בלאט 1 פון 53
לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 2:29 am
דורך החוקר
טראמט איז טאקע נאר וואס אריינגעקומען צום העכסטן אמט פון לאנד, אבער איך שפיר אז ער גייט זיין אין די נייעס! איבער די קומענדיגע פאר יאר גייט זיין אן איבערקערעניש, אויף טישן און אויף בענק, לטוב לפי החסידים, און לרעה לפי המתנגדים.
יעדער(?) האטעך אבער א לייף, קען מען נישט אלעס מיטהאלטען וואס פאסירט שטענדיג, קען זיך אמאל מאכן אז מען פארפאסט עפעס וויכטיג'ס, האב איך געטראכט צו מאכן א ווינקל ווי מען וועט קענען אויס שמועסן די זאכן העומדים ברומו של עולם.
לאמיר האפן אז מיט יעדן'ס באטייליגונג העט זיין א דבר השלום.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 3:32 am
דורך החוקר
טראמפ האט היינט געהאט א זיצונג מיט עטליכע גרויסע ביזנעס פירער ווי ער איז איבערגעגאנגאן זיינע פלענער, ער האט זיי געזאגט אז ער וויל שניידן טעקסעס מיט 15-20 פראצענט, און רעגולאציעס וויל ער שניידן מיט אזויפיל ווי זיבעציג! פראצענט, ער האט מסביר געווען אז עס גייט זיין אזויפיל אינסענטיוון צו פאבריצירן דא אין אמעריקא, אז עס גייט פשוט נישט לוינען צו אימפארטירן.
אינטערעסאנטע באמערקונג, ווען די זיצונג האט זיך אנגעהויבן האט טראמפ געמיינט אז זיין פלאץ איז אויבנאן, און ער זיך שוין געוואלט דארט אראפזעצן, ווען איינער האט אים אוימערקזאם געמאכט, איז ער געגאנגען צו זיין פלאץ אינדערמיט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 7:15 am
דורך [NAMELESS]
די לייק איז פאר די צווייטע שטיקל...
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:45 pm
דורך שמעקעדיג
עס וואלט געווען אינטרעסאנט אויסצושמועסן וואס דאס מיינט פאר רוב ביזנעסער אין אמעריקא, בפרט פאר אחינו בני ישראל. טראמפ וויל אנולירן דעם TPP (טראנס-פאסיפיק פארטנערשיפ) אפמאך, העכערן טעקסעס פאר אימפארטס, און נידערן שטייערן פאר פראדוקטן וואס ווערן געמאכט בתוככי די US.
למעשה ווערן מיליאנען פראדוקטן מאנופעקטשערד אין כינע, אינדיע, טערקיי, מעקסיקא, אן נאך פילע מקומות מחוץ לגבולי ארצות הברית, ובתוכם א געוואלד פראדוקטן וואס ווערן געמאכט דורך היימישע אידן, ווי צב"ש נר מצוה, און אסאך אנדערע. מיינט דאס טאקע אז די אלע ביזנעסער וואס קויפן איין פון אנדערע לענדער גייען אנהייבן באצאלן פעפערדיגע שטייערן אויף די אלע חפצים? וואס מיינט אז זיי וועלן מוזן ארויפגיין מיט די פרייזן?
בכלל וויל איך וויסן, וועלכע שטייערן גייט ער ביליגער מאכן, נאר די דוטי אויף די פראדוקטן? אדער בעצם אינקאם טעקס סוף יאר?
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:51 pm
דורך החוקר
אן אריינגיין צו בעצם צו עס איז א חורבן נורא אדער א מעלה, אבער אז דו פרעגסט טראמפ, וועט ער זאגן, יא אלעס קען פאבריצירט ווערן דאהי, און דאמאלטס וועסטו נישט באצאלן קיין פעני אין אימפארט שטייער.
לויט ווי איך פארשטיי גייט ער נידערן אינקאם טעקס, ווי אויך קארפארעט טעקס אז עס זאל לוינען צו פאבריצירן דאהי.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:57 pm
דורך החוקר
נאך א נקודה, טראמפ פארשטייט אויך לכאורה אז פאקטיש קען מען נישט פאבריצירן יעדעס איינציגסטע פראדוקט דאהי, און דא קומט זיין גאות וואס ער האלט זיך פאר די בעסטע פארמיטלער אין די וועלט! און ער גייט אויסארבעטן דיעלס מיט יעדן לאנד באזונדער לויט ווי ער פארשטייט.
דאס דארף אויך אפענטפערן טענות פון קעגנער, אז מיטן זיך ארויסציען פון TPP לאזט ער איבער די אלע לענדער פון די דיעל, רייף פאר כינע צו דיעלן מיט, היות זיי קענען נישט מאכן געשעפטן מיט אמעריקא, וועלן זיי גיין קיין כינע.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:58 pm
דורך טמיר
שמעקעדיג, עס וועט נאר ברענגען מער פרנסה פאר אחבי. די כולל יונגעלייט וועלן ביי לאנטש ארויפווארפן די ט"ק אויפן פלייצע, און דרייען די קנויטן פאר נ"מ
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:03 am
דורך טמיר
די ערשטע וויכטיגע אישו אויפן סדר היום איז וויפיל מענטשן איז געווען ביים איינשווערונג...
#קליינעקינדער
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:08 am
דורך איסר האטלקי
טמיר האט געשריבן:שמעקעדיג, עס וועט נאר ברענגען מער פרנסה פאר אחבי. די כולל יונגעלייט וועלן ביי לאנטש ארויפווארפן די ט"ק אויפן פלייצע, און דרייען די קנויטן פאר נ"מ
הונדערט פראצענט. מיר זענען טאקע געספוילט, אבער טויזנטער מיליאנען גוים אין אמעריקע זיכן ארבעט, זיי וואלטן ווען פוקנט אזוי געארבעט דא ווען עס איז דא מיט וואס.
מיר קענען פראדעצירן פוקנט ווי כינע, נאר וואס דען? עס קען נעמען דרייסיג יאר אויפצושטעלן אזעלכע מאסיווע פעקטערייען און פארבריקן.
און ביזערווייל? גייט מען צאלן די פעטע שטייערן וואס טראמפ יר"ה לייגט וויל אצינד ארויפלייגן. דאס איז נישט נארמאל, ווייל עס זענען נאכנישט פארהאן ערזענונגען אויף די אינטערנאציאנאלע פארבריקן אלטוועלטליך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:10 am
דורך איסר האטלקי
טמיר האט געשריבן:די ערשטע וויכטיגע אישו אויפן סדר היום איז וויפיל מענטשן איז געווען ביים איינשווערונג...
#קליינעקינדער
די חברה זאגן אז ער טוט עס בלויז צו דרייען א קאפ די מידיע מען זאל נישט כאפן וואס ער טוט אפ ביזדערוויייל אין אפיס.
ער שרייבט אונטער רעכטע עקזעקיוטיווע פאראדעראונגען רעכטס און לינקס און יעדער איז פארנומען מיט זיינע נארישקייטן.
ווען מען גייט זיך אויפוועקן גייט זיין צו שפעט... אזוי טענה'ן מאנכע.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:23 am
דורך החוקר
איסר האטלקי האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:שמעקעדיג, עס וועט נאר ברענגען מער פרנסה פאר אחבי. די כולל יונגעלייט וועלן ביי לאנטש ארויפווארפן די ט"ק אויפן פלייצע, און דרייען די קנויטן פאר נ"מ
הונדערט פראצענט. מיר זענען טאקע געספוילט, אבער טויזנטער מיליאנען גוים אין אמעריקע זיכן ארבעט, זיי וואלטן ווען פוקנט אזוי געארבעט דא ווען עס איז דא מיט וואס.
וואס פונקטליך מאכט דיר טראכן אז זיי גייען באקומען ארבייט, רובא דרובא גרויסע קאמפאניס (די וואס מעניופעקטשורען אין אויסלאנד בדרך כלל), אויב גייען זיי בויען דא אין אמעריקא, גייט עס זיין פאלי אדער כאטש סעמי אוטומאטיש, נעם א שטייגער עמעזאן פאלפילמענט צענטערן אדער טעסלא.
עס קאסט טאקע אסאך אין אנהויב, אבער זיי האבן די dough צו בויען, אבער מען שפארט זיך האלידע פעי, יוניאן, פענשאן פלענס, אינשורענס און וואס נישט, די פאקט בלייבט אז מיר וואוינען אין א בעסערע לאנד ווי די סטענדערט אוו ליווינג איז הויך, און קיין איין נארמאלער מענטש קען נישט ארבייטן פאר די פרייז וואס א כינעזער קאסט, אפילו אויב ער וויל.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:24 am
דורך טמיר
איסר, קען מען פראדעצירן דא פונקט ווי כינע מיט א מינימום וועידש פון 10.5 דולר? דארט קענסטו האבן פאר דעי געלט פינף ארבעטער
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:27 pm
דורך החוקר
טראמפ האט אינטערגעשריבן צוויי עקזעקיוטיווע ארדערס בנוגע אימיגראציע, איינס צו בויען די וואנט, און איינס צו אויפנעמען 5,000 פרישע בארדער פאטראל און 10,000 אימיגראציע אינפארסירונג אפיצירן (ס'איז יעצט דא בערך 20,000).
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:34 pm
דורך החוקר
ביז היינט האב איך שווער געגלייבט אז מעקסיקא גייט באצאלן די וואנט, היינט איז מיר קלאר געווארן וויאזוי און אויך אז זיי גייען.
דהיינו, טראפט האט געזאגט " איך זאג ענק עס גייט ווערן באצאלט, אין עפעס א פארמאט - קען זיין א קאמפליצירטע פארמאט". נעמענדיג די ווערטער אין באטראכט, איז מיר זייער קלאר אז די לויזע ווערטער צוזאמען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן", וועט ער אן קיין פראבלעם קענען מסביר זיין עפעס א ראגאטשאווער חשבון וויאזוי עס איז געווארן באצאלט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
ס'גייט הייסן אז זיי האבן עס באצאלט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 5:48 am
דורך [NAMELESS]
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
החוקר האט געשריבן:ביז היינט האב איך שווער געגלייבט אז מעקסיקא גייט באצאלן די וואנט, היינט איז מיר קלאר געווארן וויאזוי און אויך אז זיי גייען.
דהיינו, טראפט האט געזאגט " איך זאג ענק עס גייט ווערן באצאלט, אין עפעס א פארמאט - קען זיין א קאמפליצירטע פארמאט". נעמענדיג די ווערטער אין באטראכט, איז מיר זייער קלאר אז די לויזע ווערטער צוזאמען מיט "אלטערנאטיווע פאקטן", וועט ער אן קיין פראבלעם קענען מסביר זיין עפעס א ראגאטשאווער חשבון וויאזוי עס איז געווארן באצאלט.
אויב אזוי, קען ער דאך פאר די זעלבע געלט זאגען אז די וואנט שטייט שוין און פערטיג
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:03 am
דורך החוקר
די וואנט קען מען קלאר זען צו עס שטייט צו נישט, משא"כ א פיינענשל חשבון, קען מסביר עפעס קאמפליצירט און זיינע שטיצער וועלן עס קויפן פאר גוט געלט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:18 am
דורך אישתישבי
צו מעקסיקא צאלט צו נישט, איז די וואנט א וויכטיגע זאך.
אפילו מכס פאר זאכען פין מעקסיקא מאכט סענס ווייל סוף כל סוף באצאלן זיי ווען זיי מוזען נידערען די פרייזן פין די אייטעמס, אדער, זיי ווילען דאך נישט דער טעקס, קומען זיי צום טיש און זענען מסכים צו באצאלן.
מעקסיקא איז שולדיג אז די אלע מענטשען קומען אהער, זיי טוהן דאס פרעדיגן אלס א גוטע עצה צו טוהן, און דריקען גיידס מיט אינפארמאציע וויאזוי צו שווערצען דער גרעניץ.
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:23 am
דורך אישתישבי
אין אנדערע נייעס האט טראמפ פיין גענוצט זיין מלחמה אויף די מידיא, אהער צושטעלן כאילו שבת איז באמת גארנישט געוועהן, ווייל מען האט נאר איינגעזעצט 109 מענטשען, פין 325 טויזענט.
און לדעתי איז דער איינזעצן גערעכט געווען אפילו פאר מענטשן וואס האבן גרין קארטלעך, ווי מען ווייסט זענען די מוסלעמענער קל להרשיע וקל לשוב, זיי קענען ווערן איבערגעדרייט צו ווערן ראדיקאל מיט איין נסיעה צו די ראדיקאלע מדינות.
ממילא ווען א מוסולמענער דא, אפילו מיט א גרין קארטל, גייט אהיים, דארף מען אין גוט אויספארשן ווען ער קומט צוריק, צו זעהן אויב איז ער נישט ראדיקאל געווארן.
די לינקע חברה זענען אזוי להשמיד אויף טראמפ אז זיי זענען מסכים צו לייגן מענטשען אין געפאר אבי צו קענען האקן אויף טראמפ.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:36 am
דורך החוקר
שיסן סטעיטמענטס אן קיין הארטע באווייזן, און אזוי אראפמאלען מיליאנען מענטשן איז אן עוולה, ספעציכל פאר א איד, וואס קומט פון דארט.
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:52 am
דורך דעת תורה
שיסן סטעיטמענט'ס אנע באווייזן איז די ספעשעלטי פון געוויסע
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 9:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער תירוץ אז ס׳איז ׳נאר׳ 109 מענטשען איז נאך ערגער. ער קען טאקע איינעם שיסען אין טיימס סקווער, ביז 109 איז זיכער נישט קיין פראבלעם צו שיסען.
ווען דער נער איז נישט אונזער׳ס.......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk