בלאט 5 פון 63
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:57 pm
דורך איחוד פעלד
וועט אמאהל ארויסקומען דער פארוואס?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:58 pm
דורך חזקיהו המלך
ס'האט פין די אנהייב אויסגעקוקט ווי א פראפעשענעל קידנעפינג, דעי חברה שפילען נישט קיין סאך, ס'האט גלייך אויסגעקוקט ווי א שרעקליך דענזשערעס סוטואציע,
למעשה האבען די רוצחים געמאכט א מיסטעיק, זיי האבען זיך געוואגט צי קידנעפען א יונגערמאן אינמיטען די היימישע וויליאמסבורג, ממילא האבען זיי אנגעהויבען מיט א גרויסע קאמיוניטי וואס ארבעטען אינאיינעם, ממילא וועט יעדע קעמרע אין וויליאמסבורג וואס קען האבען עפעס אויפגעחאפט ווערען דורעך געקוקט, און אזוי אויך איז דא גרויסע פרעשור אויף די אינסטאנצען צי ברעכען די קעיס, ממילא לכאורה וועט מען מיטען אייבערשטען'ס הילף ברעכען די קעיס, אין ברענגען די שולדיגע צי גערעכטיגקייט,
לעת עתה האב איך פריער געליינט אויף טוויטער אז די פאליציי איז אויף די יאגד נאך געוויסע, סאו ווי עס זעהט אויס האבען זיי שוין אינפארמאציע אויף ווער ס'שטייט אונטער דעם, לאמיר האפען אז מען וועט זיי טרעפען ברענגען צי גערעכטיגקייט,
בלייבט נאר צי בעטען אז דער באשעפער זאל טרייסטען די אלמנה מיט אירע אכט יונגע יתומים'לעך וואס גייען זאגען קדיש אין אזא יונגען עלטער,
(ביי דע וועי צי דעי אלע "גאן קאנטראל פריעק'ס", וואס וואלט געווען ווען דער יונגערמאן האט א גאן מיט זיך ???, מסתם וואלט געווען צוויי טויטע גוים ....)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:00 pm
דורך איחוד פעלד
דאס הארץ בלוטיגט. א גזירה מן השמים, מען ברויך תשובה טוהן.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:02 pm
דורך פיטומי מילי
קאווע טרינקער האט געשריבן:כלל ישראל האפט אז ס'זאל נישט מקוים ווערן די ברכה פון קול מבשר אז ס'זאל זיין "עליה השלם כל הקרבנות כולם", וואס דאס טייטש אז אלע קרבנות פון טאג איז א המשך פון דעם קרבן של שחר.
קאווע,
איך האב פונקט געטראכט צומאכען אן אשכול פין אזעלעכע עם הארצות.
סי דא אזוי פיל סי גיט ציוויסען
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:04 pm
דורך חביבי
עס פאלט דיר נישט ביי אז ווען מען מעג ווען האבען גאנס וואלטן דע חברה אויך געהאט (אויב יעצט האבען זיי נישט געהאט)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:18 pm
דורך חד גדיא
פלגי מים ירדו עיני
אוי געוואלד
איך זעה אויף וואס איז נייעס אז ער איז אומגעקומען פון דערשטיקן. לאמיר כאפן אזמער האט נישט קיין סאך געליטן.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:18 pm
דורך בשםואין
ס׳קוקט נישט אויס וואו איינער איז גערעגט געווארן מיטוואך און האט אים פארכאפט דאנערשטאג.
דאס קוקט אויס וואו א לאנג אויספלאנירטע פארכאפונג וואס האט נאר געווארט אויף די ריכטיגע געלעגענהייט, אוו דיזען פאל א שניי בליזארד.
די וועג וויאזוי זיי זענען געפארן, אהין און צוריק, יו טוירנס, פטור געווארן פונעם סעלפאון אויף נארטסטראנד עוועניו, און געפארן קיין לאנג איילענד ווייזט אויך אז דאס איז נישט קיין חדר אינגלעך, דאס איז געווען א פארזוך צו פארמישן די פאליציי, אפילו אויב די פאליציי וואלט ווען גערופן געווארן גלייך וואלטן זיי מן הסתם גארנישט געקענט טון.
השם ינקום דמו.
אויב מ׳קען נישט האבן קיין גאנס לעגאל דארף מען זיך פארשאפן טעיסערס, ס׳שרעקליך.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:19 pm
דורך חזקיהו המלך
חביבי האט געשריבן:עס פאלט דיר נישט ביי אז ווען מען מעג ווען האבען גאנס וואלטן דע חברה אויך געהאט (אויב יעצט האבען זיי נישט געהאט)
נו, טאמער שטארבען איז בעסער אין א גאן-פייט, ווי ס'דא שאנסען אויך זיך צי ראטעווען אדער חאטשיג אויך צי הארגענען די אנגרייפער, בעסער ווי צי ווערען געפייניגט און דערשטיקט און געווארפען אין א דאמפסטער, וואס מיט רחמי שמים האט מען עס געטראפען, אבער ווען מען טרעפט עס ווען נישט אין די קערפער גייט אוועק מיט די מיסט דאן איז עס א עגונה קעיס, ה"י.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:26 pm
דורך יואליש
אין מיין שפעקולאציע איז די שניי געווען א טובה אין די זין אז ווען נישט די שניי וואלט די קערפער שוין לאנג געווען אויפגעפיקט פארטאגס, און מ'וואלט קיינמאל נישט געהערט דערפון.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:26 pm
דורך סאו וואט
היות כ'האב געזעהן אויף אייוועלט האט א ניק "עם הארץ", וואס קען נישט אויפקומען מיט עפעס אייגענס, געמאכט קאפי פעסט
פון מיין תגובה אהין, לייג איך יעצט א קאפי רייט אויף מיין תגובה. וכל הזר הקרוב...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:33 pm
דורך shem-tov
סאו וואט האט געשריבן:נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם.
אוי כי רחק ממנו מנח"ם משיב נפש.
כיון ששב"ת וי אבדה נפש.
והשי"ת יגדור פרצות ישראל.
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל, בב"א.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:40 pm
דורך יעקעלע חכם
כאפן די פארברעכער וועט דעם איד ליידער נישט צריקברענגען, עס וועט די צובראכענע אלמנה נישט טרייסטן, און עס וועט זיינע אכט אומשילדיגע עופה׳לעך נישט ראטעווען פון די שרעקליכע קאשמארן וואס וועט זיי בייגלייטן אגאנץ לעבן, אבער עס וועט יא אביסל באראויגען דעם היימישן ציבור וואס דרייט זיך ארום צובראכן און צושאקעלט, אבער נאכמער פון דעם פארציטערט, אז חיות בצורת אנשים האבן אזא זאך געקענט אפטאן און היימישן וויליאמסבורג, און די פריע נאכט שעות און קיין נפש חי האט דאס נישט באמערקט.
ממילה איז זייער וויכטיג אז די פארברעכער זאלן געברענגט ווערן צו יוסטיץ, נישט אלס נאר אלס נקמה, נאר קודם כל ארפצונעמען די שעדליכע פארשוינען פון די גאסן, און דערנאך צו שיקן א מעסידש, אז אויב הייבט איר זיך אן מיט א מעמבער פון די Hassidic קאמיונעטי, הייבט איר זיך אן מיט א גאנצע קאמיונעטי פערזענדליך וואס גייען לייגן פרעשור אויף די איסטאנצען און גייען נישט איינרוען ווילאנג די פארברעכער וועלן געכאפט ווערן און געברענגט ווערן צו יוסטיץ.
איך בין נישט קיין עף בי איי אגענט, און אויך נישט קיין פרענזיק עווידנס עקספערט, אבער פון וואס איך האב צוזאמגעליינט און געהערט, זעהט דאס נישט אויס פאר מיר ווי א מאפיא ארבייט.
קודם כל, די מאפיא פארנעמט זיך נישט מיט קיין פייניגען, ווען זיי ווילן פון איינעם נקמה נעמען קנוילן זיי אים אראפ ה״י מיט אפאר קוילן צו און א דרייוו ביי שיסעריי, אדער כאפן זיי זיך אריין ביי אים אינדערהיים צו און אפיס.
דערנאך די וועג וויאזוי זיין קערפער איז איבערגעלאזט געווארן און אזא פובליק פלאץ ווי א גאז סטאנציע (וואס אגב האט לכאורה אויך קאמארע׳ס) נאך רויכערענדיג ל״ע (עס איז ממש שווער צו קאנצעטרירן אויף די ריינע פאקטן אן אריינגיין און דעם חלק אז דאס איז אנזער׳ס א ברודער, א היימישער יוד וואס לאזט איבער א צובראכענע משפחה) איז נישט קיין ארבייט וואס וייזט אויף פראפעסניאלע מאפיא הענקער, וואס געווענטליך דיספאויזען זיי די באדי׳ס אדער און וואסער, אדער באגראבן זיי דאס, און עס נעמט לאנגע יארן ווילאנג מען טרעפט דאס אויב טרעפט מען עס בכלל.
עס זעהט ענדערש אויס ווי א נקמה אקציע דורך איינער אדער אפאר וואס איז טאקע גוט אויסגעפלאנט געווארן, אבער איז נישט געווארן דורכגעפירט דורך געשולטע פראפעסניאלע הענקער.
המקום ינחם די צובראכנע משפחה, און השם ינקם את דמו.
ימים ידברו...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:42 pm
דורך shem-tov
אוי ווי קען מען עס אויסהאלטן. נעבעך א יונגעמאן ווערט אזוי ברוטאל אוועקגעריסן פון א משפחה. מיר גייען זיך דערנענטערן צום רבש"ע באשעפער מיר זענען פארלוירן.
איינע פון די שטארקע פראבלעמן אין אזעלעכע פעלער איז וואס צו טאן מיט די קליינע קינדערלעך, יא דערציילען אדער נישט דערציילן, פאקטיש וועלן זיי דאך עס הערן מארגן דא דארט איז אפשר אז איך זעץ מיך אוועק מיט זיי און באהאנדעל עס.
וואס טוט דער עולם אין אזא צייט וואס וואלט געווען די ריכטיגע אפראוטש.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:43 pm
דורך בשםואין
ביסט שוין אמאל געווען אין וויליאמסבורג דאנערשטאג נאכט?
ווען נישט די שניי זענען דא צענדליגער מענטשן אויפן גאס.
יא, דארט אין יענעם געגענט אויך.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:53 pm
דורך [NAMELESS]
היינט
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
וועט שוין ליידער זיין לע''נ
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
ר' מנחם אויף וואטסעפפ
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 7:59 pm
דורך סאו וואט
סאו וואט האט געשריבן:נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם.
אוי כי רחק ממנו מנח"ם משיב נפש.
כיון ששב"ת וי אבדה נפש.
והשי"ת יגדור פרצות ישראל.
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל, בב"א.
של"ם ישל"ם המבעיר את הבערה.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 8:00 pm
דורך פיטומי מילי
עס כאפט א שרעק ציזאמען פארברענגט זייט קליינווייז אן. געטון צוזאמען געשעפטן יעצט דארף איך דיר זעהן אין אזא מצב.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 8:02 pm
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:ר' מנחם אויף וואטסעפפ
אלעס גייט פאבליק, גיב עס אפאר מינוט, און זיין ניק ווערט דא נספד שלא כהלכה.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 8:03 pm
דורך בשםואין
שכנים פון די שטארק פאמיליע גיבן איבער אז די זעלבע מיניווען איז געזיצן פארנט פון זיין הויז די לעצטע אנדערטהאלבן וואך.