בלאט 1 פון 7

חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 1:15 am
דורך נולד מאוחר
קען מיר איינער מסביר וואס דא גייט פאר.
www.vosizneias.com/239951/2016/05/29/cincinnati-killing-of-gorilla-to-save-boy-at-ohio-zoo-sparks-outrage/
כהאב שוין געהערט פון כל מיני מאראלישע דילעמעס, טראלי פראבלעם , וועמנס לעבן איז וויכטיגער א אינגע מענטש אדער אן אלטע, א מאן אדער א פרוי, א איד אדער א גוי וכו'
אבער צי האלטן אז ליבערשט לאזן א מענטש שטארבן ווי איידער הרגנן א גרילע דאס גייט מיר נישט אין קאפ.
איך פארשטיי אז די גרילעס האלטן אזוי, אבער מיר מענטשען זאלן האלטן אזוי דאס איז מיר שווער צי באגרייפן.
אויב גאנץ מענשטהייט עקזיסטענץ איז אין א סכנה, און די איינציגסטע וועג צי ראטווען איז דורך הרגנן 10 מיליון גרילעס, וואלטן דו מענשטן דאס נישט געטאן?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 3:07 am
דורך זבולון
ווען אן איידיע ווערט אריינגעדרינגען אין מוח פונעם נארישן המון, און די איידיע ווערט א אידאלאגיע לשמה, און מ'פארגעסט די מטרה דערפון, און די גרעניצן דערביי. באקומט עס א רעליגיעזע פארם, און מ'גייט פארדעם און פייער און וואסער, אן קיין חשבון.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:53 am
דורך שבת אחים
ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז פארשטענדליך? דער אויפברויז אויף די עלטערען? אוודאי! אבער נישט נאר פאר'ן ריזיקירען דער לעבען פון די גאריללא, נאר בעיקר פאר'ן ריזיקירען דער לעבען פון זייער קינד.
איז וואס איז פארשטענדליך? דער אויפברויז אויפ'ן זו בא'אמטע פאר'ן הרג'נען דער אפפע? וואס דען האבען זיי געדארפט צו טוהן? דער קינד'ס לעבען איז ווערט מער וויבאלד ער איז דאך נאר א קינד און דער גאריללא איז אן ערוואקסענע

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:14 am
דורך שאולדיספריםפאקער
שבת אחים האט געשריבן:ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

וועלכע חלק איז פארשטענדליך?
די האלטס אויך אז איינמאל דאס קינד איז שוין אריינגעפאלן און ליגט אין די לאפעס פון דאס 500 פונטיגער גורילה וואלט מען נישט געדארפט שיסן דאס בעל חי? האלטס מען וואלט געקענט נעמען א טשאנס מיט טרנקעלייזן ?
אוודאי איז די מאמע מיט די טאטע שולדיג פארן נישט גענוג היטן דאס קינד, אבער איך רעד לאחר המעשה דאס קינד איז שוין אין זיינע הענט ווער דארף מען ענדערשט לאזן לעבן ?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:59 am
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט וויאזוי א מענטשליכע הארץ צוגייט נישט נאכן זען אזעלכע קליפ'ס ווי דאס קינד איז פארכאפט ציווישן גערילע פיס, און גלייך נאכדעם האט מען נאך טענות פארוואס מ'האט געהארגעט די גערילע.

שבת אחים, זאג בוסט א מענטש, אדער א מאנקי? זאג שנעל אויס דער אמת!!

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:28 am
דורך שבת אחים
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:30 am
דורך ליפא
טרענקעלייזן נעמט אפאר מינוט ביז עס הייבט אן ארבעטן און אינצווישן ווערט עס דיסאריענטעט און וואלט געקענט הארגענען דאס קינד. איך האלט אז די זו איז שולדיג פארן נישט גענצליך אפשליסן פון קענען אפילו פאר א קליין קינד אנקומען אינסייד

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:31 am
דורך שבת אחים
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

וועלכע חלק איז פארשטענדליך?
די האלטס אויך אז איינמאל דאס קינד איז שוין אריינגעפאלן און ליגט אין די לאפעס פון דאס 500 פונטיגער גורילה וואלט מען נישט געדארפט שיסן דאס בעל חי? האלטס מען וואלט געקענט נעמען א טשאנס מיט טרנקעלייזן ?
אוודאי איז די מאמע מיט די טאטע שולדיג פארן נישט גענוג היטן דאס קינד, אבער איך רעד לאחר המעשה דאס קינד איז שוין אין זיינע הענט ווער דארף מען ענדערשט לאזן לעבן ?

אוואדי דארף מען ראטעווען די קינד. מ׳דארף אויך מאכן אז זו׳ס זאלן זיין איליגעל, חיות באלאנגן נישט צוזיין צוגעשפארט, מ׳טאר נישט גיין צו קיין זו׳ס און אז מגייט יא אריין אין לייבן גרוב רעדס אייך נישט אפ נאכדעם.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:31 am
דורך ליפא
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער.

אויב בערני סענדערס וואלט דארט אריינגעפאלן וואלסטו געזאגט די זעלבע?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:33 am
דורך שבת אחים
וואסערע נאנסענס! בערני גייט לכאורה נישט אין די פלעצער, די לינקע זענען זייער קעגן איינשפארן בעלי חי.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:37 am
דורך [NAMELESS]
סאו אין אנדערע ווערטער, מ'וואלט געדארפט לאזן דאס קינד געהארגעט ווערן אלס א פאנישמענט פאר'ן מאכן א זו.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:42 am
דורך חברהמאן
ווען די גערילע וואלט געווען ווייס וואלט מען נישט געמאכט אן עסק :P

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:43 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:סאו אין אנדערע ווערטער, מ'וואלט געדארפט לאזן דאס קינד געהארגעט ווערן אלס א פאנישמענט פאר'ן מאכן א זו.


ניין, נישט דעס זאגן זיי, ליין איבער וואס זיי שרייבן, מדארף מאכן זיכער אז ס׳זאל נאכאמאל נישט פאסירן, און אפשר טוישן די סעיפטי רעגולאציעס, דאס אלעס!

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:52 am
דורך פרייוויליג
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

עד כדי כך? וואס נאך זאל מען מאכן איליגעל? צו הרג'נען א האן? צו הרג'נען א אקס? צו הרג'נען מייזן? איך האלט אז שבת אחים'ס הויז איז אינפעסטעט מיט מייזן, א מין חוצפה נוראה צו הרג'נען מייזן, זיי זענען גלייכע בירגער!!

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:02 am
דורך ליפא
פרייוויליג ביי חיות איז אויך דא וואס זענען חשובר'ע און ווייניגער קיינער וועט נישט זאגן אז א גערילא איז פונקט ווי א מייז אדער א אקס. א גערילע איז א מער ווערדפולע קלוגע באשעפעניש און סאיז אויף די endangered species ליסט. ס'איז נאך אלץ א טראגעדיע אז מען האט עס געדארפט אוועקלייגן

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am
דורך שבת אחים
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

עד כדי כך? וואס נאך זאל מען מאכן איליגעל? צו הרג'נען א האן? צו הרג'נען א אקס? צו הרג'נען מייזן? איך האלט אז שבת אחים'ס הויז איז אינפעסטעט מיט מייזן, א מין חוצפה נוראה צו הרג'נען מייזן, זיי זענען גלייכע בירגער!!


כהאב נישט קיין מייז אין מיין הויז, זעהט זיך אויס זיי קומען נישט קיין סטעטן איילענד. איך בין מסכים מזאל מאכן איליגיעל צו הארגענען א האן און א אקס, אויב ס׳וואלט געוועהן וואלן צי ס׳זאל זיין איליגעיל וואלט איך זיכער געוועלט פארדעם.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am
דורך געוואלדיג
[tag]ליפא[/tag] ביי מענטשן איז אויך ווער עס איז קלוגער חשוב'ער, און ראוי צו ווערן געראטעוועט פאר אנדערע?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am
דורך [NAMELESS]
@שבת אחים דו האסט אפשר גערעכטע טענות אבער וואס האט עס מיט די ספעציפישע מעשה? ענטפער אויף די שאלה, איז געווען גערעכט צו הרגנ'ן די גארילע פאר'ן קינדס לעבן אדער נישט?
אויב די תירוץ איז יא, איז אוממענטשליך די גאנצע קאמפיין וואס מען מאכט קעגן די זו פאר'ן ראטעווען א מענטשליך לעבן, עס איז סכנה'דיג און עקעלדיג, א דוגמא ווי אידיאלאגיע שטייגט איבער דאס ווערד פונעם מענטש,

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:19 am
דורך טאמבל סאס
יא יא, אימיגראנטען זאל מען נישט ארייננעמען ווייל אונז האבן נישט פלאץ, אבער פאר דריי דאגיס און זיבן קעץ אין די הויז האבן מיר שוין איינמאל ארט. דאס געשעט ווען מ'האט זיך ליב איבער די מאס. נישט דעם חיה'לע ווי מאנכע מיינען.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:20 am
דורך ליפא
געוואלדיג האט געשריבן:[tag]ליפא[/tag] ביי מענטשן איז אויך ווער עס איז קלוגער חשוב'ער, און ראוי צו ווערן געראטעוועט פאר אנדערע?

ניין.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:22 am
דורך רויטע וואנצעס
ליפא האט געשריבן:טרענקעלייזן נעמט אפאר מינוט ביז עס הייבט אן ארבעטן און אינצווישן ווערט עס דיסאריענטעט און וואלט געקענט הארגענען דאס קינד. איך האלט אז די זו איז שולדיג פארן נישט גענצליך אפשליסן פון קענען אפילו פאר א קליין קינד אנקומען אינסייד


פארוואס האט מען נישט טרענקלייזד ערשט, און אויב ווערט ער דיסאריענטעט שיסט מען תיכף?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:28 am
דורך פרייוויליג
אויב שפירט ער זיך באדראעט פון א טרענקעלייזער קען ער הרג'נען די קינד אין אן אויגן בליק בעפאר מען שיסט אים.