בלאט 1 פון 1
21 יעריגע אידיש מיידל לויפט פאר מעיאר אין בינגהעמטאן, נ.י.
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:25 pm
דורך ימי קדם
אן אינטערעסאנטער נייעס:
א אינג אידיש מיידל,
בילא רובינטאן, אינגאנצען 21 יאר אלט, האט דערקלערט אז זי גייט לויפן פאר מעיאר פון די שטאט
בינגהעמטאן אין אפסטעיט ניו יארק. זי לויפט אלס א דעמאקראט, אנטעקעגן די אמטירענדיגער מעיאר,
ריטשארד דייוד - א רעפובליקאנער.
אירע שאנסען צו געוואונען אפילו די פריימעריס זענען לכאורה גאר שוואך. אויב זי באווייזט עס יא וועט זי ווערן די אינגסטער מעיאר אין די פאראייניגטע שטאטן, אוועקנעמענדיג דעם טיטל פון Svante Myrick וואס איז געווען א קנאפע 24 יאר ווען ער איז געווארען מעיאר פון די שטאט
איטעקע, אויך אין ניו יארק.
בינגהעמטאן האט בערך 50,000 איינוואוינער, אבער עס האט אויך א חשיבות אלס די היים פון די "
בינגהעמטען אוניווערסיטעט" איינע פון די בעסטע פובליק אוניווערסיטעטן אין ניו יארק.
דא זענען אפאר נייעס ארטיקלען איבער דעם:
www.pressconnects.com/story/news/local/new-york/2017/01/13/binghamton-university-student-announces-run-mayor/96551858/www.wicz.com/clip/13032441/bu-student-running-for-mayor-putting-people-first
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:36 pm
דורך איך אויך
איך קען אויך לויפן?
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:43 pm
דורך ימי קדם
איך אויך האט געשריבן:איך קען אויך לויפן?
http://www.wikihow.com/Run-for-Mayorעלי והצליח... קענסט נאך ארויפגיין אויף די בעלאט פאר די קומענדיגע 2017 וואלן אין ניו יארק סיטי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:03 pm
דורך ימי קדם
זי איז די דריטע פון לינקס, מיט די תפילין...
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
אין זכות פון די תפילין אי"ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:איך קען אויך לויפן?
'איך אויך'. שמא קגרים.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:56 am
דורך אברעימל
ימי קדם האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער נייעס:
אירע שאנסען צו געוואונען אפילו די פריימעריס זענען לכאורה גאר שוואך. אויב זי באווייזט עס יא וועט זי ווערן די אינגסטער מעיאר אין די פאראייניגטע שטאטן, אוועקנעמענדיג דעם טיטל פון Svante Myrick וואס איז געווען א קנאפע 24 יאר ווען ער איז געווארען מעיאר פון די שטאט.
עס איז טאקע אינטערעסאנטער נייעס אבער זי וועט ווייט נישט זיין די אינגסטע מעיאר, קוק
דא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:28 am
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:איך קען אויך לויפן?
האנדעל דיר איין א גוטע פאר סניקערס און לויף.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:29 am
דורך איך אויך
נאכן זעהן די מיעסקייט מיט תפילין איז מיר אוועק די חשק צו לויפן. אבער אפשר אז שמעקי וועט זיין מיין קאמפיין מענעדשער און שטיסל מיין רעדע שרייבער וועל איך יא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:53 am
דורך שמערל
בעלזער רב האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט רעדן לשון הרע אויף פירות ארץ ישראל, זעהט אויס אויף אידן אליין האט ער נישט אזוי מקפיד געווען...
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:34 pm
דורך קאווע טרינקער
ימי קדם האט געשריבן:זי איז די דריטע פון לינקס, מיט די תפילין...
12733376_1318810118135552_1863698918802832089_n.jpg
איז עס נישט קיין סימן זכרות?
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:47 pm
דורך וואלווי
עטס מאכטס עפעס אזוי ליצנות פון איר תפילין לייגען. זי האט א ודאי שטודירט דעם תלמוד
איך אויך האט געשריבן:נאכן זעהן די מיעסקייט מיט תפילין
טאקע וועגען דעם לייגט זי תפילין. א"ר אבא בר זבדא אמר רב אבל חייב בכל המצות האמורות בתורה חוץ מן התפילין שהרי נאמר בהם פאר שנאמר פארך חבוש עליך (ברכות י"א א')
בן אדם האט געשריבן:אין זכות פון די תפילין אי"ה
המניח תפילין בחלום יצפה לגדולה (ברכות נ"ז ע"א)
זו חלום'ט דאך פון ווערען מעיאר...
Re: 21 יעריגע אידיש מיידל לויפט פאר מעיאר אין בינגהעמטאן, נ.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:20 pm
דורך דעת תורה
וואויל איר אז זי לייגט תפילין. שכרה הרבה מאוד, כאטש עס איז נישט קיין ענין פאר מענער צו גיין מזכה זיין פרויען מיט די מצוה. כ'האף נאר אז זי ווייסט נזהר צו זיין בקדושת תפילין כראוי און זי קען די הלכות.
וואס איך כאפ נאר נישט איז, וואס איז שוין די גרויסע פארדינסט פאר זייער 'cause', דורך עס גיין אנטון כאינו מצווה ועושה? די 3 און א האלב מילעניא פון דעניגראציע ווערט נישט פלוצלינג נעלם ווייל זי טוט עס יא אן. דער פאקט פארבלייבט אז זי איז פטור פון די מצוה.
איך פארשטיי זייער דעם רצון צו טוישן קולטורעלע און סאסייעטי נארמען צו א מער איקוועל סאסייעטי. אבער מען קען נישט טוישן היסטאריע. און ממילא זאת התורה לא תהא מוחלפת.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:20 am
דורך שבת אחים
די נטעי גבריאל האלט אז בשעת הדחק מעג א א פרוי אויך אנטוהן תפילין, און ווי די מפרשים זענען מסביר אויפן פלאץ אז סאיז דוקא בשעת הדחק ממש. אבער גראַדע די ישא ברכה מיט די עם עקש תתפתל זאגן טאקע אז מזאל אנפרעגן דריי רבנים און וואס זיי הייסן זאל מען טוהן פונקט פארקערט. די מיטעלע רב ז"ל האט געזאגט פאר די משמשים מ'זאל עס איבערזאגן דריי מאל משום או. סי. די בלע"ז. וכן נוהגים.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 1:22 pm
דורך וואלווי
איך זע טאקע אז דו ביסט זיך אלס שואל עצה מיט רבנים:
When John Cardinal O'Connor and these other Cardinals and Bishops have experienced their first pregnancies and their first labor pains and they've raised a couple of children on minimum wage, then I'll be glad to hear what they have to say about abortion. I'm sure it'll be interesting
George Carlin