berlbalaguleh האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים: איך גיי שוין אויפמאכן פאר דיר א גאו-פאנד-מי פעידזש כדי דו זאלסט דיך קענען ערלויבן צו קויפן דעם וועקער. נעבעך שעפעלע. אדער אפשר גאר וועל איך גיין אין שומרי שבת קאלעקטן געלט פאר דיר. נאר אפשר אין איינווגס קען איך דיר ערלעדיגן א פעקל ביי תומכי שבת. און א פאר מאות אויף דיין קארטל ביים וואוילן פעטער שמואל זז"ג. איך קען אויכעט רעדן צו דזשי. ענד דזשי. אדער איינער פון די אנדערע היימישע סוחרים אז זיי זאללןן דיר געבן א טיש בעקישע פאר פרי. וועלכע סייז ביסטו...לאל...!
זאג נאר. דו האלטסט אונז טאקע פאר אזעלכע תמימים און לעמעטשקעס אז אונז זאללן מיר גלייבן אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. האא. דו קענסט אויפפיקן דעם וועקער ביי בינגא פאר העלפט פרייז. און דו קענסט עס סווייפן אויף דיין פיי סאמעך קארטל. איך 'עלל ערלעדיגן. נעבעך שעפעלע. ר'איז אזוי אונטערדריקט...!
חבר הכבוד!!
די ווילסטו חוזק מאכן פין מיר פיין... קענסט גיין דורך געלט ווי די ווילסט זאלסט מצליח זיין.. קענסט רעדן צו אלע סוחרים וועסט קענען מקיים זיין מתן בסתר מיט אלע הידורים, ווייל קיינער וועט נישט וויסן ווער עס וועט באקומען, אפי' איך אויך נישט... (בינגא איז נישט אין וויליאמסבורג)
אבער זיי נישט אזוי זיכער מיט זיך אז איך זאל זאגן ליגענט, אין איך האלט קיינען נישט פאר קיין תמימים, איך פראביר קיינעם נישט אריין צו רעדן..
וועל איך איך דיר קלאר מאכן, ב''ה איך דאנק די באשעפער אז אויף וואס איך דארף לעבן האב איך פונקט וויפיל איך דארף אויף ברויט אין מלבושים נאר וויפיל עס פעלט אויס, אבער איבריג געלט דאס נישט, איך וועל אפי' צולייגן, אז ב"ה איך האב נישט קיין קאר, ווייל אויב עס פעלט נישט אויס, דארף מען נישט אויסגעבן אויף דעם, איך בין א מענשט וואס לעבט מיט א חשבון, וואס מען דארף יא אין וואס נישט נישט, איך מיטשע ב''ה גענוג על המחי' ועל הכלכלה, אין די השי''ת העלפט וויפיל עס פעלט אויס, דאס האב איך.
יעצט לגבי דער וועקער, בעצם האב איך נישט אזוי פיל צייט צו ליינען הגם איך האב מורא'דיג ליב צו ליינען אין וויסן, ע"כ איז מיר נישט ווערד צו קויפן אלע מאל, עס איז מיר נישט גרינג, אבער עכ"פ דא אין די שטיבל, ווען איך וויל מיר אביסל זיך אויפרישן קוק איך דא אדורך, אין די מעשה איז מיר מורא'דיג ציענד אשר ע"כ האב איך אזוי שטארק געווארט אז מען זאל די ממשיך זיין אין איך ווארט אויף דעם גאר שטארק, ממילא בין איך אנטוישט...
איך האף אז די פארשטייט'ס גענוג
אין האב הצלחה