בלאט 1 פון 7

סאטמארע טאון פאלם טרי עפענט זיך היינט נאכט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב!

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 12:53 pm
דורך שקד
התגרות באומות

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
שקד: דו דארפסט דאס שרייבן בלשון שאלה...?

אויך. וועט מען מארגן נישט זאגן קיין תחנון אין ביהמ"ד הגדול. אדער, דווקא יא...! אפילו ביי א ברית... להוציא מליבן של...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:19 pm
דורך קאך_לעפל
שקד האט געשריבן:התגרות באומות


וואס ווער און ווי איז התגרות באומות? דער טייטלבוים? דער יאר פונעם גרינדונג? דער גראפיקס פונעם לאגא? די מענטשען פונעם שטעטעל? ווער איז דער וואס רייצט אויף די פעלקער? קום אריין עטוואס קלאר ביטע...

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:25 pm
דורך קאך_לעפל
יאפ! מ'רייצט אויף די פעלקער אויף א שרעקליכער פארנעם... מי יגלה עפר מעניך רבינו הקוה''ט זי''ע.... או לעניים שכך רואות...

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:29 pm
דורך ביבער
און ןואס זענען די מעלות און חסרונות דערפון פאר די תושבי הקריה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
[tag]יעקב מענטש[/tag]

הייליגע קלוגע היפאקריטן...

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:34 pm
דורך שקד
קאך_לעפל האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:התגרות באומות


וואס ווער און ווי איז התגרות באומות? דער טייטלבוים? דער יאר פונעם גרינדונג? דער גראפיקס פונעם לאגא? די מענטשען פונעם שטעטעל? ווער איז דער וואס רייצט אויף די פעלקער? קום אריין עטוואס קלאר ביטע...

די זעלבע וואס ''די מעדינע האטמייע'' איז התגרות. דארט איז אויך געווען א קאורט ארדער, וכו' וכו'..

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 1:41 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:[tag]יעקב מענטש[/tag]

הייליגע קלוגע היפאקריטן...

אהא!

איך ווארט נאך צו זעהן וועלכע מענטשען ס'גייט ווערן או טי די פון אזא היפאקריטיסווע...

נאנסענס

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 5:27 pm
דורך שקד
נאך א מזל אז סאטמארע רבי הייסט נישט קאץ... אדער פארקאש, אדער גאר האלבערשטאם - שתי וערב

Re: סאטמארע טאון פאלם טרי עפענט זיך היינט נאכט

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 5:43 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שקד האט געשריבן:התגרות באומות
קען זיין נאר מגרה זיין מיט אומות טאר מען נישט דא איז נאר איין אומה אדער גאר א קליינע פראצענט פון אן אומה

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:21 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: מ'הייבט אן אין קליינעם פארנעם. נאכדעים וועט מען אי"ה גיין גרעסער און ווייטער...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 11:44 pm
דורך או אינו
אמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 1:09 pm
דורך שקד
או אינו האט געשריבן:אמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.

די גאנצע געדאנק פון האבן א אייגענעם לאנד איז ציונות

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 1:26 pm
דורך קאך_לעפל
שקד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:אמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.

די גאנצע געדאנק פון האבן א אייגענעם לאנד איז ציונות


זיכער אזוי! נישט בלויז א אייגן לאנד, נאר אפילו בלויז א אייגן הויז איז פארבאטן....נאך מער... אפילו בלויז א אייגן פלעט גרעניצט זיך מיט הארבע אסורים.
בלויז לעבן אויף ראטע איז ערלויבט אין גלות....

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
קוק נאך וואס די גמ' זאגט אין מס' בבא בתרא..."אין בן דויד בא עד שתכלה מלכות הזלה בישראל"...זאגט רש"י .."שלא יהא להם לישראל אפילו שולטנות קלה ודלה"...! קאמענטארן זענען איבריג...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 6:23 pm
דורך שקד
קאך_לעפל האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:אמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.

די גאנצע געדאנק פון האבן א אייגענעם לאנד איז ציונות


זיכער אזוי! נישט בלויז א אייגן לאנד, נאר אפילו בלויז א אייגן הויז איז פארבאטן....נאך מער... אפילו בלויז א אייגן פלעט גרעניצט זיך מיט הארבע אסורים.
בלויז לעבן אויף ראטע איז ערלויבט אין גלות....

די גמרא מיינט 'קרן הצלה' ואביזרייהו וואס מעלקן דעם ציבור אין אמעריקא און טעראריזירן דעם ציבור אין ישראל, זיי האלטן אפ דעם גאולה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 7:17 pm
דורך קאך_לעפל
שקד האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
שקד האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:אמאל געהערט, התגרות באומות איז פון די מצות התלויות בארץ.

די גאנצע געדאנק פון האבן א אייגענעם לאנד איז ציונות


זיכער אזוי! נישט בלויז א אייגן לאנד, נאר אפילו בלויז א אייגן הויז איז פארבאטן....נאך מער... אפילו בלויז א אייגן פלעט גרעניצט זיך מיט הארבע אסורים.
בלויז לעבן אויף ראטע איז ערלויבט אין גלות....

די גמרא מיינט 'קרן הצלה' ואביזרייהו וואס מעלקן דעם ציבור אין אמעריקא און טעראריזירן דעם ציבור אין ישראל, זיי האלטן אפ דעם גאולה


זוכער אזוי! אן קיין שום צווייפל...

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 11:28 am
דורך קאך_לעפל
[justify]איידער דער באשעפער פון די וועלט האט געגעבן די תורה פארן אידישן פאלק אויפן בארג סיני. האט ער געשיקט זיין נביא משה אנצוזאגן פארן אידישען פאלק עטליכע קריטישע אנווייזונגען. אט איז וואס ג-ט האט געזאגט: "ענק האבן אלע געזען וואס כ'האב געטאן פאר די עגיפטער, איך האב ענק געטראגן אויף די פליגלן פון אדלערן. אצינד איז אזוי: אויב וועט איר צוהערן צו מיינע געבאטן און אפהיטן מיין בונד, וועט איר זיין מיין אויסדערוועלטסטער פאלק פון צווישן אלע אנדערע פעלקער, ווארום דער גאנצער וועלט איז מיינע. און עטץ וועטס זיין א קעניגרייך פון הערן און א הייליג פאלק"
דאס באדייט ווי פאלגענד: דאס אידיש פאלק איז בלויז א זעלבסשטענדיגער נאַציאָן אויב זיי הערן זיך צו צום באשעפער און האלטן די הייליגע תורה און מצות. רבינו סעדיה גאון שרייבט דאס מער דייטליך: לפי שאומתינו בני ישראל אינה אומה אלא בתורותיה. אן די תורה און מצות זענען מיר נישט קיין זעלבסטשטענדיגער נאַציאָן. דער נאציאנאלער אידענטיטעט פונעם אידש פאלק איז די תורה און די מצות.
ג-ט מיט זיין אויסטערלישער גענאדע האט באשלאסן צו געבן פאר די אידן נאך א נאציאנאלער אידענטיטעט. א נאציאנאלער אידענטיטעט גענוי ווי אלע אנדערע פעלקער, דאס באדייט: א לאנד, א קעניגרייך, א זעלבסטשטענדיגער נאַציאָן. ער האט אונז געשאנקן אונזער הייליגער באליבטער אויסגעבענקטער היימלאנד ארץ ישראל. דאס איז אין צוגאב צו אונזער ארגינעלער אידענטיטעט פון די תורה און מצוות, וועלכע ער האט אונז געשאנקן איידער ער האט אונז געגעבן די הייליגע תורה.
אבער ג-ט האט זיך מיט אונז ערשט אויסגענומען א תנאי: אז דער צווייטער אידענטיטעט פון א אייגענער זעלבסטשטענדיגער לאנד און א קעניגרייך, קענען מיר בלויז אנהאלטן אויב מיר האלטן זיך אויסשליסליך צי צו די ערשטע נאציאנאלער אידענטיטעט, דאס איז די הייליגע תורה און אירע מצות. ער האט אונז אומצאליגע מאל דייטליך געזאגט אין זיין הייליגע תורה, אז אויב וועלן מיר נישט איינהאלטן די ערשטע אידענטיטעט, די תורה און מצות, וועלן מיר פארלירן דאס צווייטע אידענטיטעט, און מיר וועלן פארטריבן ווערן פון ארץ ישאל. און אזוי האט ליידער ווירקליך פאסירט ביים חורבן בית המקדש מיר האבן אויף צייטווייליג פארלוירן אונזער צווייטער אידענטיטעט, אונזער לאנד און אונזער זעלבסטשטענדיקייט, אונזער כבוד און שטאלץ, און מיר זענען פארבליבן בלויז מיט אונזער ערשטע אידענטיטעט וועלכע איז די הייליגע תורה און מצות. ג-ט האט אויך פארשפראכן דורך זיינע נבואים אז ער זעלבסט וועט באשליסן ווען צוריק צו געבן פאר די אידן זייער צווייטער נאציאנאלער אידענטיטעט און אויף דעם ווארטן אידן מיט געדולד ביז צום היינטיגן טאג.

אין די יארן איידער דער ערשטער וועלט קריג האט אויסגעבראכן, זענען אויפגעשטאנען מאנכע כלל ישראל פארזארגערס, וועלכע האבן זיך אין זייער לעבן קיינמאל נישט אידענטיפיצירט מיט די ערשטע נאציאנאלער אידענטיטעט פונעם אידישן פאלק. זיי זענען געווען פאלנע כופרים וואס האבן נישט געהאלטן גארנישט און נישט געגעלייבט אין גארנישט. זיי האבן אין זייער לעבן נישט געהאלטן קיין תורה און מצות. זיי האבן באשלאסן זיך צוריק צו צונעמען דאס צווייטע נאציאנאלער אידענטיטעט, א אידישע רעגירונג און נאציאנאלע זעלבסטשטענדיקייט, און מיט די געוואלד. אפגעזען פונעם הארבער פארבאט פון ג-ט. (אין וועם זיי האבן אין יעדנס-פאל נישט געגלייבט)
איז אזוי: ווען זיי אידענטיפיצירן זיך ווען אויך מיט די ערשטער אידישער נאצינאלע אידענטיטעט, און זיי באשליסן זיך גלייכצייטיג צו אידענטיפיצירן אויך מיט די צווייטע אידענטיטעט פון נאצינאליזם און זעלבסטשטענדיקייט, (שיטת המזרחי) וואלט נאך ווען געווען א האלבע צרה. נעמליך, די דאזיגע פרעכע יונגן האבן געשלאגן כפרות מיט די ערשטע אידענטיטעט פון תורה און מצות. און זיי האבן באשלאסן בלויז זיך צו אידענטיפיצירן מיט די צווייטע. ככל הגוים בית ישראל רח''ל. צו זייער פרעכהייט און ארגאנץ איז גארנישט פארהאן קיין גרעניץ...זיך צו אידענטיפיצירן בלויז מיט די צווייטע נאציאנאלער אידענטיטעט פון נאצינאליזם און זעלבסטשטענדיקייט, (אדער אפילו מיט ביידע אינאיינעם), איז א דירעקטער כפירה אין קדושת התורה און אין קדושת עם ישראל און אין גזירת הגלות. דאס איז א פולשטענדיגע מרידה אינעם הייליגן באשעפער.

צום ענין: נעמען א מדינה פארן אנקום פון משיח צדקינו, באדייט אז מען אידענטיפיצירט זיך מיט א אידענטיטעט פון נאצינאליזם און זעלבסטשטענדיקייט, וועלכע איז לויט די תורה הק' שטרענג פארבאטן. אבער מאכן א שטעטל פאר אידן צו וואוינען אן קיין שום גייסט פון אידישע נאצינאליזם און זעלבסטשטענדיקייט, פארוואס זאל מען דען נישט מעגן? דאס זעלבע איז מיט מרידה באומות. מרידה באומות באדייט אויף נאציאנאלע פארנעם, ווען דאס אידישער נאַציאָן אלס א נאַציאָן רייצט זיך מיט די פעלקער, ווי איין נאַציאָן מיט א צווייטע נאַציאָן. אבער צו זאגן אז דאס זיך זעלבסט פארטייגן פון גויאישע אגרעסארן, וועלכע זוכן מיט אלע מיטלן צו שטערן דער בליה פונעם שטעטל צוליב זייערע באקוועמליכקייטן זאלן הייסן מרידה באומות הערט זיך אבסרד...[/justify]

Re: סאטמארע טאון פאלם טרי עפענט זיך היינט נאכט

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 12:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און וואס איז מיט מאכען א מדינה אין א"י פאר באקוטעמליכקייט? דאס מעג מען יא?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 12:31 pm
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און וואס איז מיט מאכען א מדינה אין א"י פאר באקוטעמליכקייט? דאס מעג מען יא?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א "מדינה"? ניין!