'איז סתם אויף געבלאזען און געשריבן שר התורה, אדער פוסק הדור, אדער גדול הדור, אויף איינער וואס האט מיט דעם נישט קיין שייכות איז עס גארנישט און מ'דארף אפי' נישט רעדען, די עיקר איז אויך אז מ'שרייבט עס אויף מענטשען וואס האבען עס טיילווייז באוויזען, ענדערשע ווי אויף מענטשען וואס מ'ווייסט גארנישט (חוץ חסידים וואס שרייבן אויף זייער רבי'ן גאון הדור והדרו מופת הדור וכו' וואס דאס זיינען סך הכל טיטלען אזוי ווי כבוד קדושת אפגעזען צו די רבי איז הייליג אדער נישט).
בנוגע דיין שאלה וועגן די חזון איש'ס היתר הוראה און דיינע תמיהות: אין דרכי צו שרייבן פערסאנעל אבער ס'ווייזט גאנץ קלאר אז קיין סך חזון איש האט איר נישט געלערנט (בלשון נקי') ווען יא וואלט איר זיך נישט געספראוועט מיט די קטנות'דיגע שאלה יא געהאט היתר הוראה נישט געהאט וכו', לערן דארך אפאר שטיקלעך ביז די ביזט אביסל דיזי און זעהן ווי די מענטש גרובלט און גרובלט און גרובלט און לאזט נישט קיין מקום און א צד אפען וואס מ'קען נאר טראכטען (ווער ס'האט יא געלערנט וועט מיר פארשטיין ואכמ"ל אגב הרב שקד ס'איז כדי פאר די שטעלטס א שאלה און ביזט דן איינעם, קוק דורך אפאר שטיקלעך פון דעם גדול וואס די ווילסט דן זיין, אדער עכ"פ טשעק וויקיפידיע זאלטס וויסען פון וואס ס'האנדלט זיך, אנדערש האט עס א פנים ווי די נאנסענס שאלה וואס האסט אויבן געפרעגט די חילוק צווישן ר' חיים קנייבסקי און ר' משה גרין, אנטשולדיגט פליז דאונט טעיק איט פערסאנעל...).
מענין לענין: כ'האב געהאט אמאל א ויכוח מיט א חסיד [פאר כ'האב פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס איז נישט שייך, זינלאז און א שאד די צייט, ווייל ס'גייט ביי א חסיד בכלל נישט איבער לאגיק, ס'איז מער א טיעפע נקודה וואס איז העכער שכל, אפי' ביי גאנץ שכל'דיגע חסידים...] האט די חסיד געזאגט אז זיין רבי ז"ל איז געווען א גרעסערע ת''ח ווי סאטמער רבי'ן וכו' ולא נח דעתו אז ער איז אפי' געווען גרעסער ווי די חזון איש... האבעך אים געפרעגט צו ס'דא פראוו [אינטערלאגע בלע"ז] אויף דאס גאונות פון זיין רבי'ן? זאגט ער יא און הייבט אן צו פארציילען מעשה'לעך, צווישען זיי געדענק איך עפעס אזוי, אז ווען ער איז געווען עפעס אויף מקומות הקדושים אין צפת [דענק שוין נישט פונקט די פרטי פרטים אבער די געדאנק...] האט ער אויסגערעכנט וויפיל מאל די ב"י דערמאנט דעם מהרי אבוהב אא"וו, מיט נאך אזעלכע סארט מעשיות, זאג איך אים אז דו מעשה איז פונקט גענוג אים ארויסנעמען פון "חזקת" עם הארץ, אבער ס'מאכט אים נאך אפי' נישט א "ספק" חזון איש... ודו"ק.
איך וואלט געוואלט בעטען ווער ס'האט קאנעקשענס מיט די הנהלה אז מ'זאל אפטיילען די לעצטע 2 בלעטער צו א נייער אשכול, ווייל מ'איז געהעריג אוועקגעפארען פון די נושא האשכול האדמו"ר ר' מנחם מנדל, כ'מיין מ'קען עס רופן
ווער איז שר התורה אדער פוסק הדור?
ס'וואלט געווען ראטזאם, זאלסט מדייק זיין יעדע ווארט וואס איך שרייב, פאר דו זאגסט לאנגע דרשות, כ'האב סומך געווען מיינע ווערטער אויף א כלל גדול, אז גרויסע האבן זיך 'נישט' פארלאזט אויף עהם, כאטש ער האט געקענט כל התורה כולה, ווייל צו זיין א פוסק דארף מען האבן סמיכה, אפילו מ'האט א קאפ און א התמדה און א זיכרון ווי א קאמפיוטער. סמיכה נעמט מען נישט אליינס אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט, אפשר מיינסטו ס'איז א נאמען פון א נייע עפפ.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:49 pm
דורך והאיש משה
שקד האט געשריבן:
ס'וואלט געווען ראטזאם, זאלסט מדייק זיין יעדע ווארט וואס איך שרייב, פאר דו זאגסט לאנגע דרשות, כ'האב סומך געווען מיינע ווערטער אויף א כלל גדול, אז גרויסע האבן זיך 'נישט' פארלאזט אויף עהם, כאטש ער האט געקענט כל התורה כולה, ווייל צו זיין א פוסק דארף מען האבן סמיכה, אפילו מ'האט א קאפ און א התמדה און א זיכרון ווי א קאמפיוטער. סמיכה נעמט מען נישט אליינס אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט, אפשר מיינסטו ס'איז א נאמען פון א נייע עפפ.
ראטזאם מדייק זיין יעדע ווארט
אנטשולדיגט פאר'ן מגיב זיין אביסעלע שארף, כ'האב באמת נישט ליעב צו פאטשקען פערזענליך, אבער ההכרח לא יגונה, איר פירקעלט אהן דעם קאווע שטיבל מיט נאנסענס ווי מ'דרייט זיך נאר! שרייבט א מענטש וועגן ר' חיים קנייבסקי פאר ער ווייסט בכלל וואס די מענטש האב געשריבן זיין דרך הלימוד אא"וו, שרייבט וועגן חזון איש (וואס מבין ריסי עיניו ניכר, אז א שטיקל חזון איש לא קרא ולא שנה וכו', ס'זעט גראדע אויך אויס אז דו ביזט נישט שולדיג און דעם ווייל לויט דיין געשרייבעכץ זעט נישט אויס אז איר האט די כלים צו פארשטיין א שטיקל, ואונס רחמנא פטריה, נישט נאר דאס, נאר ס'איז ניכר אז א געזונט קראנט שטיקל איפורמצי' האט איר נאך קיינמאל נישט געליינט...) מכח א מעשה וואס ער האט געהערט איש מפי פיש און רופט עס נאך "א כלל גדול" אתמהה.(בקיצור און וועמענס ווערטער פונקליך איז ראטזאם צו מדייק זיין...)
שקד האט געשריבן:סמיכה נעמט מען נישט אליינס, אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט וכו'
גראדע האב איך שלעכטע נייעס פאר דיר, נישט נאר כ'ווייס וואס סמיכה איז, נאר כ'האב אליין סמיכה (נישט די עפפ

והיינו טעמא פארשטיי איך גאר גוט וואס דאס איז וד"ל, און דאס גאנצע קטנות'דיגע געשרייבעכץ איבעלט מיר)
אויב עפעס מיינעך (כ'בין ספק קרוב לודאי) אז איר האט נישט קיין אנונג וואס סמיכה איז און פארוואס עס דינט, איר ווייסט אפשר ווי די הלכות פון סמיכה שטייט? כ'גלייב אז נישט, אבער כ'וועל אייך נישט אנציען, עס איז א סוגיא אין סנהדרין, וע' ברמ"א יו"ד סי' רמ"ב בשם הריב"ש, לערן גוט דורך די סוגיא וועסטו זעהן אז מ'דארף נישט קיין שום סמיכה צו פסקנען, (אויב האט איר עפעס א גרעפץ פון א גדול[?] וואס האט נישט געוואלט אנעמען חזו"א קען איך עס מסביר זיין באריכות אבער ס'איז אין כאן מקומו להאריך, זיכער נישט אין אזא חשוב'ע אשכול פון ר' מנדל הגר (וואס האט סמיכה

און לשיטתך איז זיין פסק חשוב'ער ווי די חזו"א....

)
(מדי דברי אויב ס'אינטרעסירט אייך איז דא פון ר' שמחה אסף א ספר באהלי יעקב וואס נעמט שיין ארום די ענין פון סמיכה והמסתעף).
אנטשולדיגט פאר די לאנגע דרשה וואס דו רעדסט דיר אפ, כ'פארשטיי אז פאר איינער וואס האט קיין זיץ פלייש האט ליב צו כאפן א ידיעה'לע און געגאנגען ווייטער, אבער אורייתא דקא רתח בי...
כלל היוצא: שקד טייערע, ס'איז ראטזאם פאר איר שרייבט זאלט איר מער מדייק זיין... ברכה והצלחה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:43 pm
דורך חקרן
וויבאלד איך האב געעפנט דעם אשכול, דערזערוו איך די רעכטן צו זאגן דא א מיינונג לגופו של ענין.
לדעתי, איז די גרעסטע זאך וואס דער אדמו"ר פארמאגט, א זוהן, וואס ווייניג האבן דוגמתו. יא! - דער אדמו"ר איז גוט משוגע... הייליג משוגע, און ער מאכט משוגע אן עולם... אבער מה לעשות, ער האט א זוהן א ברכה צו מאכן, א גוטער המשך פאר זיין חסידות, און מיט דעם איז ער באמת רייך. ווייניג אדמורי"ם האבן אזעלכע קינדער ווי אים, געלונגען און אוועקגעשטעלט צו גאט און צו לייט, בגשמיות און ברוחניות.
און לאמיר ענק עפעס מגלה זיין: א זוהן קומט נישט צוגיין צופיס. אין אזא חיים מאיר ליגט אריינגעלייגט חינוך, פון ערגעץ איז עס געווארן... איך גלויב אז דאס איז דעם טאטע'נס קרעדיט. ווי נישט ווי איז עס אים געלונגען, מיט אלע זיינע משוגעת'ן. קוקט אויס אז עפעס האט ער אין זיך, וואס ער האט איבערגעגעבן ווייטער. דער וועלט זאגט, אז א מענטש איז א מדרש פליאה, און דער פירוש אויף דעם זענען זיינע קינדער. אזא חיים מאיר קומט נישט צופיס.
עפעס ליגט אין דעם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:43 pm
דורך אישתישבי
נעה, איך בין לגמרי מחולק מיט אייך. עס איז טאטאל גענעטיקס. עס האט גארנישט מיט דער חינוך פין טאטען. עס קומט טאקע א יישר כח פאר ר' מענדל פאר נישט קאליע מאכן זיין זוהן, דערווייל, (מי יודע וואס ער קען נאך אנמאכן), אבער פונקט ווי קינדער וואס פארן לא עלינו אפ פין וועג זענען נישט דער שולד פין דער עלטערען, קען מען נישט נעמען קרעדיט פאר די קינדער וואס געלונגען יא.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:53 am
דורך וואלווי
חקרן האט געשריבן:וויבאלד איך האב געעפנט דעם אשכול, דערזערוו איך די רעכטן צו זאגן דא א מיינונג לגופו של ענין.
לדעתי, איז די גרעסטע זאך וואס דער אדמו"ר פארמאגט, א זוהן, וואס ווייניג האבן דוגמתו. יא! - דער אדמו"ר איז גוט משוגע... הייליג משוגע, און ער מאכט משוגע אן עולם... אבער מה לעשות, ער האט א זוהן א ברכה צו מאכן, א גוטער המשך פאר זיין חסידות, און מיט דעם איז ער באמת רייך. ווייניג אדמורי"ם האבן אזעלכע קינדער ווי אים, געלונגען און אוועקגעשטעלט צו גאט און צו לייט, בגשמיות און ברוחניות.
און לאמיר ענק עפעס מגלה זיין: א זוהן קומט נישט צוגיין צופיס. אין אזא חיים מאיר ליגט אריינגעלייגט חינוך, פון ערגעץ איז עס געווארן... איך גלויב אז דאס איז דעם טאטע'נס קרעדיט. ווי נישט ווי איז עס אים געלונגען, מיט אלע זיינע משוגעת'ן. קוקט אויס אז עפעס האט ער אין זיך, וואס ער האט איבערגעגעבן ווייטער. דער וועלט זאגט, אז א מענטש איז א מדרש פליאה, און דער פירוש אויף דעם זענען זיינע קינדער. אזא חיים מאיר קומט נישט צופיס.
עפעס ליגט אין דעם.
לשיטתך, דער אדמו"ר איז אויך נתחנך געווארען ביי זיין טאטע.
ס'די זעלבע פירוש חי, כידוע...
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:58 am
דורך אדונינו
אייך ביידע האבן א טעות, חיים מאיר איז נתחנך געווארן ביים זיידע, ר׳ מענדל האט קיינמאל קיין חינוך נישט באקומען, ר׳ ישראל ביים אמרי חיים, דוק ותשכח.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:04 am
דורך וואלווי
אדונינו האט געשריבן:אייך ביידע האבן א טעות, חיים מאיר איז נתחנך געווארן ביים זיידע, ר׳ מענדל האט קיינמאל קיין חינוך נישט באקומען, ר׳ ישראל ביים אמרי חיים, דוק ותשכח.
האסט נישט געקענט ר' מענדל'ס טאטע...
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:26 am
דורך איסר האטלקי
גערעכט, שמעתי כמ"פ אז ישראל איז געבוירן דירעקט צום זיידן דער אמרי חיים, דורך א קשר מיטן שנור. חיים מאיר בן מענדל איז נתחנך געווארן דורכן פעטער ר' שרולטשע, און מענדעלע איז אויפגעוואקסן אין וואלד פאר ניין יאר.
לפי זה וועט חיים מאיר בן ישראל השני האבן אויפגעוואקסן ביים פעטער פון מרכז, והכל על מקומו יבא בשלום, ודפח"ח וא"ש דו"ק ותמצא נחת.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:55 am
דורך חיים יואל
ראש השנה לחסידות י״ב שבט.. חל ביום ו׳, ונדחה ליום א׳.
לא אד"ו ראש,
אז חייב להיות שביום א' הבעל"ט זה לא ראש, רק זנב, "שוואנץ".
נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2019 4:00 pm
דורך יין שרף
און קורצן. וואס איז יום חגם יב' שבט? זיין יום הולדת? פטירה? געווארן רב דעמאלס?
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2019 11:11 am
דורך והאיש משה
קנקן... מלא...
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 6:30 pm
דורך חיים יואל
והאיש משה האט געשריבן:קנקן... מלא...
נו.. וואס שטייט אין דעהר נייע בוך?
פיל מיט שטותים.. אדער געשריבען מער מיט שכל צו פארמיידן נאך און נאך בזיונות?
Re:
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:03 am
דורך כספי
איש חזון האט געשריבן: ↑
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?
בשעתו האט רוב וועלט אזוי געהאלטן