בלאט 1 פון 1
גלעזער פון חזון איש געקיופט געווארן דארך א בארא פארקער געשעפ
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 7:55 pm
דורך לבלר
גלעזער פון חזון איש האט זיך היינט פארקויפט פאר 17$ אלפים דער קונה איז א גלעזער סטאר פין בארא פארק greater optics ער זאקט מיך ער האט באקומען א מציאה! עס גייט לכאורה בקורב זיין צי געפינען אין די
געשעפט אין הארץ פין בארא פארק איוף 14th Ave corner 49 street


http://www.360.co.il/151733
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:02 pm
דורך ליפא
האט ער נישט געצאלט צופיל מער פון וויפיל מיר צאלן פאר א נארישע פאר ברילן...
Re: גלעזער פון חזון איש געקיופט געווארן דארך א בארא פארקער ג
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
ווער האט עס פארקויפט?
Sent from my SM-G930T using Tapatalk
Re: גלעזער פון חזון איש געקיופט געווארן דארך א בארא פארקער ג
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:19 pm
דורך לבלר
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:22 pm
דורך ליפא
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:45 pm
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:האט ער נישט געצאלט צופיל מער פון וויפיל מיר צאלן פאר א נארישע פאר ברילן...
דער וואס פארקויפט דיר ברילן מאכט זיכער אסאך געלט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
ווי איז די גלעזער פון סאטמאר רבי'ן?
א חכמה... אייזערנע ברילען. לאמיר זען ער זאל אפקויפן שוארצע ברילען!!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:59 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב געהערט אז מען גייט אויך פארקויפען די גאטשעס פון פאפא רבי
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע א מציאה. איך האב נישט גע'חלום'ט אז ס'וועט גיין אונטער 50 אלפים
Re: גלעזער פון חזון איש געקיופט געווארן דארך א בארא פארקער ג
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:09 am
דורך קל וחומר
די בילד פונעם גלעזער איז נישט די זעלביגע ווי דאס וואס ער האט אויפן פנים אינעם אנדערן בילד.
איז דא א בילד אין וואס ער טראגט די גלעזער?
וואו איז די אנדערע גלעזער?
Re: גלעזער פון חזון איש געקיופט געווארן דארך א בארא פארקער ג
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:15 am
דורך לבלר
קל וחומר האט געשריבן:די בילד פונעם גלעזער איז נישט די זעלביגע ווי דאס וואס ער האט אויפן פנים אינעם אנדערן בילד.
איז דא א בילד אין וואס ער טראגט די גלעזער?
וואו איז די אנדערע גלעזער?
מדובר על "משקפי שבת" של החזון איש, שהיו צמודים מאוד לראשו, כדי לפתור את שאלת היציאה בהם בשבת
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:17 am
דורך איסר האטלקי
בן אדם האט געשריבן:ווי איז די גלעזער פון סאטמאר רבי'ן?
א חכמה... אייזערנע ברילען. לאמיר זען ער זאל אפקויפן שוארצע ברילען!!
לידיעה בעלמא, די ברילן זענען ריין זילבערנע ברילן מיט וואס ער פלעגט צו גיין אויף שבת אלס תכשיט, כדי זיך נישט צו באנוצן מיטן עירוב.
די מעשה איז געווען ווען א מקורב איז אים געקומען באזוכן, האט דער גאון באמערקט אז ער פארמאגט נישט זיין גלעזער, אויף די פראגע וואו עס איז האט ער געענטפערט ער האט עס נארוואס פארלוירן. מער האט נישט געפעלט, דער גאון וקדוש האט ארויסגענומען זיין שבת'דיגע ברילן און אים עס אהינגעגעבן זאגענדיג אז ביז שבת וועט ער זיך שוין אן עצה גיבן.
איצט האט די משפחה פון דעם איד פארקויפט אט די גלעזער מיט וואס דער גאון האט מחמיר געווען צו גיין מיט דעם אום שבת קודש, און מיט וואס דער גאון האט מיט זיין גוט הארץ אוועקגעגעבן פאר א נויבאדערפנדן איד.
דאס איז ווערד אלע געלטער!!
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:19 am
דורך איסר האטלקי
רבי שלמה מבאבוב פלעגט אויך צוגיין מיט זילבערנע גלעזער מהאי טעמא, וכן נוהג כהיום להבחל"ח מרן ראב"ד סאטמאר - פריעדמאן.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:20 am
דורך קורקלענד
איסר האטלקי האט געשריבן:רבי שלמה מבאבוב פלעגט אויך צוגיין מיט זילבערנע גלעזער מהאי טעמא, וכן נוהג כהיום להבחל"ח מרן ראב"ד סאטמאר - פריעדמאן.
נישט גאלד?
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:22 am
דורך איסר האטלקי
קורקלענד האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:רבי שלמה מבאבוב פלעגט אויך צוגיין מיט זילבערנע גלעזער מהאי טעמא, וכן נוהג כהיום להבחל"ח מרן ראב"ד סאטמאר - פריעדמאן.
נישט גאלד?
גערעכט... אבער פונעם חזו"א איז יא זילבער.
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 3:20 am
דורך [NAMELESS]
דוד אסף ברענגט די נייעס און הייבט אן מיט די ווערטער פון א אלטער בוך: אך בשבוע העברה התחלנו לחפור באר אצל בית רבנו הצדיק שיחיה ... וכאשר חפרו הערלים מצאו בארץ לולקע [מקטרת] מעפר ישינה מאד. ולקחתי מהם את הלולקע, והנני שולח אני אותה לך. ותן אותה לבן הפודראטשיק [קבלן], ותאמר לו שזאת היא הלולקע של הבעש"ט, ושרבינו הצדיק שולח אותה לו, ויאמין לדבריך, מחמת שהלולקע ישינה מאד ... ובפרט שמצאנו אותה בעת אשר היינו נצרכים לה ... וליתר שאת אני כותב לך אגרת אחר ... בכדי שתראה אותו לבן הפודראטשיק, ואז בודאי בלי ספק יאמין לך הכל. אך למען השם, לראות לקבל ממנו מעות הרבה עבור זה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 2:48 am
דורך berlbalaguleh
לפענ"ד האט דער איד פאר וועם דער חזון איש האט אוועקגעגעבן זיינע אייגענע אויגן גלעזער דאס נישט געטארט פארקויפן און מאכן געלט. עפ"י הלכה (כ'בין מיר אזוי משער) באלאנגט עס פאר די יורשים פונ'ם חזון אי"ש. איי ער האט נישט געהאט קיין קינדער. אבער ער האט אנדערע קרובים און בני משפחה......!