צום אלעם ערשט וויל איך זיך באדאנקען מעומק הלב פאר אלע וואס נעמען זיך אָן פאר מיר און זייערע דברי שבח והערצה. עס מיינט באמת גאר אסאך צו מיר. ייש״כ לכל אחד ובשמו הטוב יבורך.
להבהרה, [tag]מנהל[/tag] האט מיר נישט סיקירט בכלל. פארקערט, ער האט פשוט געבעהטן אז איך זאל שרייבן אויף אזא וועג ״ובלשון וואס זאל נישט אויפרעגן פשוטי עם״ [א דירעקטע ציטאט]. איך האב נישט ציטירט דעם גאנצן אישי כדי אז מ׳זאל נישט טענה׳ן פארקערט: ״וכי משוא פנים יש בדבר״?
איך וועל מודה זיין אז איך שרייב יא צומאל און ציטיר, ווען עס קומט אריין אינעם שמועס פונעם אשכול, פאזיציעס, מדע וכו׳ וואס קען פאררעכענט ווערן אלס קאנטראווערסיאנאל צו דת וכדומה.
אבער, ווי עס איז מערערע מאל ארויסגעברענגט געווארן בין כותלי השטיבל, איז אַן עיקר חסרון מיט אונזער חרדי׳שע געזעלשאפט דאס אי-יכולת צו ענגעידזשען מיט אקאדעמישע מדע כהיום אָן דעם אז עס זאל אונטערברענגען און אונטערברעכן די יסודות פון די חרדי׳שע מהלך בדת ומהלך החיים שלה. דאס איז בשעת אנדערע שטריכן אין יהדות ואפילו בתוך ארטאדאקסיע האבן דאס יא באוויזן צו טוהן. די איינציגסטע וועג ווי זי פיהלט זיך אז זי קען זיך ספּראווען דערמיט איז מיט אַן אגרעסיווע און ריגרעסיווע סארט פון דאס אלעס כובש זיין, צענזורירן, און אונטערדרוקן. דאס איז אבער, לענ״ד, נישט טענעבּל אין אונזער עפאכע כהיום: די עידזש פון אינפארמאציע און דאס גרינגקייט פון צוטריט דערצו. ולדוגמא, אפילו אזא איינער ווי [tag]זוכער[/tag], וואס צייגט שוין יא מער פונדאמענטאליסטישע שטריכן,
ווייסט צו זאגן פון שפינוזה, וועלהאַוּזן וכו׳ ושיטתיהם (עכ״פ צו עפעס אַן עקסטענט).
ווי איך האב געשריבן
דא איז אפילו אויב קען מען שוין יא פארטיידיגן די צוגאנג פון צענזור, איז אבער דאס׳ן דאס אָנהאלטן אויף א יחיד׳ס לעבן
לעולם אז ער זאל אפילו נישט וויסן פון דאס אלעס קיינמאל, קינדעריש און קאַוּנטער-פּראדאקטיוו.
און דאס אלעס איז בפרט פאר די קלוגערע און אינטעליגענטע אינדיווידואלן בתוכינו וואס זענען מבקשי ושואפי חכמה ומדע. זיי וועלן למעשה געוואור ווערן דערפון און דאן וויבאלד זיי וועלן פיהלן ווי מ׳האט דאס דאך געזוכט כובש צו זיין פון זיי וועלן זיי דאס אלס אָנקוקן ווי די סיבה איז ווייל דת קען זיך
טאקע נישט ספראווען מיט די מדע און האט נישט קיין שום ענטפער/תשובה ומהלך דערמיט. ותוצאותיו מי ישורנה.
לדוגמא, ווי [tag]עקפערימענטירער[/tag] האט
געשריבן:
צפון קארעא האט מורא אז אירע מענטשן וועלן געוואויר ווערן עפעס אנדערש, ווייל די דארטיגע רעגירונג ווייסט גאנץ גוט אז זי האט נישט קיין לאגישע ערקלערונגען פארוואס איר סיסטעם איז דער בעסטער סיסטעם אין דער וועלט. דער בעסטער וועג איז אלזא צו בלאקירן דעם אינטערנעט צו פארמיידן אירע בירגער פון בכלל וויסן אז עס איז דא עפעס אנדערש. נישט אז צפון-קארעער ווייסן נישט פון עפעס אנדערש; זיי ווייסן וועגן קאפיטאליזם און אנדערע עקאנאמישע און רעגירונג-סיסטעמען, אבער זיי ווייסן אלעס נאר פון זייער אייגענער רעגירונג'ס פערספעקטיוו. קענען אנדערע סיסטעמען פון דער נאנט, הערן וועגן קאפיטאליסטן פון די קאפיטאליסטן, ברענגט צפון-קארעא פאר א דעבאטע - און א דעבאטע קענען זיי נישט געוואונען.
אונזער געזעלשאפט דארף אויפהערן זיך בויען דורך פארהאקן און דעמאניזירן די גאנצע וועלט, און דארף טרעפן שכל'דיגע סיבות און ארגומענטן פארוואס א מענטש זאלן וועלן זיין א חרדישער איד מרצונו הטוב, אפילו אויב ער זאל וויסן אז עס זענען פאראן אנדערע וועגן. חרדישע אידישקייט דארף קענען געוואונען א דעבאטע.
פאר די וואס ווערן דאס געוואור נאך אלעם צייגט דאס (עכ״פ אפטמאל) צו זיי אז איה״נ: חרדישע אידישקייט קען טאקע
נישט געוואונען א/די דעבאטע.
אין מיין מוסד וואו איך ארבעט האב איך דאס טאקע געזאגט פאר׳ן מנהל, א פארשטענדליכער איד וואס פארשטייט גאר גוט צו חינוך [דער זעלבער ווי
דא]. עס האט געהאנגען אינעם האָלוועי ביי די עלטערע כתות, מטעם די לימודי חול, א פלאקאט פונעם סאָלער סיסטעם מיט די זון און אלע פלאנעטן דערין. אונטער יעדעס פלאנעט איז געוועזן אפאר שורות אונטער דעם וואו עס איז געשטאנען אביסל אינפארמאציע/מדע איבער דאס פלאנעט. אונטער די זון איז געשטאנען: ״די זון האט זיך געפארעמט __________.״ און דערנאך נאך אינפארמאציע איבער דעם. מ׳האט אנגעבליך געהאט ארויסגעשניטן דערפון אז די זון האט זיך געפארעמט, לפי מדע, בערך פיר אהאלב ביליאן יארן צוריק.
בין איך צוגעגאנגען צום מנהל און אים געזאגט, ״דו ביסט דער גורם אז למשל [דער-און-דער קלוגע אינגל] וועט מעגליך אפפארן ווען ער איז עלטער! לא׳מיר זיך נישט נאַרן,
90% פון קינדער דא וועלן האבן אקסעס צו אינטערנעט ואינפאריאציע [עס איז גראדע א מער ״בארא פארק׳ישע״ סארט מוסד]. און די קלוגע וועלן אנקומען צו די סארט אינפארמאציע אויך. צום ערשט וועט זיין רעאקציע דערצו מסתם זיין, ״
׳סאַראַ שטותים!״, אבער צוביסלעך וועט ער (גאר מעגליך) איינזעהן אז זיי האבן גאר שטארקע אביעקטיווע און עמפירישע ראיות לדבריהם. און קומט אויס אז מיט דעם וואס דו האסט דאס להדיא אויסגעריסן, האסטו געשאפן און אראפגעשטעלט אז דאס איז א סתירה און קען נישט גיין אין איינקלאנג מיט דת ורעליגיע; קענסט דאך נישט געוואונען די דיבאטע. ער וועט דאס מעגליך אלעס צאמשטעלן מיט רעליגיע בכלליות און ארויסווארפן דאס קינד מיט די באדוואסער.״
און איך גלייב אז הנסיון מוכיח על זה בימינו אלה.
איך פארשטיי אז מ׳קען מחלק זיין אז פאר קינדער, כדי זיי נישט צו צומישן און אריינגיין אין מער דקות׳דיגע חילוקים ווי אזוי מ׳קען יא ביידע אָנהאלטן וכו׳, פעהלט יא אויס דאס צו צענזורירן לעת עתה ווען זיי זענען יונג. אבער איך גלייב אז דאס איז א פּערמאנענטע מהלך ביי אונז אפילו פאר זקנים ממש.
ועל של עתה באתי און צוריק צו אונזער נידון. איך פארשטיי זייער פיין אז גיין שרייבן עפעס וואס רירט צו און גייט קעגן מענטש׳נס דאגמאס איז נישט עפעס וואס דארף געטוהן ווערן לייכטערהייט ואפילו אויב מ׳איז קעגן דאס געדאנק און מהלך פון צענזור און כובש זיין חכמה ומדע. דעריבער פארשטיי איך יא אז אויב איינער שרייבט, אפילו אויב ער און זיין מדע זענען פולקאם גערעכט, אבער עס איז אין א סארט פאלעמישע און צינישע שטייגער וכדומה להתריס אָנע רעספעקט
([tag]רביה״ק זי״ע[/tag] איך קוק אויף דיר… הגם איך פערזענליך גלייך יא דיין סטייל פון שרייבן), פארשטיי איך די טענה אז מ׳זאל און מ׳דארף דאס מסדר זיין. דאס אליין צו טוהן אזוי אויף אזא מהלך איז ווייטער נישט בגדר חכמה. אבער דאס׳ן זאגן אז מ׳קען
בכלל נישט שרייבן דערוועגן, וואו ס׳איז מדע און די אינפארמאציע איז
למעשה דא און מ׳האט (עווענטועל אזוי-צי-אזוי) צוטריט דערצו, איז פשוט לא מדרך החכמה און איז גאר קאַוּנטער-פּראדוקטיוו פאר אינטעליגענטע מענטשן - מענטשן וואס איך גלייב זענען די סארט וואס דרייען זיך דא אויף קאווע שטיבל. דעריבער איז מיין פערזענליכע שיטה אז איך האלט מיר נישט אפ פון שרייבן און ציטירן אן אקאדעמישע שיטה, מהלך, געפינס וכו׳ וכו׳ אפילו וואו עס איז מנוגד לדתינו. ווי כ׳האב געזאגט איז דאס אלעס עפעס וואס אינטעליגענטע גלויביגע מענטשן
מוזן ענגעידזשן מיט; עווענטועל, אין איין וועג אדער א צווייטע וועג וככל הנ״ל. כמובן אז דאס מיינט פארשטייט זיך נישט אז מ׳דארף מסכים זיין מיט יעדעס מהלך ושיטה אפילו וואו עס קומט פון א געלערענטער און שטודירטער חכם ומדעני - אבער ענגעידזשן
מוז מען. זאגן ״איך וויל אפילו נישט (מ׳זאל) וויסן״, ווען עס איז דאך בתור מדע ואקאדעמיע, איז אינו מדרך החכמה כלל און פאסט נישט פאר׳ן עם חכם ונבון, ובפרט אין אונזער עפאכע. אז נישט גייט דאס אריין אין גורם זיין אז אונזער געזעלשאפט ווערט, ווי [tag]יאיר[/tag] האט דאס
טערמינט:
Survival of the Stupidest
נאר ווי געזאגט מוז דאס געטוהן ווערן אויף אַן אופן פון אביעקטיווקייט און רעספעקט, און אָן קיין שום סאָבּיעקטיווקייט והתרסה. און צו דעם פרוביר איך מיך צו האלטן.