בלאט 5 פון 110

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:38 pm
דורך ריק סאנטורעם
ער גייט מיט בגדי שבת און פאפאטש און ער קען נאר זיין ביי די חופה אין מצוה טאנץ האלבוועגס (ער איז אינדרויסן אין א שטיבעל א גאנץ חתונה)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:09 am
דורך שרייבער
בד"ה ר' אלימלך אשכנזי גאב"ד מעלבוירן זצ"ל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:43 am
דורך קאווע טרינקער
שרייבער האט געשריבן:בד"ה ר' אלימלך אשכנזי גאב"ד מעלבוירן זצ"ל

כ'האב שוין דאס פארשטאנען צווישען די שורות פון קול מבשר נעכטען נאכט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:55 am
דורך שמואל הלוי
ברוך דיין אמת!

נאך א צווייגעלע פונעם אלטן דור הישן איז ליידער אפגעשניטן געווארן, און נישט סתם א צווייגעלע, נאר א הערליכע שיינע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:00 am
דורך קאווע טרינקער
טראסט מיך, די וועלט וועט ווייטער אנגיין
אן קיין שינוים,

ס'קען נאר צוקומען אפאר רבי'ס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:05 am
דורך שמואל הלוי
קאווע; ביטע אביסל רעספעקט פאר אן עלטערער רב, זאג כאטש ברוך דיין אמת. אזוי גלייכגילטיג זיין? אז דו קענסט זיך נישט צוריקהאלטן דאן בעסער שרייב גארנישט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:15 am
דורך קאווע טרינקער
שמואל הלוי האט געשריבן:קאווע; ביטע אביסל רעספעקט פאר אן עלטערער רב, זאג כאטש ברוך דיין אמת. אזוי גלייכגילטיג זיין? אז דו קענסט זיך נישט צוריקהאלטן דאן בעסער שרייב גארנישט.

גערעכט, בפרט אז ס'איז דיינס א קרוב

ברוך דיין האמת.
געווען א תלמיד חכם.
תלמיד מהר"ם שפירא
ועוד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:19 am
דורך שמואל הלוי
קאווע טרינקער האט געשריבן:גערעכט, בפרט אז ס'איז דיינס א קרוב

גארנישט מער קרוב צו מיר ווי צו דיר, ת"ח שמת הכל קרוביו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:58 pm
דורך קלאר
אוי, ר' אלימלך איז שוין נישטו
אזא טייערע איד
א זקן שקנה חכמה
חבל על דאבדין

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 8:58 pm
דורך משה רוקח
בד"ה. ר' ישעי' דוד בייער ז"ל, לאנגיעריגע מנהל פון ישיבה בית דוד אין מאנסי.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 10:59 pm
דורך וואוינט אין ב.פ.?
משה רוקח האט געשריבן:בד"ה. ר' ישעי' דוד בייער ז"ל, לאנגיעריגע מנהל פון ישיבה בית דוד אין מאנסי.

אזוי?? ער האט לעצטער וואך מוצ''ש מספיד געווען ר' יענקל הורוויץ וואס איז געשען מיט אים?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 11:58 pm
דורך שמעקעדיג
מען שמועסט אז ער איז געווען זייער צובראכן צוליב די לויה פון הורוויץ. ער האט נאך די לויה געכאפט א מאסיווע הארץ אטאקע, און א גאנצע וואך געשוועבט צווישן לעבן און טויט. מען האט איינגעריסן, געהאנגען צעטלעך אין די שולן, אבער שערי שמים זענען געווען פארשלאסן, און באלד גייט זיין די לויה.
זאל מען הערן גוטע בשורות. תכלה שנה וקללותיה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:02 am
דורך זר זהב
ווי אינג איז ער געווען?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:29 am
דורך שמעקעדיג
דוכט זיך 77.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:18 am
דורך לאדיך אפ
ר' משה יושע פליישמאן (שלמה'לע שמש פון די פלעיס) איז אוועק פון א מעסיוו הארץ אטאקע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:21 am
דורך מ גפני
לאדיך אפ האט געשריבן:ר' משה יושע פליישמאן (שלמה'לע שמש פון די פלעיס) איז אוועק פון א מעסיוו הארץ אטאקע.


ווי אלט איז ער געווען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:32 am
דורך לאדיך אפ
45 יאר אלט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:59 am
דורך שמעקעדיג
ברוך דיין האמת!
אזוי יונג???
לעצטענס גייען אזויפיל יונגע מענטשן אועק. ס'כאפט א פחד!
אלעס געווען אנגעשריבן לעצטע יאר ר"ה.!!

א זיס אידל געווען. מי יתן לנו תמורתו......

ברוך דין האמת: הרה"ח ר' משה יהושע פליישמאן ע"ה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:00 am
דורך עסקן
ברוך דיין האמת: מיט שווערע געפילן נעמט יעדער אויף די שרעקליכע פלוצים'דיגע בשורה אז הרה"ח משמח אלקים ואנשים ר' משה יהושע פליישמאן ע"ה, מחשובי חסידי סאטמאר, איז פלוצלונג אוועק אין עלטער פון 45 יאר נאכן ליידן א שווערע הארץ אטאקע, ווער ס'האט מער אפדעיטס זאל ביטע ארויפלייגן. און א ביישרייבונג איבער דער פערזאן וואלט אויך כדי געווען, נאכדערצו יעצט ווען עס איז חודש אלול אין דער עולם האט געכאפט א שטיקל התעוררות, שנשמע ונתבשר בשורות טובות!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:05 am
דורך שרייבער
וואס האט דאס מיט צימעס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:19 am
דורך גאלד
גערעכט פארוואס אין צימעס, און א בילד ביטע?

משה יושע פליישמאן ע"ה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:26 am
דורך אייגענארטיג
בד"ה

א יונגע ענערזשעריק עקטאר אויף די הצלה קליפ פלוצלינג אוועק.

ווייסט איינער מער פרטים

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:26 am
דורך שמעקעדיג
און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)