בלאט 1 פון 8

קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 9:10 am
דורך שמעון וואלף
מיין פנים פלאמט פאר בושה און כעס ביינעזאם אויף די טפשות פון די פארשפרייטער פון די קול קורא קעגן רב שטיינמאן וואס איז היינט געדריקט געווארן. לאמיר קלארשטעלן אז איך האלט אים נישט פאר גדול הדור ווייל ביי מיר עקזעסטירט בכלל נישט די מושג היינטיגע צייטן. נאך מער, זיינע פסקים זענען מיר נישט מחייב וויבאלט אונז קומען פון גאר אן אנדערע חדר און איך האב קיינמאל מקבל מרות געווען פון אים. עכ"ז האב איך דעם פולסטן דרך ארץ פאר איינער וואס האט כל ימיו זיך ממית געווען באהלה של תורה און זיך פורש געווען פון תענוגי עולם הזה.

ס'איז נישט צום באגרייפן ווי ווייט טפשות האט קיין גבול נישט. קומען אפאר שוטים און זענען מפרסם א קול קורא וואס פארריפט זיך אויפ'ן סאטמאר רב'ס השקפה, וואס רופט ארויס אן עקל און אפשיי ביי יעדן רעכטדענקיגן מענטש. די בהמות טראכטן נישט אז די בחורים צו וועם די צעטל איז דירעקטירט (איך האב נאך קאנפידענטס און די סאטמרער אז די ערוואקסענע צוקראצן זיך נישט פון א קול קורא), וועלן אויפוואקסן און זעהן וואספארא ליצנות און חוצפה דאס איז! אזא צעטל נעמט אוועק דאס מינדעסטע רעספעקט פאר אלע וואס זייער נאמען פיגורט דארט, אנגעהויבן פון מוצי"ם און געענדיגט ביי כולל יונגעלייט. איך בין ביי די מיינונג אז געוויסע (אויב נישט רוב) חתימות זענען געפעלשט און איך האף אז זיי וועלן האבן די דרייסטקייט ארויסצוקומען מיט א קול מחאה קעגן אזא וואנזיניגע צעטל.

כדי מ'זאל נישט זאגן מדשתקי ש"מ דניחא להו, עפען איך דעם אשכול ווי יעדער וועט קענען אויסדריקן זיין קול מחאה אויף אזעלכע מעשי טיפשות ועזות.

באזינדער לאדען איך איין כבוד ידידנו הרב [tag]אבטולמוס[/tag] זאל ארויסברענגן די ווייגעשריי מיט א בהירות נפלאה כדרכו, און קלארשטעלן וויאזוי מ'דארף רעאגירן צו אזעלכע מעשי נבלה.

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 9:33 am
דורך [NAMELESS]
לייג ארויף די צעטעל

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט געפרעגט איינער פון די חותמים צו ער האט נישט קיין מורא אז הרב שטיינמן וועט צוריק חתמ'ן
ערנסט גערעדט, קיינער דארט קען נישט די געזעץ פאר זיך. נאר וואס? זיי פארלאזען זיך אויפ'ן ארטיקל'ן אין איד, פון דא און דארט ועוד. הייסט'ס מ'האט א געחתמ'ט א הילכיגע קול קורא, וואס גייט אפקלאנגען מסוף העולם עד סופו ת''ק פרסה על אפו ועל חמתו אז דער איד איז אמת און תורתו אמת ואין להרהר אחריו כלל.
וואס וועט טאקע זיין מיט די יוגענט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:19 am
דורך שמעון וואלף
ראשעקאל האט געשריבן:לייג ארויף די צעטעל


כ'האב פראבירט, אבער ס'גייט עפעס נישט. זעהט אויס אז ק"ש לאזט נישט דורך אזעלכע דברי הבל.

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:21 am
דורך דעת תורה

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:23 am
דורך דעת תורה
פארשטייט זיך אז מ'טאר נישט מעתיק זיין אזא קול קורא אן צושרייבן המברך יתברך.

בחדרי ברענגט א עמטליכע סטעיטמענט פון "בית כ" ק הגה"צ הראב"ד שליט"א" אז זיין חתימה איז געפעלשט.

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאך א מזל מ'האט געטראפען א תשובה אין דברי יואל מתיר צו זיין דנ'ן שלא בפניו.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:40 am
דורך [NAMELESS]
פורים מיט שושן פורים שיתסר ושיבסר אינאיינעם איז ווייניג געזאגט, איינע פון די חותמים אויף די אונטערשטע שורה בין איך מסופק צו ער איז שוין גאנצע דרייסיג יאר...

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:45 am
דורך [NAMELESS]
שוער צו גלייבען אז ס'איז עכט. ווי האט מען עס געלייגט?

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:47 am
דורך [NAMELESS]
גאלאנטא רב ועוד האבן נישט גע'חתמ'ט... עפעס שטימט נישט דא.

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיג האט געשריבן:פורים מיט שושן פורים שיתסר ושיבסר אינאיינעם איז ווייניג געזאגט, איינע פון די חותמים אויף די אונטערשטע שורה בין איך מסופק צו ער איז שוין גאנצע דרייסיג יאר...

מיינסט אויב אזוי פורים קטן, ניין?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אגב, קוקט דארט אין בחדרי חרדים אינ'ם תגובה פון 'אחד מבאי ביתו של מרן הגראי"ל שליט"א. א פאסיגע בר פלוגתא זייערע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:57 am
דורך ishchusid
ריכטיג האט געשריבן:גאלאנטא רב ועוד האבן נישט גע'חתמ'ט... עפעס שטימט נישט דא.

די רבנים פון אפיציעלע בי"ד: ר זלמן ליב פילעף, ר שלמה ליב וויינבערגער, ר חיים דוד כ"ץ האבן אויך נישט געחתמעט
ר מנשה פריעדמאן דער ראב"ד איז דאך שוין דא אן הכחשה
בלייבט נאר איבער בני יואל רבנים מיט נאך אפאר מוצליך וואס כאפן זיך צו צו זעהן זייער נאמען אויף א צעטיל

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:07 am
דורך פרייוויליג
רצו"פ איז די פאשקעוויל (אין דבר יום). חברים ידידים איך האלט נישט אז איר דארפט זיך צערענען, ווייל די חותמים וואס שרייבן הינטער קעגן אים זענען אזוי ווי א כבש קעגן אן ארי. שטעלט אייך פאר צימערמאן, די שפאטיווקער, אלטר משה ג"ב, נחום רז"ב, און אמסעל קומען ארויס מיט א קול קורא קעגן רבי חיים קנבסקי, וואלט עמיצער זיך אפילו געקימערט?

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:16 am
דורך שמעון וואלף
ריכטיג האט געשריבן:פורים מיט שושן פורים שיתסר ושיבסר אינאיינעם איז ווייניג געזאגט, איינע פון די חותמים אויף די אונטערשטע שורה בין איך מסופק צו ער איז שוין גאנצע דרייסיג יאר...


איינער שרייבט זיך אינטער מיט א טיטול "מרבני כולל קאלוב".

א פחד!

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:16 am
דורך סאשי פיש
ראשעקאל האט געשריבן:שוער צו גלייבען אז ס'איז עכט. ווי האט מען עס געלייגט?

עס הענגט אין אלע שולן

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:34 am
דורך ירח בן יומו
קען מיר איינער מסביר זיין וואו איז די שכל פון דעם דבר יום ביומו?

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:39 am
דורך פרייוויליג
ירח בן יומו האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואו איז די שכל פון דעם דבר יום ביומו?

עס געפינט זיך הארט נעבן 'דער בלאט' און 'דער איד'.

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:40 am
דורך אוהב ספרים
עפעס שמעקט נישט מיט די חתימות, געוויסע חתימות זענען רבנים וואס זענען נישט פון די סארט חותמים

ווי ר' אביגדור דניאל פיש
ר' חיים מערץ
ר' מרדכי שטיינער

ומצד השני פעלט דארט געוויסע עקסטרעמיסטען

Re: קול מחאה קעגן טיפשותדיגע קול קורא'ס

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:42 am
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:רצו"פ איז די פאשקעוויל (אין דבר יום). חברים ידידים איך האלט נישט אז איר דארפט זיך צערענען, ווייל די חותמים וואס שרייבן הינטער קעגן אים זענען אזוי ווי א כבש קעגן אן ארי. שטעלט אייך פאר צימערמאן, די שפאטיווקער, אלטר משה ג"ב, נחום רז"ב, און אמסעל קומען ארויס מיט א קול קורא קעגן רבי חיים קנבסקי, וואלט עמיצער זיך אפילו געקימערט?

ס'גראדע דא דארטען אפאר אפיציעלע זאלוינישע דיינים

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:43 am
דורך שמעון וואלף
ירח בן יומו האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואו איז די שכל פון דעם דבר יום ביומו?


1. ער פארשטייט אז מיט די חברה הייבט מען זיך נישט אן, ווייל ער וויל נישט מארגן זאל ארויסקומען א קול קורא קעגן דבר יום.

2. זיינע ליינער זענען אזעלכע וואס שטערט זיי נישט אזא קול קורא.

3. זיי זענען זיינע גרעסטע קאסטומער און ער וויל זיי נישט פארלירן.

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:44 am
דורך פרייוויליג
פאראכטען.. זעט די צווייטער ווארט פון אנפאנג פון די פאשקעוויל..

נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 11:46 am
דורך ירח בן יומו
שמעון וואלף האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואו איז די שכל פון דעם דבר יום ביומו?


1. ער פארשטייט אז מיט די חברה הייבט מען זיך נישט אן, ווייל ער וויל נישט מארגן זאל ארויסקומען א קול קורא קעגן דבר יום.

2. זיינע ליינער זענען אזעלכע וואס שטערט זיי נישט אזא קול קורא.

3. זיי זענען זיינע גרעסטע קאסטומער און ער וויל זיי נישט פארלירן.

אויב איז די פאשקעוויל אמת ביסטו גערעכט. אבער גיין אריינלייגן שקרים און דמיונות אויף דעם איז שוין נישטא קיין תירוץ.