בלאט 1 פון 1

כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 11:27 pm
דורך פרייוויליג
[justify]"די רגע וואס די טיר האט זיך געעפענט האט מען געזען א איד מיט א ווייסע בארד, און אליהו הנביא האט זיך באוויזן במלוא קומתו", און דער רבי האט געשריגן: קום אריין:" אט מיט די ווערטער האט אלישע, א חסידישער איד אין די מיטעלע יארן פייערדיג פארענדיגט די מעשה, אין פארנט פון א קיפקע חסידים, וואס האבן געשלינגן מיט דארשט יעדעס ווארט. "שקר וכזב" האט נתן א כעס'יגער געשריגן, די מעשה קען נישט זיין אמת. פארוואס האט מען קיינמאל די מעשה נישט געהערט? און בכלל די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל. "אפיקורס!" "כופר!", האט מיטאמאל אין די שול א כאאר אפגעהילכעט. וואס טוט זיך מיט "אמונת צדיקים" האט אייזיק מיט אן עזות דקדושה געפרעגט. אויך ר' בערל שלייקעס האט נישט געשוינט קיין מוסר, ווען צווישן אנדערע ווערטער האט זיך די ווארט "משכיל!" ארויסגעריסן פון צווישן זיינע ציין.

[center]***[/center]

מען דערציילט אז ווען דער רמב"ן האט געפירט א ויכוח מיט פבלו כריסטיאני אין ברצלונה, האט דער רמב"ן אינמיטן ספאנטאן אויסגעשריגן: "כופר!" - היסטאריקער טיילן צו אז דער רמב"ן האט געווינען יענעם ויכוח מיט א לענדסלייד. אן ענליכן עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ווען ר' יונתן זאקס און ריטשארד דאקינס האבן דעבאטירט אין אקספערד יונעווערסעטי, און ר' יונתן האט אינמיטן שאקירט ריטשארד און אויסגעשריגן: "אפיקורס!" – ריטשארד איז אהיים געגאנגען אבל וחפי ראש.

[center]***[/center]

אין א אידישן ווערטערבוך טרעפט מען די ווארט "כופר" מיט די פאלגענדע טרענסעלעשן; "כופר": אן ענטפער פאר אן אומבאקאנטע מיינונג. (פראנאנס - כוי-פע-ר. אויסלייג - כופר: זאכווארט. כופר: אדיעקטיוו. כופר: ווערב. לערנער – אן 'אביעקטיווער' ענטפער וואס איז בכח צו טערמינירן א שמועס באלד ביים אנהייב. ביישפיל - איך גלייב נישט אין דיין רבי'ן, "כופר"!)

[center]***[/center]

"כופר" איז א ריפלעקשן פון אראגאנס צו די ווארט "מיינונג". דער ווארט "כופר" ביים היימישן עולם איז תמיד לובש צורה, עס איז קיינמאל פושט צורה. עס האט איין לבוש. כופר מיינט איך דיסעגרי, כופר מיינט איך פארשטיי נישט, כופר מיינט ביסט כופר אין מיך.

כופר איז געווארן כופר ווען אמונה איז געווארן אמונת צדיקים. אמונת צדיקים איז געווארן ווען אמונות חכמים איז געווארן אמונת צדיקים. אמונות צדיקים איז געווארן אמונה ווען אמונה איז געווארן גלייבן אין מעשות צדיקים נגד השכל.

אמונה איז כפירה ווען אמונה איז גלייבן אין רוה"ק, און כופר איז נישט גלייבן אז ער האט רוה"ק. אמונה איז כפירה ווען אמונה איז גלייבן אין גילו אליהו, און כופר איז נישט גלייבן אז ער האט גילו אליהו.

דער אראגאנס פון נארישע אמונה איז דער אראגאנס פון נארישע כפירה. אויב איז אזוי גרינג צו גלייבן איז דאס אויך גרינג כופר צו זיין. אויב אמונה איז יעדער זאך וואס איך פארשטיי, דאן איז יעדער זאך וואס יענער פארשטייט נישט, כפירה. אויב אמונה באשטייט פון אמונות טפילות דאן איז יענעמס מיינונג כפירה. אויב איז אמונה פשוטה אמונת צדיקים דאן איז דיין חבר'ס שיטות כפירה.

ווען אמונה און כפירה איז שווארץ אדער ווייס, דאן ווערן מיינונגען "כפירה". ווען עס איז נישטא קיין חילוק פון "נישט גלייבן" און "כופר זיין" דאן ווערן מיינונגען "כפירה".

ווען דער רמב"ם ז"ל רעכענט אויס אילו שאין להן חלק לעולם הבא, אדער מהו כופר, האט ער אנשטאט געבן איין נאמען "כופר" פאר אלעס, האט ער דאס צוטיילט אין קאטעגאריעס.

יש מין, יש אפיקרוס, ויש מי שכופר בתורה:

    א מין איז איינער וואס איז כופר שאין אלוה ואין לעולם מנהיג.
    א מין איז האומר שיש שם מנהיג אבל הן שנים או יותר.
    א מין איז האומר שיש שם רבון אחד אבל שהוא גוף ובעל תמונה.
    א מין איז האומר שאינו לבדו הראשון וצור לכל.
    א מין איז העובד כוכב או מזל וזולתו כדי להיות מליץ בינו ובין רבון העולמים.
    אן אפיקורס איז האומר שאין שם נבואה כלל ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם.
    אן אפיקורס איז המכחיש נבואתו של משה רבינו.
    אן אפיקורס איז האומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם.
    א כופר בתורה איז האומר שאין התורה מעם ה', אפילו פסוק אחד, אפילו תיבה אחת, אם אמר משה אמרו מפי עצמו, הרי זה כופר בתורה.
    א כופר בתורה איז הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה, והמכחיש מגידיה, כגון צדוק ובייתוס.
    א כופר בתורה איז האומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת, וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה', כגון ההגרים.

איך וועל מסיים זיין מיט א ציטאט פון מלך שפירא אין איינער פון זיינע מאמרים:

הרש"ש בחידושיו לשבת לא ע"א דלא מיקרי כופר אלא אחר החקירה בכל חלקי הסותר, אבל מי שלא חקר בדבר אינו נקרא כופר. ודברי הרש"ש נאמרו לגבי אמונה בתורה שבע"פ ואפילו הכי כתב, על פי דברי רש"י במס' שבת שם, שיש הבדל בין מי שאינו מאמין ובין מי שכופר, ומי שלא למד את "הסוגיה" א"א לקרוא אותו כופר.
[/justify]

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 8:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
פרייוויליג האט געשריבן:כופר מיינט איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט


:like :like :like :like :like

סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז געווען די ויכוח וואס האט אינספירירט די אויסבראך?

Re: כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 10:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כופר - איינער וואס מאכט מיר אומבאקוועם, געווענדליך דורך שטופען צו טראכטען אויף זאכען וואס איך וויל נישט דערפון טראכטען.

FTFY

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 9:36 am
דורך פרייוויליג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז געווען די ויכוח וואס האט אינספירירט די אויסבראך?


מיין לעצטע 20 יאר. עס איז זייער שווער צו האבן א טעאלאגישן דיילאג ביים היימישן עולם אן הערן דעם כופר-דייעטרייב.

Re: כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:37 pm
דורך mevakesh
ביסט כופר אינעם מאמר אז אויב מען גלייבט נישט אז עס קען זיין איז מען א כופר
ביסט כופר אז דער אור החיים האט קיין רוח הקודש
דער טרענד האט זיך נישט אנגעהויבן אין ניו יורק עס איז שוין הונדערטער יארן אלט און אז דו ביסט נישט מסכים ביסטו א פרייוויליגער כויפער


Sent from my XT1060 using Tapatalk

Re: כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:02 pm
דורך מי אני

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:27 am
דורך איך אויך
פרייוויליג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז געווען די ויכוח וואס האט אינספירירט די אויסבראך?


מיין לעצטע 20 יאר. עס איז זייער שווער צו האבן א טעאלאגישן דיילאג ביים היימישן עולם אן הערן דעם כופר-דייעטרייב.

אזוי דארף טאקע צו זיין, ב''ה לא אלמן ישראל.

איך זעה נאכנישט די גרויסע גאלדענע גליקן וואס זאל האבען באפאלן די פאר 'קיעלע' שוטים וואס האבען זיך געוואגט צו פאטשקען אין די ענינים. שאני מינות דמשכי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:57 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך אויך האט געשריבן:איך זעה נאכנישט די גרויסע גאלדענע גליקן וואס זאל האבען באפאלן די פאר 'קיעלע' שוטים וואס האבען זיך געוואגט צו פאטשקען אין די ענינים. שאני מינות דמשכי.

פאר טויזענטער יארן זענען געזעסן די גרעסטע נשמות און מוחות פון כלל ישראל און זיך געמוטשעט אויף די ענינים, קומט איין ליידיגייער און גיבט א גרעפס ארויס "קיעלע שוטים", אויב דאס הייסט א שוטה בין איך שטאלץ צו זיין א שוטה! אפיקורוס כגון מאן - דאמר מאי אהני לן רבנן.