בלאט 1 פון 3
אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 8:57 pm
דורך חקרן
עס קומט אריין עפעס א נייעס, אז א היימישע פרוי איז היינט געשפרינגען פון בריק, חברים און שומרים זענען אויפן סצענע. איז אמת די נייעס? - ווייסט איינער מער פרטים? - עס רעדט זיך פון די ביער מאנטען בריק.
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 8:59 pm
דורך אוהב ספרים
יא ליידער
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:39 pm
דורך איש את רעהו
ווי איז די בריק ?
Re: אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:51 pm
דורך יהושע חיים
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 9:55 pm
דורך מבקר
א היימישע פרוי, פון New City. א מאמע פון א צוויי יעריג קינד
Re: אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 10:14 pm
דורך mevakesh
עס וואוינען היימישע אידן אין ניו סיטי?
Sent from my Z717VL using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 10:22 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
א OTD??
כהאב פשוט מורא ס׳וועט פון זיין גארנישט בלייבן,
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 10:27 pm
דורך מבקר
mevakesh האט געשריבן:עס וואוינען היימישע אידן אין ניו סיטי?
Sent from my Z717VL using Tapatalk
די לעצטע צוויי דריי יאר האבן אסאך ישיבישע, אמעריקאנע, און אויך חסידישע זיך אהין געצויגן
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 10:28 pm
דורך מבקר
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:א OTD??
כהאב פשוט מורא ס׳וועט פון זיין גארנישט בלייבן,
נישט ODT, זיי זענען עקס חסידים
Re: אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 10:31 pm
דורך mevakesh
מבקר האט געשריבן:שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:א OTD??
כהאב פשוט מורא ס׳וועט פון זיין גארנישט בלייבן,
נישט ODT, זיי זענען עקס חסידים
א שאד איך האב שוין געוואלט טאנצן אויף די בלוט מיט א שטאפענע קאפעליטש
Sent from my Z717VL using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 8:53 am
דורך אישתישבי
עס איז נישט שיין צו מאכען ליצנות פין א טראגעדיע, ואפילו אז עס איז נישט פין די טראגעדיע גופא, עם כל זה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:11 am
דורך אור חדש
ס׳שוין העכסט צייט צו רעדן פון די פראבלעם ביים היימישער ציבור. אביסל עדיוקעטן די עולם וואו מ׳קען באקומען הילף ווען איינער איז אין אזא גרויסע צרה אז ער שפירט אז די איינציגסטע פתרון איז צו שפרינגען. ווען די עולם וואלט געוואוסט ווי מ׳באקומט הילף וואלט דאס ווייניגער געשען. ס׳דא ביי אונז די מאנטאליטעט פון אוועק ווישען פראבלעמען וואס שמעקט נישט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:20 am
דורך שבת אחים
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:א OTD??
כהאב פשוט מורא ס׳וועט פון זיין גארנישט בלייבן,
אפשר פון שטאפענע קאפעליטשן גייט גארנישט בלייבן, ווייל דערווייל ווערט נאר מעהר און מעהר אטדס,
סאיז שוין היינט א נארמאלע ערשיינונג צו גיין אטד.
די ווייבל איז געוועהן פרום און געהאלטן אלעס! וואס אטד אין קאפ אריין???
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:48 am
דורך [NAMELESS]
אור חדש האט געשריבן:ס׳שוין העכסט צייט צו רעדן פון די פראבלעם ביים היימישער ציבור. אביסל עדיוקעטן די עולם וואו מ׳קען באקומען הילף ווען איינער איז אין אזא גרויסע צרה אז ער שפירט אז די איינציגסטע פתרון איז צו שפרינגען. ווען די עולם וואלט געוואוסט ווי מ׳באקומט הילף וואלט דאס ווייניגער געשען. ס׳דא ביי אונז די מאנטאליטעט פון אוועק ווישען פראבלעמען וואס שמעקט נישט.
און דא רעדט מען שוין פון א פרוי וואס איז מכלומ'רשט געווען אןיפגעקלערט, און ס'איז איר נישט איינגעפאלען אדער האט זי פשוט נישט געוואלט טראסטן די טעראפיסט, (און אפשר איז נאך גערעכט אויב זי האט געהאט א שלעכטע עקספיריענס ביי איינעם...)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:25 am
דורך יואליש
אור חדש האט געשריבן:ס׳שוין העכסט צייט צו רעדן פון די פראבלעם ביים היימישער ציבור. אביסל עדיוקעטן די עולם וואו מ׳קען באקומען הילף ווען איינער איז אין אזא גרויסע צרה אז ער שפירט אז די איינציגסטע פתרון איז צו שפרינגען. ווען די עולם וואלט געוואוסט ווי מ׳באקומט הילף וואלט דאס ווייניגער געשען. ס׳דא ביי אונז די מאנטאליטעט פון אוועק ווישען פראבלעמען וואס שמעקט נישט.
מ'דארף ארויסברענגן לשבח די מענטאל העלט אווערנעס קאמפיין אינטערגענימען דורך א קרית יואל'ע ארגאנאזאציע (עזרת חולים אפשר?). כ'האב באקומען מאנטליכע שיינע אימיילס געשריבן אין אידיש די לעצטע דריי חדשים.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 1:03 pm
דורך תנחום
די פארגאנגענע שבת האט זיך א היימישע פרוי א גרושה מיט אפאר קינדער גענומען דאס לעבן אין טלזסטון
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:53 pm
דורך קאצקע ציקער
יואליש האט געשריבן:אור חדש האט געשריבן:ס׳שוין העכסט צייט צו רעדן פון די פראבלעם ביים היימישער ציבור. אביסל עדיוקעטן די עולם וואו מ׳קען באקומען הילף ווען איינער איז אין אזא גרויסע צרה אז ער שפירט אז די איינציגסטע פתרון איז צו שפרינגען. ווען די עולם וואלט געוואוסט ווי מ׳באקומט הילף וואלט דאס ווייניגער געשען. ס׳דא ביי אונז די מאנטאליטעט פון אוועק ווישען פראבלעמען וואס שמעקט נישט.
מ'דארף ארויסברענגן לשבח די מענטאל העלט אווערנעס קאמפיין אינטערגענימען דורך א קרית יואל'ע ארגאנאזאציע (עזרת חולים אפשר?). כ'האב באקומען מאנטליכע שיינע אימיילס געשריבן אין אידיש די לעצטע דריי חדשים.
ווי קען מען באקימען די אימיילס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 9:37 pm
דורך וואלווי
אור חדש האט געשריבן:ס׳שוין העכסט צייט צו רעדן פון די פראבלעם ביים היימישער ציבור. אביסל עדיוקעטן די עולם וואו מ׳קען באקומען הילף ווען איינער איז אין אזא גרויסע צרה אז ער שפירט אז די איינציגסטע פתרון איז צו שפרינגען. ווען די עולם וואלט געוואוסט ווי מ׳באקומט הילף וואלט דאס ווייניגער געשען. ס׳דא ביי אונז די מאנטאליטעט פון אוועק ווישען פראבלעמען וואס שמעקט נישט.
חברי ק"ש קריינא דאיגרתא להוי פרוונקא. א מקום מקלט אשכול געשריבן אנאנים קען העלפע אין געדרוקטע מינוטען.
כ'בין נישט באקאנט טעקנעקלי ווי קאנפידענשל די אנאנים FEATURE איז, אבער לכאורה דארף עס קענען עפעס אויפטוהן, אויב נישט אלס פראפעשינעל עדווייס, אבער דאך עפעס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 10:19 pm
דורך berlbalaguleh
Volvi: As long as you don't smoke it, or make tea from it, you're OK...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:05 pm
דורך יואליש
קאצקע ציקער האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:אור חדש האט געשריבן:ס׳שוין העכסט צייט צו רעדן פון די פראבלעם ביים היימישער ציבור. אביסל עדיוקעטן די עולם וואו מ׳קען באקומען הילף ווען איינער איז אין אזא גרויסע צרה אז ער שפירט אז די איינציגסטע פתרון איז צו שפרינגען. ווען די עולם וואלט געוואוסט ווי מ׳באקומט הילף וואלט דאס ווייניגער געשען. ס׳דא ביי אונז די מאנטאליטעט פון אוועק ווישען פראבלעמען וואס שמעקט נישט.
מ'דארף ארויסברענגן לשבח די מענטאל העלט אווערנעס קאמפיין אינטערגענימען דורך א קרית יואל'ע ארגאנאזאציע (עזרת חולים אפשר?). כ'האב באקומען מאנטליכע שיינע אימיילס געשריבן אין אידיש די לעצטע דריי חדשים.
ווי קען מען באקימען די אימיילס?
http://us9.campaign-archive2.com/home/? ... eeffe4ee7a
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:37 pm
דורך berlbalaguleh
אני הקטן. בערל בעל עגלה. כאטש איך בין ב"ה נישט קיין ליטוואק, האב איך אייביג געהאט א חקירה. וואס איז שטערקער, ייסורי הגוף אדער ייסורי הנפש. פיזישע ווייטאג אדער עמאציאנאלע ווייטאג. האביך געמאכט (אומ-דירעקט) א פשוט'ן עקספערימענט. איך האב אויף מיין באס געהאט א קליין יונגל פון בערך 3 יאר אלט. איין טאג האב איך אבזערווירט ווי דער קליינער יונגל לויפט אויפ'ן גאס און ער איז געפאללן. ער האט זיך גוט צוריבן זיין קני עד כדי זיבת דם. ער האט זיך אויפגעהויבן כאילו לא היה. קיין טרער נישט פאלאזט. נאך אפשר מיט א שמייכל. אן אנדער'ס מאל, ווען ער איז געפארן אויף מיין באס האט ער פלוצלינג באמערקט זיין מאמע אויפ'ן גאס און ער האט געוואלט אראפגיין צו איהר. נאר דאס איז נישט געווען מעגליך. האט ער זיך גענומען וויינען און שרייען מיט אזעלכע קולות...מאמי...מאמי...! אז ס'האט מיר געריסן ביים הארץ...!
Re: אמת'ע געשיכטע - היימישע פרוי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:52 pm
דורך קל וחומר
דו האלטסט אז ווען דאס קינד וואלט זיך ח"ו צובראכן א האנט וואלט אויך געווען די זעלבע? (כ'האב געהאט אן ערגערע משל, כ'האב נאר נישט געוואלט גיין גרעפיק). הכלל, וואס איך מיין צו זאגן איז אז ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך די צוויי יסורים, פארהאן שטערבליכע פיזישע יסורים אויף וואס מענטשן וואלטן גיך איינגעטוישט מיט אסאך יסוריי הנפש, און פארהאן יסוריי הנפש וואס ברענגט מענטשן צו אויפגעבן זייער עקזיסטענס כדי נישט צו ליידן מער.
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2017 12:07 am
דורך berlbalaguleh
זיכער איז דא דרגות אין די יסורים. סיי פיזישע און סיי עמאציאנעלע. מ'קען טאקע נישט פארגלייכן רעלאטיוו שוואכע ייסורים צו שטארקע און ווייטאגליכע ייסורים. אבער וואס ס'ברענגט געוויינליך א מענטש ח"ו צו וועללן באגיין זעלבסטמארד איז יאוש. ווען א מענטש ווייסט אז ער וועט אויסשטיין גרויסע בושות און ער וועט פארלירן זיין גאנצן מעמד אדער קאריערע קען ער אמאל קומען לידי יאוש און זיך הרג'נען. למשל דער הויפט גענעראל פון מדינת ישראל ביי די יום כיפור מלחמה איז גלייך נאך די מלחמה געפונען געווארן נישט בין החיים. די אפיציעלע סיבה איז געווען אז ער האט געליטן א הארץ אטאקע. אבער די אומ-אפיציעלע שמועות זענען געווען אז ער איז באגאנגען זעלבסטמארד, ל"ע. ווייל א יעדער האט געהאלטן אז די פארלוסט אין אנהייב פון די מלחמה איז געווען זיין שולד...!
אויך איז פארהאן איינער וועלכער איז רח"ל נישט שפוי בדעתו. איך האב געקענט איין אזא יונגערמאן וועלכער האט נישט געהאט קיין שום אויסערליכע סיבה צו זיין דיפרעסס'ד. ער האט גענומען א סאך פיללן. איין טאג האט מען געהערט אז ער האטציך ל"ע אויפגעהאנגען אין זיין אייגענע דירה מיט א גארטל...! ה' ישמרנו...!