בלאט 1 פון 5
קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 8:11 am
דורך בן ישי
יודן וואס האבן שטחים אין די 507 עיקער וואס מ'האט געוואלט אנעקסירן אין איז צום סוק אדורכגעפאלן ווען מ'האט געמאכט די עגרימענט פון די נייע טאון פאלם טרי און נאר גענימען 220 עיקער, ווילן יעצט מאכן א נייע ווילעדזש.
דער וואס שטייט בעיקר אינטער דעם איז הרב אפרים הערש וואגשאהל אבער ער זאגט אז ער פלאנט עס נישט צו געבן א יודישע נאמען.
http://www.recordonline.com/news/201805 ... considered
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 8:14 am
דורך בן ישי
די קרית יואל ווילעדזש האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז זיי שטיצן נישט דעם פראיעקט נאכדעם וואס ביי די דיעל האבן זיי זיך אינטער גענימען נישט צו איינקאסירן קיין נייע שטחים פאר צעהן יאר
http://www.thephoto-news.com/apps/pbcs. ... /180539976
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 9:32 am
דורך החוקר
מאפע פון די פארגעשלאגענע ווילעדזש.
גענומען פון די טיימס העראלד רעקארד.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 5:39 pm
דורך מצפה לישועה
צ"ל נעבן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 11:40 pm
דורך בן ישי
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 7:03 am
דורך טאמבל סאס
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 8:02 am
דורך טאמבל סאס
אפרים הערש וואגשאל
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 3:09 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
טאמבל סאס האט געשריבן:https://www.google.com/amp/s/www.recordonline.com/news/20190328/new-village-organizer-attacked-by-2-fellow-hasids%3ftemplate=ampart
וואס האט די אינגערמאן געטראכט??
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 11:49 am
דורך החוקר
ער האט נישט געטראכט, ווען ער טראכט ווען טוט ער נישט די שטות. או אינו, ער האט יא געטראכט און דאס האט ער דייקא געוואלט, מקדש זיין שם שמים במסירת נפש ממש (לשיטתו).
מען רעדט נישט דא פון א אינגערמאן וואס האט א ניין-טו-פייוו, דשאסט סעי'ין.
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 12:42 pm
דורך יעקב מענטש
החוקר האט געשריבן:ער האט נישט געטראכט, ווען ער טראכט ווען טוט ער נישט די שטות. או אינו, ער האט יא געטראכט און דאס האט ער דייקא געוואלט, מקדש זיין שם שמים במסירת נפש ממש (לשיטתו).
מען רעדט נישט דא פון א אינגערמאן וואס האט א ניין-טו-פייוו, דשאסט סעי'ין.
איינער קען דא מסביר זיין וואס דא גייט פאר? וועם באדערט אז וואגשאהל עפענט א ווילעדזש?
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 8:15 pm
דורך החוקר
יעקב מענטש האט געשריבן:איינער קען דא מסביר זיין וואס דא גייט פאר? וועם באדערט אז וואגשאהל עפענט א ווילעדזש?
דא רעדט מען פון די עקסטרעמע פרינדזש בקצה המחנה, וואס האלטן אז מאכן א ווילעדזש איז נישט איסגעהאלטן כל זמן מיר זענען אין גלות. אשר על כן האבן זיי עס געוואלט אפשטעלן, דורך צונעמען די דאקומענטן וואס וואגשאהל האט געוואלט אריינגעבן צום טאון (זעט אויס אז זיי ווייסן נישט אז מיט די היינטיגע טעכניק קען מען עס צוריק ברענגען דורך אימעיל).
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 8:26 pm
דורך החוקר
אז מען רעדט שוין...
געוויסע האבן שוין עטליכע מאל אויפגעברענגט דא, אויף די שפאלטן פון קאווע שטיבל, אמער פארוואס מעג סאטמאר יא מאכן א שטעטל פאר די צייט? בין איך טאקע פרייטאג געוואר געווארן אז שארמאשער רב האט געהאלטן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו האבן א ווילעדזש. לויט די נטורי קרתא חברה, האט רביה"ק טאקע נישט דאס געמיינט מיטן מאכן א שטעטל.
ווען ער האט געוואלט א שטעטל איז זיין כוונה געווען א ביהמ"ד, ישיבה וכדו' אויסערן שטאט, אפגעזונדערט פונעם גוי. נישט א מעיאר מיט א סאניטעישאן דעפ. די געריבענע משתלטים על הציבור האבן פשוט געזען א גאלדן גרוב און אויסגענוצט די געלעגנהייט.
נאך איינער האט שוין געהערט דערפון?
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 8:52 pm
דורך איך אויך
פשוט אזוי.
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 11:27 pm
דורך וזרח השמש

Sent from my SM-G955U using Tapatalk
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:46 am
דורך החוקר
איך אויך האט געשריבן:פשוט אזוי.
איך פרעג נישט צו רביה"ק האט געוואלט א ווילעדזש צו נישט, דאס איז פשוט. איך בין נייגעריג צו איינער האט שוין געהערט אז שארמאשער האט געהאלטן אז עס איז פונקט אזא כפירה ווי די מדינה.
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 1:28 am
דורך בן ישי
וזרח השמש האט געשריבן:
Sent from my SM-G955U using Tapatalk
וואס האט ער קעגן די נייע ווילעדזש?
איינער מיט מער פרטים?
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 2:11 am
דורך או אינו
זיי האבן געבויט מדינות ישראל מיט הסכמה פין די אומות איו די סאטמארע האבן א מדינות ישראל דורך התגרות באומות. בשם נעשה ונצליח קוק ווער עס האט א שענערע מדינה
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:21 am
דורך טאמבל סאס
החוקר האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:איינער קען דא מסביר זיין וואס דא גייט פאר? וועם באדערט אז וואגשאהל עפענט א ווילעדזש?
דא רעדט מען פון די עקסטרעמע פרינדזש בקצה המחנה, וואס האלטן אז מאכן א ווילעדזש איז נישט איסגעהאלטן כל זמן מיר זענען אין גלות. אשר על כן האבן זיי עס געוואלט אפשטעלן, דורך צונעמען די דאקומענטן וואס וואגשאהל האט געוואלט אריינגעבן צום טאון (זעט אויס אז זיי ווייסן נישט אז מיט די היינטיגע טעכניק קען מען עס צוריק ברענגען דורך אימעיל).
מה שאין כן דער וואגשאל, ער איז שוין אן אויפגעקלערטער מעסיגער מענטש וואס טראכט אוטסייד די באקס און פארשטייט נאר אז כדי צו זיין א פולע אמעריקאנער בירגער ברויך מען אויסאיבן די רייט פון טראגן שטענדיג מיט זיך א רעוואלווער אויף די פעפערטע הויזן (נאר ארויסציען אין צייט קען ער נישט כא כא - זו מה שאמרו אז גאט וויל שיסט אפי' נישט א גאן) און אויך מקיים זיין מצות התבדלות דורכ'ן אויסניצן יעדן לעכל אין די בוק זיך צו קריגן און שלאגן מיט די שכנים ווייל מען טאר חלילה נישט וואוינען טיר צו טיר מיט א גוי. אדער איז עס פשוט פראפערטי אינקאם, ביזנעס עז יוזשעל כתמול שלשום הא?
נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2019 1:40 pm
דורך shem-tov
קוקט אויס ווי די באר שבע חלום וועט נישט אזוי שנעל דורכגיין מחמת כמה סיבות, אבער יעצט האט זיך אנגעהויבן קאכן אז סאיז א אומדערהערטע חוצפה פון אפאר אינוועסטארס צו גיין קעגן די ווילעדש און קעגן די שכנים און קעגן די מאנרא גוים וואס האבן ענדליך אויסגעהאמערט א 10 יעריגע שלום פלאן און ב"ה סאיז אביסל שטיל געווארן פון די העצעריי קומען די סופער עשירים ווי מאיר הירש, אברהם בער יאקאבאוויטש, מענדל שווימער יודא ראזענבערג ועוד אן קיין שום דעת תורה און אן קיין שום קהילה בעקינג און הייבן אן איבערצודרייען בשעת יעדער איינער ווייסט אז אכציג פראצענט יודישע איינוואוינער זענען דירעקט קעגן די נייע ווילעדש, מיט איין טענה אז אויב שוין יא א ווילעדש זאל עס זיין קעי דשעי ועוד טענות וועגן די הנהגה וואס וועט זיין שפעטער ואכמ"ל. וואס וועגן דעם דארפן די אנדרייער לויפן צו גוישע שכנים שלעפן חתימות.
דאס איז די קאמפיין וואס פראגער רב האט אונטערגענומען געבענטש זאל ער זיין, זאל יעדער וויסען אז קיינער שטייט נישט אונטער די נייע ווילעדש א חוץ אפאר אינוועסטער על אפם ועל חמתם פון די לאקאלע שכנים און דירעקט אקעגן די ווילעדש אוו קעי דשעי מיסודו של רביה"ק וואס זוכט צו גיין בדרכי נועם ווי שטארק מעגליך און ווי נישט ווי האט עס א סייעתא דשמיא, אבער א ווילעדש פון אפאר יונגאטשעס אן קיין ערנסטע אוטאריטי און אן קיין חשבון פון העלפן די קאמיוניטי גארנישט גארנישט, דאס טאר נישט פאסירן אין אונזער בעקיארד.
Re: קרית באר שבע לעבן קרית יואל
נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2019 2:11 pm
דורך החוקר
די טענה זיך נישט צו קריגן מיט גוים אלס דרכי שלום קען איך הערן. אבער דאס וואס דו האסט אריינגעמישט "גיין קעגן די ווילעדזש", אלס א פראבלעם פאר זיך, שמעקט ווי דיר באדערט גאר עפעס אנדערש.
שוין אמאל געהערט פון power און שררה?
נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2019 2:47 pm
דורך יעקב מענטש
החוקר האט געשריבן:די טענה זיך נישט צו קריגן מיט גוים אלס דרכי שלום קען איך הערן. אבער דאס וואס דו האסט אריינגעמישט "גיין קעגן די ווילעדזש", אלס א פראבלעם פאר זיך, שמעקט ווי דיר באדערט גאר עפעס אנדערש.
שוין אמאל געהערט פון power און שררה?
איך בין איבערהויפט נישט באקאנט אין די מאנרא פאליטיק, אבער @שם טוב'ס 'שפראך' האט מיר געהויבן ברעמען.
קוקט אויס אז ער וויל נישט שלום מאכן מיטן מצב אז בעלי בתים וואס געהערן צו די צוויי קעגנזייטיגע פראקציעס האבן געמאכט א יד אחת צו מאכן געלט (עפעס וואס יעדער פראבירט אויף אמאזאן, אבער איז א איסור דאורייתא אויב דאס איז פארבינדן מיט ריעל עסטעיט אין א היימישע געגענט...).
ווארשיינליך שמעקט עס אים נישט אז ער וועט געוואויר ווערן אז דער דעת תורה אויף זיין זייט איז אויך קאנטראלירט דורכ'ן דעת בעל הבית, עפעס וואס זיי באשולדיגן שוין יארן די שטח החדש פארטיי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 11:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 8:16 am
דורך [NAMELESS]
ווי איך פארשטיי גייען זיי נישט אין תפיסה זיי קומען אפ מיט א געלט שטראף און 5 יאר פראבעשן