בלאט 1 פון 3

בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 4:34 pm
דורך [NAMELESS]
בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

דער באקאנטער קנאי ר' משה בער בעק שליט''א רב בית יהודי אין מאנסי דארף רחמים שמים נאכן ליידן א סטראוק און דורכגיין א סוירדסשערי אויפן מח.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:13 pm
דורך נולד מאוחר
ווי אלו איז ער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 1:29 pm
דורך גדליה
ער איז געבוירען אין תרצ"ד
פאר איינער באשילדיגט מיך אין פלאגאריזעם, כ'האב געגאנבעט די אינפא פון וויקי

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
דא דערציילט ער אביסל פון זיין לעבן
https://youtu.be/UkF_IIg5iik

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:58 pm
דורך שמעקעדיג
גדליה האט געשריבן:פאר איינער באשילדיגט מיך אין פלאגאריזעם

:lol: :lol:
דו ביסט פיינע נייעס

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:48 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:53 pm
דורך גר ותושב
שטעלט זיך א מנין ביים כותל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:57 pm
דורך מיימון
אינטערעסאנט עס זעט אויס אז ער וועט נאך אויך קאנאניזירט ווערן אין דעם היערארכיע פון גדולי ישראל לאחר מאה ועשרים, אזוי זיין פארגייער ר' עמרם בלוי. משא"כ פילע אנדערע מענטשן וואס האבן פיל מער געפאסט צו דעם טיטל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:09 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב שוין אמאל געשריבן, אפילו די וואס האלטן נישט פון זיין מהלך (ד.מ. רוב כלל ישראל), זענען פארט מודה אז דער איד איז א מדקדק בקלה כבחמורה, אן אמאליגער סארט ירא שמים, א קדוש ופרוש וואס איז זיך מתנזר פון די תאוות עוה"ז, מיט א שמירת עינים עד להפליא, לעבט מיט א דביקות בה', און טשעפעט נישט קיין איד! זאל ער געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה און כל טוב.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:42 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין אמאל געשריבן, אפילו די וואס האלטן נישט פון זיין מהלך (ד.מ. רוב כלל ישראל), זענען פארט מודה אז דער איד איז א מדקדק בקלה כבחמורה, אן אמאליגער סארט ירא שמים, א קדוש ופרוש וואס איז זיך מתנזר פון די תאוות עוה"ז, מיט א שמירת עינים עד להפליא, לעבט מיט א דביקות בה', און טשעפעט נישט קיין איד! זאל ער געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה און כל טוב.


טשעפעט נישט קיין יוד????

באמת, א יוד נישט קיין חילוק ווער אין וואס קומט זיך לעבן, געזונט, פרנסה, מיט אלעם גוט'ן און מ'זאל מתפלל זיין לטובתו.

אבער נער נישט קיינעם, דער מענטש האט נישט געהאט קיין גוט'ס צו זאגען אויף כלל ישראל, מילד גערעדט.

און יא, כלל ישראל מיין איך פון אלע שיכטן און קרייזן....

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 10:02 pm
דורך וואלווי
און וואס איז ווערד זיין מתנזר זיין פון תאות עולם הזה און זיין א קדוש ופרוש?

זאל ער ענדערש ריקן מער סטעיק און פיצא, און ווייניגער מקטרג זיין און מבזה זיין יודישע קינדער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 10:06 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:און טשעפעט נישט קיין איד!

נישט אמת. בעיני ראיתי ווי ער שפייט מענטשן אין פנים פשוטו כמשמעו, ועוד ועוד..
שמעקעדיג האט געשריבן:זאל ער געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה און כל טוב.
אמן

נשלח: פרייטאג אקטאבער 12, 2018 12:28 pm
דורך שמעקעדיג
וואלווי האט געשריבן:אבער נער נישט קיינעם, דער מענטש האט נישט געהאט קיין גוט'ס צו זאגען אויף כלל ישראל, מילד גערעדט.

"נישט זאגן גוטס" בכלליות מיינט נישט געטשעפעט בפרטיות. לויט ווי איך קאן אים איז ער גאר איידל ווען עס קומט פערזענליך צו אנדערע אידן.
איך ווייס אויך אז בהשקפה איז ער גאר א שארפער, און זיינע ספרים איז ער אויך גאר ווילד צומאל, אבער איך האב גערעדט פון טשעפען פרטיות'דיגע מענטשן.

יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און טשעפעט נישט קיין איד!

נישט אמת. בעיני ראיתי ווי ער שפייט מענטשן אין פנים פשוטו כמשמעו, ועוד ועוד..

ממש אזוי?
אויב אזוי, דאן בין איך חוזר פון מיינע ווערטער. איך האב נאר גערעדט לפי ידיעתי, אבער מיינע ידיעות קענען נישט סותר זיין וואס דו האסט געזען.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 9:01 pm
דורך גדליה
ווען ר' משה בער וועט ארויפקומען לאחר מאה ועשרים צו די בית דין של מעלה וועט דער מזכיר קרעכצען: אזויפיעל מסירת נפש און אזוי ווייניג מצוות...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2018 9:16 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
און לאמיר האפן ער זאל נישט דארפן ווארטן און דעם צימער דארט מיט קריינציער רבי פאר צו לאנג, און זיך דארפן זארגן אז אולי איז ער פון די עליונים למטה און זיך מחזק זיין מיט ברוידא'ס שלום עליכם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
זאגט מיר איינער, געווענליך האפט מען אז די מצוקים וועלן מנצח זיין די אראלים, אבער דא אז ביידע זייטן ווילן אים זיין ארויס פון דא, איז א רחמנות, דארף מען הערשט איינרייסן....

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 1:45 pm
דורך טאמבל סאס
ע"פ רוב ווען מען קען א מענטש פערזענליך, אויב ביסטו נישט דער וואס וואס האט די סיסכוך דירעקטלי מיט יענעם, זעט מען זאכן מער גרוי. א מענטש איז קיינמאל נישט כולו רע אדער כולו טוב. ספעציעל אסאך מאל די עקסטרימע, האבן אין זיך זעלבסט עקסטירמען ע"צ הטוב וע"צ הרע.

גראדע קען איך ר' משה בער פערזענליך, ער איז באמת געווען א פרייליכער מענטש, אן אויסטערלישע בעל בטחון און גאר צוגעלאזן. סארי, ער איז.. ער לעבט דאך נאך.

מצד הרע דארף איך נישט מאריך זיין, יעדער ווייסט דאך.

ס'איז אינטרעסאנט אז זיינע מענטשן זענען משוגע פארקויפט פאר אים. ער דערמאנט מיך אביסל פון רש"י'ס פערסאנאליטי. מען זאגט אז רש"י, דערפאר האט ער אזא הצלחה געהאט אויף די קומענדיגע דורות ווייל ער איז געווען א גאר איבערגעגעבענער און בעל חסד צו זיינע פריינט און תלמידים.

Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 2:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳דערציילט אז אמאל האבען די מירער בחורים געשמועסט צווישען זיך וועגען ר׳ עקיבא איגר, פארוואס האט ער אזוי זוכה געווען אז שמעתתיה מתבדרי בי מדרשא. איז אריבער געגאנגען ר׳ אברהם לייוואויץ בנו של ר׳ ירוחם, וואס איז דוקא נישט געווען קיין מוסר׳ניק, און געגעבען א זאג "ווייל ער זאגט די בעסטע".

וועמען וואלטסטו געוואלט זאל ווערען אנגענומען אנשטאט׳ס רש"י, אז מ׳דארף זוכען א פשט דערפאר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:14 pm
דורך טאמבל סאס
ביסט א שטיקל א פאץ, זיי מיר מוחל פאר מיינע דיבורים, ווייל דאס אז רש"י האט עס געמאכט ביז אהער, איז צו פארדאנקען זיינע תלמידים אין זיין דור און אין די פאר דורות נאך אים. וואס מיינסטו נעמט צו האבן צייט, בעקינג צו שרייבן אזא פירוש און נאך ווערן אנגענומען? און צו דעם אלעם נאך קענען מאכן אזויפיל קינדער, גענוג יעדער זאל אים קענען אריינלייגן אין זייער יחוס בוים? ווער האט זוכה געווען צו פעטע, און אזויפיל געדרוקטע און אריינגעקוקטע ספרים? דער דברי יואל אדער דיינע ליטיווישע גדולים?

Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רש"י, לויט די לעגענדע, האט געהאט א ביזנעס און אזוי האט ער געצויגען א חיונה. ער איז געווארען פאפולאר ווייל ער האט גוט געזאגט. און דעריבער האבען קומעדיגע דורות אנגענומען זיין מיינונג, ווייל ער איז דאך גוט. עס דארף נישט קיין פשט פונדערויסען. אפילו א גרויסע פ"ץ קען עס פארשטייען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:56 pm
דורך טאמבל סאס
מיין רבי האט אויך א ביזנעס, ווייסט וואס? ריעלעסטעיט! אמאל זאגט מען גוט ווייל מען האט א ביזנעס און אמאל האט מען א ביזנעס ווייל מ'זאגט גוט און א דריטע מאל זאגט מען אז ס'קען נישט זיין ער זאל האבן אזוי גוט געזאגט און נישט האבן געהאט א ביזנעס..

Re: בקשו רחמים רבי משה דוב בן שרה בעק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 4:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עפעס דרוקט דיר, איך ווייס נישט וואס.

א גוטע עצה וואלט געווען א ווארעם גלאז מילך און א באקוועמע בענקעל. איך ווייס נישט ווי דו ביסט צו קענען אנווייזען ווי אין דיין געגנווארט קען מען דאס באקומען, אבער אין אישי קענסטו מיר אויסזאגען און איך וועל אויפזוכען. אדער פרעג שאולזון ווי קויפט מען אזוינס. דערנאך גיב איבער די אינפארמאציע פאר דער געוואגטער אינגעל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 9:10 pm
דורך נקודת-אמת
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:און לאמיר האפן ער זאל נישט דארפן ווארטן און דעם צימער דארט מיט קריינציער רבי פאר צו לאנג, און זיך דארפן זארגן אז אולי איז ער פון די עליונים למטה און זיך מחזק זיין מיט ברוידא'ס שלום עליכם.

אויב וועט ער אנקומען צו יענע אפווארט צימער וועט ער לכאורה נישט איבערטרעטן דאס שוועל פונעם טיר
צוליב די נקבה וואס נעמט אויף צו באקומען איינטריט

אדער גאר ותחתונים למעלה וכו'