בלאט 1 פון 1

רבש״ע, איך האב פארגעסן דעם לולב...

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 12:03 pm
דורך שבת אחים
איך בין אויפגעשטאנען היינט אביסל שפעט אבער מיט איין גרויסע שמחה. וואס הייסט? א קלייניקייט? ערב פסח? מ׳גייט פארברענען דעם חמץ! אבער ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען איך בין אנגעקומען צום גרויסען מדורה אז איך האב פשוט פארגעסן מיטצוברענגן דעם לולב... איך בין געשטאנען דארט אינגאנצן צומישט, אלע גרויסע טאטעס שטייען דארט אזוי שטאלץ מיט זייערע ריזיגע לולבים און איך ווי נער האב קוים א בלאט פון א הדס. וואס טוט מען יעצט? צוריק לויפן אהיים איז שוין צו שפעט, סאיז דאך שוין באלד סוף זמן שריפת חמץ, ווידער איבעלאזן א חמץ׳דיגער לולב אינדערהיים און נישט יוצא זיין די מצוה וועט דאך נאר ברענגען עצבות און צושטערטע יו״ט אז איך האב נישט געהעריג יוצא געוועהן די מצוה מיט אלע הידורים... אבער ווי איבעראשט בין איך געווארן ווען כהאב מיך באגעגענט מיט א חבדסקר וואס איז דארט געשטאנען און איז מיר געוועהן גערן גרייט צו שענקן א נייע לולב איך זאל קענען יוצא זיין די מצוה כדבעי. איך האב באוואונדערט די גוטסקייט און גמילות חסדים פון די איד וואס האט אינזינען און באזארגן אנדערע אידן וואס האבן נישט קיין לולב פאר שריפת חמץ אלעס נאר פאר הידור מצוה.

למעשה ווייס איך נישט די הלכה וואס איך דארף טוהן מיט די אלטע לולב אינדערהיים? מאכן א קליינע שריפה נאכן זמן? האלטן ביז נעקסטע יאהר? אדער גאר מאכן רינגלעך דערפון? לאמיר שנעל כאפן א בליק אין נטעי גבריאל. אויב כ׳געדענק גוט דארפן מען עס האלטן עד שיבא אליהו און נאכדעם פאבריצירן קיישלעך דערפון און פארקויפן פארן מקוה-איד פאר כמו-צפת׳ער הדסים.

חג כשר ושמח.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 12:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'מיין אז די הלכה איז אז מ'דארף עס פארקויפן פאר א גוי, אנדערע פוסקים זאגן אז מ'זאל ליבערשט זיך אליינס פארקויפן פאר א גוי, וכל מה שקנה עבד קנה רבו...

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 5:45 pm
דורך שמעון וואלף
איך וואלט געזאגט אז טאמער קען עס צו קומען צו אזאנע מכשולות, זאלסטי איבערעסיאר בכלל נישט קויפן קיין לולב

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 5:59 pm
דורך מיימון
שמעון וואלף: איך קען א איד וואס לייגט נישט קיין תפילין מחשש גוף נקי. ליינט נישט קיין קריאת שמע מחשש שלא יבטא האותיות כראוי. דאוונט נישט מחשש מחשבה זרה הפוסל את התפילה. מאכט נישט קיין ברכות משום ספק און הוצאת ש"ש לבטלה. עסט נישט קיין מצה מחשש חמץ. שאקלט נישט קיין לולב משום שמיטה. און ברוך השם ער איז א פיינער איד.

לגבי דעם לולב האב איך א שאלה צו פרעגן. וואס טוט מען מיט די הדסים און ערבות? איך ווייס נישט דער מנהג לייג איך אלעס אריין אינעם פלעסטיק ושורף ביחד לקיים מה שנאמר על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו. איך הייב אבער אן צו טראכטן אז קיינער ווייסט נישט. בין איך גערעכט?

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 6:26 pm
דורך יין שרף
מיימון האט געשריבן:
לגבי דעם לולב האב איך א שאלה צו פרעגן. וואס טוט מען מיט די הדסים און ערבות? איך ווייס נישט דער מנהג לייג איך אלעס אריין אינעם פלעסטיק ושורף ביחד לקיים מה שנאמר על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו. איך הייב אבער אן צו טראכטן אז קיינער ווייסט נישט. בין איך גערעכט?
ניין. די ענין איז בכלל נישט פארברענען די לולב! איינס מען האט גע'ענדיגט די מצוה פון נטילת לולב האט עס נישט קיין קדושה. אבער וויבאלד מען האט עס דאך גענוצט פאר א מצוה, טוט מען שוין נאך א מצוה דערמיט, דהיינו מען מאכט א שריפה'לע דערמיט, און אין די שריפה פארברענט מען די חמץ, האט מען דורך די לולב צוגעהאלפן מקיים זיין די דאורייתא פון תשביתו.

ס'זעהט מיר אויס א ליצנות ווי מענטשן פארברענען די חמץ, און נאכדעם וואס עס ברענט שוין גוט, גיט מען א ווארף אריין די לולב אויך, ווי כאילו מען דארף פארברענען די לולב.

ומהאי טעמא איז נישט קיין נפק"מ די לולב אדער די ערבות וכו'. מען קען עס פונקט אזוי נוצן צו באקן מצות אדער סיי וועלכע אנדער מצוה.

נ.ב. וויבאלד די אשכול איז אין שמייכל ציטער איך אז סדרן וועט מיר מאכן פליען פון דא מיט א טענה אז איך פארדריי עס צו תורה ומחשבה... #סארי

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 1:11 am
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:

אויב ס'איז אלס טוהן נאך א מצוה, לאמיר זאגן איך לערן פלייסיג און פונקט קומט מיר אויס צו ענדיגען א מסכתא ד' אב פארנאכטס, קען איך מקיים זיין די "נאך א מצוה" דורך אנצינדען די בארבעקיו מיט'ן לולב פאר את סיום?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 1:28 am
דורך יין שרף
אויב דו האלסט אז הדלקה עושה מצוה ביי א בארביקיו דעמאלס אוודאי יא. אבל לעצם הדיון אינו מצוה דוקא לעשות בארביקיו אצל סיום, ואפילו אם נימא דמצוה לעשותה, מ"מ סבירא לי דהנחת הסטעיק על המנגול עושה מצוה ולא הדלקה גרידא. וצ"ע

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 1:37 am
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:אויב דו האלסט אז הדלקה עושה מצוה ביי א בארביקיו דעמאלס אוודאי יא. אבל לעצם הדיון אינו מצוה דוקא לעשות בארביקיו אצל סיום, ואפילו אם נימא דמצוה לעשותה, מ"מ סבירא לי דהנחת הסטעיק על המנגול עושה מצוה ולא הדלקה גרידא. וצ"ע

כאפסט נישט. לאמיך נאכאמאל מסביר זיין, הער גוט אויס. לשיטת הנימוקי יוסף אין בבא קמא ביי אשו משום חציו קומט אויס אז די גאנצע כח פונ'ם פייער וואס געשענט שפעטער ווערט שוין פארעכענט מכח די ערשטע מינוט. ממילא קומט אויס אזוי. האלט קאפ. אויב די ערשטע שפענדל איז געווען פון א לולב, קומט אויס אז ווי לאנג עפעס וועט נאך ברענען ווערט עס פארעכענט מכח די לולב, אפילו די הארטבורן נאכדעם...

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 1:41 am
דורך יין שרף
וואלווי האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:אויב דו האלסט אז הדלקה עושה מצוה ביי א בארביקיו דעמאלס אוודאי יא. אבל לעצם הדיון אינו מצוה דוקא לעשות בארביקיו אצל סיום, ואפילו אם נימא דמצוה לעשותה, מ"מ סבירא לי דהנחת הסטעיק על המנגול עושה מצוה ולא הדלקה גרידא. וצ"ע

כאפסט נישט. לאמיך נאכאמאל מסביר זיין, הער גוט אויס. לשיטת הנימוקי יוסף אין בבא קמא ביי אשו משום חציו קומט אויס אז די גאנצע כח פונ'ם פייער וואס געשענט שפעטער ווערט שוין פארעכענט מכח די ערשטע מינוט. ממילא קומט אויס אזוי. האלט קאפ. אויב די ערשטע שפענדל איז געווען פון א לולב, קומט אויס אז ווי לאנג עפעס וועט נאך ברענען ווערט עס פארעכענט מכח די לולב, אפילו די הארטבורן נאכדעם...

נכון, אבל בסטעיק כולא עלמא לא פליגי שזהו אשו משום ממונו..

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 11:58 am
דורך אישתישבי
טאמער מען האלט יש שבח עצים בפת, ברויך מען ניצען דער לולב דוקא פאר דער חמץ וואס איז פת, משא"כ פאר דער בשר האט מען גארנישט אויפגעטוהן.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2019 1:11 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:טאמער מען האלט יש שבח עצים בפת, ברויך מען ניצען דער לולב דוקא פאר דער חמץ וואס איז פת, משא"כ פאר דער בשר האט מען גארנישט אויפגעטוהן.

אפסס. האסט פארגעסען פון meat patties...

(נישט אין פסח גערעדט, והוא רחום יכפר...)