בלאט 44 פון 46
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:23 pm
דורך תפארת
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...
פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
זייער גוט, קיינמאל נישט געוויסט
עפעס זאגט מען נאך דאס ווארט פון ראפשיצער רב זצ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
איך מיין דו מישט צאם די מעשה מיטן רבין פון לובלין וואס האט געווארנט ראפשציער רב נישט צו מאכן קיין ווערטלעך איינמאל נאך די רבי פון לובלין האט אויסטגטרעטן שמונה עשרה זעהט ער ווי ער ווערטלט זיך ווייטער האט ער איהם געזאגט איך האב דיך דאך געווארנט, האטער געענפערט אבער די רבי דאווענט א יאר מיט א מיטוואך..
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:01 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
תפארת האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...
פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
זייער גוט, קיינמאל נישט געוויסט
עפעס זאגט מען נאך דאס ווארט פון ראפשיצער רב זצ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
איך מיין דו מישט צאם די מעשה מיטן רבין פון לובלין וואס האט געווארנט ראפשציער רב נישט צו מאכן קיין ווערטלעך איינמאל נאך די רבי פון לובלין האט אויסטגטרעטן שמונה עשרה זעהט ער ווי ער ווערטלט זיך ווייטער האט ער איהם געזאגט איך האב דיך דאך געווארנט, האטער געענפערט אבער די רבי דאווענט א יאר מיט א מיטוואך..
דאס האב איך געמיינט אז ראפשיצער רב האט געזאגט א יאר מיט א מיטוואך
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:55 pm
דורך מנחם ציון
קאך_לעפל האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:איך ווארט שוין אויף דיר א יאר מיט א מיטוואך...
פראגע: פון וואנעט קומט דער אויסדרוק?
ענטפער: פארציינטס האט מען געגעבן קדושין פאר א פרוי ביים א כלה ווערן. דאן האט מען געווארט א יאר מיט א מיטוואך חתונה צו האבן.
צוליב נותנים לבתולה שנים עשר חודש, און דאן בתולה נשאת ליום הרביעי. פון דעם קומט די אויסדרוק "א יאר מיט א מיטוואך".
כ'האב געהערט דאס ווארט פון הרב שמואל ניימאן.
איך מיין אז ס'איז יא היבש באקאנט. איך האב דאס שוין געהערט יארן צוריק
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:10 pm
דורך מנחם ציון
תפארת האט געשריבן:לבי ובשרי האט געשריבן:מקור צום אויסדרוק: ממזר קאפ
ראה במסכת סופרים סוף פט"ו: רוב ממזרים פקחים
געהערט פון א חשובער רב שהסיבה שממזרים פקחים הוא משום שיש אהבה גדול בין האב והאם וכשיש אהבה גדול נולד עי"ז זה בנים מחוכמים....
https://www.tora-forum.co.il/viewtopic. ... dcd#p88044
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך הייב שוין אן חושד זיין מיין מאמע..
ווי אויך פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס זאלוינים זענען אזוי קלוג...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:20 pm
דורך מנחם ציון
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 9:02 pm
דורך מפיל קינד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך הייב שוין אן חושד זיין מיין מאמע..
ווי אויך פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס זאלוינים זענען אזוי קלוג...
הייסט ס'קען גאר זיין אז דו האסט פארכאפט די רבי'סטעווע בגזילה...
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 1:26 pm
דורך מנחם ציון
אז דאס וואס איז באקאנט אז א סעודת פדיון הבן איז במקום פ"ד תעניתים האט נישט קיין מקור, נאר איז א שיחה נאה בפי הבריות
מקור: שדי חמד מערכת ס' כלל נ"ד
סעודת פדיון הבן: בהיותי בעיר הקודש ירושלים ת"ו בשנת תרט"ן הזמינו אותי על פדיון הבן ולא הלכתי. ואמרו לי, שיש בספרים דסעודת פדיון היא העולה במקום פ"ד תעניות. ואני לא הייתי יודע דבר זה.
שוב ראיתי בספר שו"ת הד"ר בסי' ט"ל ד' ס"ה סוף ע"א שכתב, שהעולם אומרים שסעודת פדיון הבן עומד במקום פ"ד תעניתים כמנין אחה"ע, כמו שמתענים בימי השובבי"ם, עד כאן לשונו. ונראה שאין מקור לדבר הזה, רק שיחה נאה בפי הבריות
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 1:51 pm
דורך cictim
הגאון ר' יהושע מאמאן שליט"א בשו"ת עמק יהושע ח"ג (חיו"ד סימן יח) בשם ספר "דברי שמואל" (דף ב): שקבלה בידו איש מפי איש עד רבנו האריז"ל שסעודת פדיון נחשבת כפ"ד תעניות. ושאם היה השדי חמד רואה דבר זה היה מברך ברוך הטוב והמטיב. עכ"ד.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p ... df#p527835
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 1:59 pm
דורך מנחם ציון
cictim האט געשריבן:הגאון ר' יהושע מאמאן שליט"א
אגב, ער לעבט נאך?
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 2:39 pm
דורך cictim
צוויי טעותים אין די העתקה: נישט ספר דברי שמואל נאר "דבר שמואל" ועוד דבר, נישט "סעודת פדיון" נאר "הנמצא בבית בשעת הפדיון".
זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 9:15 am
דורך אמת וצדק
אז דער ליטווישע מירער ראש ישיבה רבי אליעזר יהודה פינקל ז״ל איז געפארן פון ליטא לערנען ביים אבני נזר פון סאכאטשאב! נאך א שטיק צייט זיין דארט איז ער אוועקגעפארן, ער האט זיך נישט געקענט איינגעוויינען צום פוילישע דרך הלימוד.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 5:00 pm
דורך קאך_לעפל
סאיז פארהאן א מתנה:
ס'איז פארהאן א קנין:
און ס'איז פארהאן א שליטה:
שכל איז א מתנה! מ'קען זיך נישט איינקויפן, אז מ'האט נישט באקומען האט מען נישט.
מוסר איז א קנין! מ'קען זיך אויסארבייטן די מידות, מקען זיך דאס דערווערבן.
הרגל איז א שליטה! אז מ'געוואוינט זיך צו עפעס, ווערט דאס ממש א טבע, אזש ס'געוועלטיגט גאר אויפן מענטש!
השכל מתנה, והמוסר קניין, וההרגל כל דבר, שלטון!
רבי שלמה אבן גבירול בשם אפלטון.
נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2021 1:40 pm
דורך קאך_לעפל
קאך_לעפל האט געשריבן:זיין ערשטע פרוי האט געהייסן פאצוניה, און זיין צווייטע האט געהייסן אסתר. זיי האבן ביידע געלייגט טלית און תפילין, ווי מיכל בת שאול און להבדיל די מויד פון לודמיר.
דער אר''י הק' שרייבט אויף אן ארט אז מיכל האט פארמאגט א נשמה פון עלמא דדכורא און דערפאר האט זי געלייגט טלית און תפילין. ווארשיינליך צוליב דעם האט זי נישט געהאט קיין קינדער.
אלזא קומט דאך אויס אז די ווייבער פון אור החיים הק' און די מויד פון לודמיר האבן אויך געהאט נשמות פון עלמא דדכורא. ס'איז א פחד און א שרעק... לויטן אר''י הק' האט דער אור החיים הק' גאר געוואוינט מיט ז....
אצינד לערנען מיר, אז די באוויסטע נגידת'טע רעב טעמערל בערגסאָן, ביי וועמען דער הייליגער רבי רבי שמחה בונם פון פרשיסחא זי''ע איז געווען איינגעשטעלט אלס א באנקיר, האט אויך געטראגן א לייב צודעקל און געפילוועט אין די גמרא.
דער הייליגער רבי פון לובלין זי''ע האט באפוילן מען זאל איר רופן רבי טעמערל, ווארשיינליך האט זיך אויך געהאט נשמה פון עלמא דדכורא. אייגענטליך קינדער האט זי יא געהאט. אייגענטליך דער גרויסער פראנצויזישער פילעזאף, הענרי בערגסאָן, איז געווען איר'ס אן אייניקל....
נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:45 pm
דורך מנחם ציון
יאפ, איך האב מיר לעצטנס באגעגנט מיט איר
וויקיפעדיע בלאט און אין "זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט" גייט אריין, אז ס'דא א בילד פון איר
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 4:01 am
דורך מה בכך
berlbalaguleh האט געשריבן:מה בכך: כ'האב נישט געוואוסט אז דער בריטישער פריים מיניסטער האט געשיקט א באוואפנטן באדי גארד צו וואטשן דעם ..."בעלזער"... כדבריך...!
כהאניש געזאגט אז דע פריים מיניסטער האט געשיקט, איך האב דשאסט ארויסגעברענגט די קאנצעפט אז ער האט געהאט באדי גארדס וואס זאלן אים באשיצן און צוויי אידענטיקעל קארן(אז מזאל נישט וויסן אין וועלכע ער איז...),על כל סאטמארע שיבוא....
נשלח: מוצ"ש יוני 05, 2021 11:30 pm
דורך ונבנתה העיר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ווען דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען אין בערלין האט ער געהערט שיעורים פון שראודינגער.
--------
.
אדער יא אדער ניין
[emoji6]
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]
נשלח: זונטאג אוגוסט 01, 2021 3:14 pm
דורך ונבנתה העיר
Bubo איז נישט עפעס א 'קיוט' ווארט, מ'פרעגט א קינד צי ער האט א בובא. עס איז א געשווילעכץ פון דעם בובאניק פלעיג (דער שווארצער מגפה.)
נשלח: זונטאג אוגוסט 01, 2021 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: ס'איז אפשר לשון נופל על לשון. אבער נישט מוכרח אז פון זעלבן שורש...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז Griffin איז אן עכטע נאמען. (כ׳האב היינט געהאנדלט מיט עמיצן מיט דעם פאמיליע נאמען, כ׳האב מיך געדארפט איינהאלטן נישט אויסצופלאצן, נאכאמזל זי האט נישט געהייסן Peter אדער Stewie ווייל דאן וואלט איך מיך נישט געקענט איינהאלטן.

)
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:38 pm
דורך קהל'ס נער
שמעקעדיג האט געשריבן:אז א פרוי וואס איר מאן איז נפטר געווארן ל"ע, אויב זי האט חתונה מיט א צווייטן, טאר זי מער נישט גיין צום קבר פונעם ערשטן מאן, זי דארף גענצליך איבעררייסן אלע קשרים מיטן געוועזענעם מאן.
(געזעהן אין נטעי גבריאל הלכות אבילות)
דעיס האט די נטעי גבריאל אויפגעמאכט, אדער ס'איז א עכטע הלכה?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך ווייס נישט אויב ס'איז א הלכה אדער א מנהג. אבער אויב דער נטעי גבריאל זאגט עס ביניך מוכן עס אנצונעמען. ווען דו וואלסט געזעהן (און געהערט) מיט וואספארא התמדה ער האט אייביג געלערנט אין ישיבה וואלסטו איהם אפילו געגעבן קוויטלעך. לא כל שכן ווען זיינע ספרים און ליקוטי הלכות זענען געשריבן געווארן בטוב טעם ודעת ונעים הליכות...!
איך האב שוין געשריבן אין אנאנדער'ן אשכול איבער זיין שטארקע התמדה אין ביהמ"ד פון ישיבת קהילת יעקב פאפא אין קווינס.
די דארמיטארי איז געווען אויף א נידעריגערן שטאק פון ביהמ"ד. איך פלעג אייביג איינשלאפן הערנדיג זיין קול תורה (זיס אונטערברימען). אויך ווען איך בין אויפגעשטאנען פארטאגס האביך שוין געהערט זיין קול פון תורה...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:10 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איך ווייס נישט אויב ס'איז א הלכה אדער א מנהג. אבער אויב דער נטעי גבריאל זאגט עס ביניך מוכן עס אנצונעמען. ווען דו וואלסט געזעהן (און געהערט) מיט וואספארא התמדה ער האט אייביג געלערנט אין ישיבה וואלסטו איהם אפילו געגעבן קוויטלעך. לא כל שכן ווען זיינע ספרים און ליקוטי הלכות זענען געשריבן געווארן בטוב טעם ודעת ונעים הליכות...!
איך האב שוין געשריבן אין אנאנדער'ן אשכול איבער זיין שטארקע התמדה אין ביהמ"ד פון ישיבת קהילת יעקב פאפא אין קווינס.
די דארמיטארי איז געווען אויף א נידעריגערן שטאק פון ביהמ"ד. איך פלעג אייביג איינשלאפן הערנדיג זיין קול תורה (זיס אונטערברימען). אויך ווען איך בין אויפגעשטאנען פארטאגס האביך שוין געהערט זיין קול פון תורה...!
איך האב נישט געמיינט צי מזלזל זיין אין עים.
וואס איך וויל ארויס ברעינגען איז אז עס איז דא פוסקים וואס גייען אייביג טרעפן א וועיג צי אסר'ן זאכן ,פארשטייט זיך על פי תורה, ביי מיך הייסט דעיס אויפגעמאכט א הלכה, מילא וויל איך וויסן צי דעיס איז א עכטע הלכה אדער אז ער האט סאמהאו געצווינגען די תורה אנצינעמען די הלכה.