בלאט 5 פון 16

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:39 am
דורך ברסלבער
משום איזה סיבה איז גרינגער פאר היימישע פרויען צו רעדן מיט א פרעמדער מאן א גוי ווי מיט א פרעמדער מאן א איד (עיין מאחורי). דאס איז סתם ביים רעדן ועאכו"כ ביים האבן א קינד.
איך ווייס פון א פרוי וואס האט זיך געשעמט ארויסצוגיין פון איר הויז פאר עטליכע חדשים נאכן האבן א קינד מיט הצלה, ווען צעהן מעמבערס האבן זיך אריינגערוקט ביי איר אין שטוב בעת מעשה. מען קען זאגן אז עס בלויז אן OCD פון די פרויען, אבער בכל אופן שאדט נישט זיך צו רעכענען אביסל מיט זייערע געפילן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:11 am
דורך אפטעמיסט
ווארט, ווארט! באלד קומט הצלה מאן און באוואשט דיך פון קאפ ביז פיס. בעסער שטיי אוועק פון דעם דיבאטע.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:41 am
דורך קאך_לעפל
וואס זאגן די רבנים? די עיני העידה? דאס איז דאך א פשוטע הלכה שאילה,
וואו קימט דאס צו אונז קאווע שטיבל שטיפער אריין צורעדן און א ריינער הלכהדיגע שאילה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:56 pm
דורך קרעקער
און וואס זאגען די חשובע שרי העסקנים פיני רינגעל און שמחה בערנאט?
כמיין ווי קימט דא אריין רבנים? עלך פי הלכה איז א שאלה אז א פרוי זאל באהאנדעלט ווערען פון א פרוי? אויב עפעס פארקערט

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 2:07 pm
דורך איך אויך
ר' יצחק שלמה האפפמאן זאגט אז עס איז שוין א אלטע געדאנק.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 2:51 pm
דורך אפטעמיסט

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 5:06 am
דורך דער שכן
הצלה מאן האט געשריבן:עס איז מיר א פלא אז דו אזויגעריפענע חסידישע פרויען וואס גייען בכלל נישט קיין דיקע שטרימפ איז גייען על פי רוב מיט ציגעפאסטע קליידער, גייט זיי אזוי שטארק אן אויב עס מאכט זיך ביי זיי איינס פון הונדערט אז מען העלפט זיי ארויס מיט א עקעלהאפטיגע פראצעדור, וואס מאכט פארגיין דעים אפעטיט פון זיך פרוכטבארן פאר כאטש איין חודש, אז זיי האבן געמיזט נעמען דו מכה אשר לא כתוב אין דו האנט אריין, קיק ווי זיי זיכען אטענטשן סאך מער ווי מענער, אפשר איז מיר איינער מסביר פארוואס מיזן זיי ביים מסיבה ארים גיין מיטן ווייסן חאלאט א שטייגער ווי מיטער טוריזה, אפשר וועט איינער דארטן זיך זעצען אויפן געבורטשטיין.


ווען דו וועסט האבן א סיטואציע ווי דיין רבי'צען ווערט נבדק דורעך אפאר מענער (אפשר גאר עכטע גראבע יונגן) (יא! א הצלה מאן וואס איז זיך כמעט מוסר נפש צו העלפן אידען קען אין די זעלבע צייט זיין אן עקעלהאפטיגער פארשוין מיט שרעקליכע נידעריגע תאוות..) איז בודק דיין ווייב מיט עפעס א אויסרייד ווייל זיי האבען א גוטע געלעגענהייט (און אויב איז זי נאך אזא פרוי וואס איז בכלל נישט מיאוס און דו ווייסט עס גאנץ גוט) וועסטו שוין וויסן, שפירן און פארשטיין פון וואס מען רעדט דא.

אפשר ווילסטו נישט פארשטיין ווייל דו הצלה-מאן האסט א ווייב וואס איז נישט אזוי בא'טעם'ט און דו ביזט דער וואס האט ליעב צו זיין דער בודק אויף דעם אומשולדיגן מאן'ס ווייב און דעם אומבאהאלפענע אינגע פארלוירענע ווייבעלע. דער הצלה-מאן העלפט דאך! ממילא קען מען גארנישט זאגען!... און וויפיעל מאהל דארף מען בכלל נישט בודק זיין, און דער הצלה מאן ווייסט דאס גאנץ גוט! דער עלטערער פון די צוויי זאגט אז מען דארף, דער אינגערער מוז שוין מיטגיין דערמיט... ביזדערווייל זעהט מען אריינצושיקן דעם צומישטן אינגערמאנטשיקל צו גיין זיצן מיטן דרייווער פונעם אמבולאנס. ..

מרס פרייער טוט א געוואלדיגע גוטע זאך!

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:16 am
דורך galitzyana
Mrs Frier go ahead every body knows the thruth
We need brave people like you
Hatzulu is shivering in their pants
They are afraid
There is no reason why they were against this
The only reason I could say is because of bal k ny reasons

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 9:26 am
דורך פאלשע פיש
מיין ווייב האט דעליווערט אינזער ערשטע קינד אין אמבעלאנס. ווי נאר איך האב געזען אז די מצב טויג נישט האב איך געריפען מיינס א חבר א הצלה מעמבער (א יונגערמאן וואס טוט שוין שידוכים מיט די קינדער) איך האב דירעקט נישט געריפען הצלה אליינס, ער האט געריפען פאר בעקאפ און פאר א באס. ב״ה אלעס איז אדורך בשלום מיט צווי מעמבערס און איינער האט געדרייווט.

דער הצלה מאן וואונט א גאס אוועק פון מיר, און מיין וויב שעמט זיך נישט ארויסצוגיין אויפן גאס, און ניין, נישט איך און נישט מיין ווייב (זי איז דאס אויך מודה) וואלט נישט האבן אפאר פארלוירענע ווייבליך (ס׳איז א מציאות אז פרויען ווערן שנעלער פארלוירען ווי מענער) אין אזאנע אנגעצויגענע מינוטן זיך ספראווען מיט די מצב.

און דאס וואס דער שכן שרייבט אז מ׳שיקט די מאן אין פראנט, איז פשוט הלכה.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:21 am
דורך שמעקעדיג
פאלשע פיש האט געשריבן:(ס׳איז א מציאות אז פרויען ווערן שנעלער פארלוירען ווי מענער אין אזוינע אנגעצויגענע מינוטן זיך ספראווען מיט די מצב.


איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע נושא, אבער אויף דעם שטיקל וויל איך חולק זיין. דא רעדט מען דאך פון געלערנטע מענטשן, נישט קיין נפק"מ מענער אדער פרויען, קענען זיי באהאנדלען דעם מצב. אז איימיצער איז געטרעינט ווערט מען נישט פארלוירן. עס פעלט עפעס פרויען מילדות אין שפיטאל? עס זענען פאראן א געוואלד נשים מידווייפ'ס און מעולם לא שמענו אז זיי זאלן ווערן פארלוירן.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 10:29 am
דורך לית דין בר נש
שמעקעדיג יא פרויען ווערן פארלוירן איך האב שוין מיטגעהאלטן ווי די מילדות איז ארויס געלאפן פון צימער אינמיטן דעליווערן פון פארלוירענקיייט
און מיין קינדערס Pediatrition האט מיין ווייב מיר פארציילט (איך האב עס נישט גיזעהן אליין) וואס איז שוין א קינדער דאקטער איבער דרייסיג יאר איז אויך אמאל ארויס געלאפן פון איר אפיס מיט קולי קולות ווייל עפעס איז גישעהן מיט א אינגל

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:18 am
דורך דער שכן
און דאס וואס דער שכן שרייבט אז מ׳שיקט די מאן אין פראנט, איז פשוט הלכה.


הלכה אז?... אההה ער אאא נישט זיין אינעם זעלבן באקס!.... הממממ. ....

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:24 am
דורך אפטעמיסט
[justify]פרעגט אייך נאך ביי די עלטערע אידן וויאזוי מען האט אויפגענומען די נייעס אז חרדי'שע אידן גרייטן זיך צו גרינדען א זעלבסטשטענדיגע הצלה ארגאניזאציע. גענוי ווי היינט ביי עזרת נשים, האט מען דאן אויך אפגע'חוזק'ט און זיך געשוואוירן אז ווען ס'וועט למעשה קומען צו א נויט-פאל וועט מען רופן די שטאטישע אמבולאנס און נישט די "נארישע חסיד'ישע בעלי דמיונות". ס'האט גענומען א שטיק צייט און דער עולם האט אנערקענט אז הצלה איז א געלונגענער געטרייער ארגאניזאציע, און איז גארנישט קיין קינדער שפיל. ס'האט גענומען צייט ביז זיי האבן געווינען די צוטרוי פונעם עולם, אבער ס'האט נישט געשפעטיגט צו קומען.

יעצט האלט מען פאר טויש. שוין יארן וואס היימישע פרויען באקלאגן זיך אויף די אומבאקוועמליכקייטן און בזיונות וואס זיי ליידן ווען ס'מאכט זיך א נויט-פאל במקומות המכוסים. א פרויען אפטיילונג אינערהאלב הצלה איז די מערסט פארשטענדליכער זאך וואס וואלט שוין לאנג איינגעפירט געווארן ווען נישט זינלאזע איגאסטישע סיבות, און מי בראש פראגעס. הצלה האט נישט מסכים געוועהן זיך צו זעצן צום טיש מיט רוחי פרייער, און האט נישט גע'חלומ'ט אז זי איז ביכולות ארויס צו ברענגען אזא קאמפליצירטע און פארצווייגטע קערפערשאפט מן הכח אל הפועל. אבער זי האט געוויזן אנדערש.

די שמאלקעפיגע און לעכערליכע איינרעדענישן אז היימישע פרויען זענען נישט ביכולות צו זיצן אויף אזעלכע פאזיציעס וועט ממילא צעטראסקעט ווערן ווי א זייפן בלאז אט אט. "עזרת נשים" איז א רעאליטעט וועדער יו לייק איט אור נאט.[/justify]

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 11:31 am
דורך קאווע טרינקער
ס'איבריג זיך צו טענה'ן, יא וויכטיג נישט וויכטיג.
א פרוי וויל זיין א הצלה מעמבער. נקודה.
קיינער קען נישט אוועקנעמען אירע רעכטען.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 12:26 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שוין פארהאן א קליפ ווי די געטרייע עזרת נשים נעמען אריין א פרוי אין שפיטאל תיכף נאכן געבוירען א קינד.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZgApexgr2X4[/youtube]

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:35 pm
דורך Ben-Shishim
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:שוין פארהאן א קליפ ווי די געטרייע עזרת נשים נעמען אריין א פרוי אין שפיטאל תיכף נאכן געבוירען א קינד.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZgApexgr2X4[/youtube]


This is not nice of you, some woman are better drivers than you are.

Don't tell anyone but my wife has Live guard and EMT licence for many years now.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 2:44 pm
דורך פאלשע פיש
דער שכן האט געשריבן:
און דאס וואס דער שכן שרייבט אז מ׳שיקט די מאן אין פראנט, איז פשוט הלכה.


הלכה אז?... אההה ער אאא נישט זיין אינעם זעלבן באקס!.... הממממ. ....


איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט דא, אבער טריקען הלכה איז אסור צו קוקן במקומות המכוסים בזמן שאשתו נדה, א פרוי אין אזא מצב איז א נדה לכל הדיעות, און ס׳איז נישט מעליך נישט נכשל ווערן אין די ד׳ על ד׳ באקס פון אן אמבעלאנס ווען ס׳ווייב ליגט דארט אים ציגעגעקט.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 4:53 pm
דורך yatzmachp
וואס איז דער פרבלעם? לאז זיי אנהייבן טוהן זייער ארבייט און מוול מיר זיך איבערצייגן.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 7:01 pm
דורך יין שרף
ווער וויל דען זיין די ערשטע פאציענט פון זיי?
איר ווילט אפשר מנדב זיין אייער ווייב?

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:14 pm
דורך פאלשע פיש
יעדער איז דא וואויל גערעכט מיט די טענה אז פרויען זענען פונקט אזוי גוט ווי מענער אמער ס׳איז דא גענוג און נאך פרויען מידווייפס מיט דאקטוירים און נורסעס. אמת.

דאס איז אלעס גוט ווילאנג אלעס פארט, די מינוט עפעס גייט ארויס פון וועג, עפעס פאסירט אנדערש וואס שטייט אין די באק וואס מ׳האט איר געטרענט, מ׳דארף מאכן דיסישזענס וואס יעדע רגע שפילט א ראלע צווישן לעבען און טויט (אין אינזער פאל צוויי נפשות) וועלן זיי אויף קיין שום פאל האנדלען מיט די זעלבע שכל הישר ווי א מאן.

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:37 pm
דורך אפטעמיסט
איי די שטאטישע EMS איז פול מיט פרויען?

נשלח: מאנטאג יוני 02, 2014 8:51 pm
דורך יין שרף
און קוק מיט וויפעל טויטע זיי דילען א יאר...