בלאט 1 פון 2

הרב אמנון יצחק שליט"א קומט קיין ברוקלין

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2019 10:56 pm
דורך [NAMELESS]
נאכדעם וואס הרב אמנון יצחק איז שוין לאנג נישט געוועהן אין ניו יארק קומט ער אין די קומענדיגע טעג.

יעדער ווייסט זיין געוואלדיגע כח און ס'וועט מסתמא זיין זייער אינטערסאנט מיטצוהאלטען.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2019 11:04 pm
דורך נהורא נפישא
נאך אן אוטדעידטעט שארלאטאן.

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2019 11:33 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא: לאמיר מדייק זיין אין דיינע ווערטער...אן אוט-דעיטעד שארלאטאן. צי רעדט ער וויאזוי מ'פארט מיט א פערד און וואגן...! אויך. וועם האט ער באגנב'עט. ער האט ביי דיר גענומען איין פרוטה אחת...? ער האט דיך אויסגעפאפט. ער האט דיר פארקויפט פעיק דזשולערי און געזאגט אז ס'איז עכט זילבער אדער גאלד. אדער דיימאנדס. אדער האט ער דיר פארקויפט , אדער פרובירט צו פארקויפן די ברוקלין ברידזש...?! ער קומט אהער האלטן זיינע דרשות וכינוסים. אז דו ווילסט גיי. אז דו ווילסט נישט, גיי נישט. ער צווינגט קיינעם נישט צו גיין אויסהערן זיינע דרשות...! איך וועלל בלי"נ אי"ה גיין אויסהערן וואס ער האט צו זאגן...!

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 12:09 am
דורך לבי ובשרי
פיין און וואויל. מיר ווארטן מיט שפאנונג.
אינטערעסאנט איז נאר, ווי ערווענט אין אנדער אשכול דאס בעטן צווישן 18 און פופציג דאללער פער זיץ.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 4:31 am
דורך וואלווי
פארפאלן, ס'איז די ברייטע שמייכל. שאור שבעיסה איז טאקע מעכב, אבער דאך, אהבה מקלקלת את השורה.

איך ווער שוין שומר תורה ומצוות

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 5:05 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: געדענק. די ערשטע זאך וואס הרב אמנון יצחק וועט טון איז דיר אפשערן דיין..."קוקו"... און אראפנעמען דיין גאלדענע אויעררינגל מיט א צווענגל. נאכדעים וועט ער דיר אנטון א ווייסע יארמולקע מיט א טלית קטן. און דו וועסט דארפן נאכזאגן נאך איהם די ברכה... שעהעחיאנו ועקיעמאנו ועהיגיאנו לאזמאן האזעה...און זיין רעבעצין אדער טאכטער וועט אנטון פאר דיין ווייב א ווייס טיכל. און ער וועט דיר מאכן א מי שברך. און ביז א יאר וועסטו בעז"ה האבן א בן זכר...!

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 5:34 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי:
... און ביז א יאר וועסטו בעז"ה האבן א בן זכר...!


מיט אלעס האב איך נאך מסכים געווען, ביז דו האסט געשריבען די לעצטע שורה.

נעווער מיינד. כ'בלייב אינדערהיים...

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 6:20 am
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן: און ביז א יאר וועסטו בעז"ה האבן א בן זכר...!
וואס איז די הלכה אויב נאר די ווייב קומט, און ער איז מבטיח אז זי וועט האבן א בן זכר ביז א יאר. און זי איז נישט מיטן מאן דורכ'ן יאר.. מאכט ער זיכער אז עס פאסירט?

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 9:28 am
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: און ביז א יאר וועסטו בעז"ה האבן א בן זכר...!
וואס איז די הלכה אויב נאר די ווייב קומט, און ער איז מבטיח אז זי וועט האבן א בן זכר ביז א יאר. און זי איז נישט מיטן מאן דורכ'ן יאר.. מאכט ער זיכער אז עס פאסירט?


אלעס קען פאסירען. האסט שוין אמאל געהערט די מעשה פון תמר מיט אמנו"ן...?

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 12:21 pm
דורך יין שרף
וואלווי האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: און ביז א יאר וועסטו בעז"ה האבן א בן זכר...!
וואס איז די הלכה אויב נאר די ווייב קומט, און ער איז מבטיח אז זי וועט האבן א בן זכר ביז א יאר. און זי איז נישט מיטן מאן דורכ'ן יאר.. מאכט ער זיכער אז עס פאסירט?


אלעס קען פאסירען. האסט שוין אמאל געהערט די מעשה פון תמר מיט אמנו"ן...?
די מיינסט די טייטלבוים'ס..?

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 7:22 pm
דורך גדליה
אינערליכע מקורות געבן מיר איבער אז ס'קומט א שטורמישע קאמפיין "תהיה גבר וכו'"

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 8:24 pm
דורך לבי ובשרי
לייוו יעצט אין ניו יארק

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: און ביז א יאר וועסטו בעז"ה האבן א בן זכר...!
וואס איז די הלכה אויב נאר די ווייב קומט, און ער איז מבטיח אז זי וועט האבן א בן זכר ביז א יאר. און זי איז נישט מיטן מאן דורכ'ן יאר.. מאכט ער זיכער אז עס פאסירט?

יין שרף: וויאזוי מיינסטו האבן די גרויסע צדיקים אנגעווינטשן פאר עקרות וואס זייערע מענער זענען אפילו געווען מתנגדים...?!

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 9:25 pm
דורך לבי ובשרי
לבי ובשרי האט געשריבן:לייוו יעצט אין ניו יארק


ער רעדט שוין העכער א האלבע שעה, אבער סאונד הייבט נישט אן צו ארבעטן פאר די וואס וואטשן...

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
ריק ארויף דיין וואליום :D

פיין ארבעט ער! ער שניידט שוין קוקו'ס...

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 12:19 am
דורך לבי ובשרי
ענדיגט יעצט טיילן ציצית און קאפלעך אין די מאסן כדרכו

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 12:32 am
דורך הייסע טיי
ער איז שוין אויסגעוועפט

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 1:57 pm
דורך לבי ובשרי
איינער האט נעכטן געפרעגט פון הרב אמנון יצחק, פארוואס דער אויבערשטער האט באשאפן בלויז איין סארט מענטש און ווידעראום פון אנדערע באשעפענישן האט ער באשאפן אלערליי סארטן...

האט אים אמנון געננטפערט, אויך פון מענטשן זענען דא אלע סארטן. אין די מענטשן אליין געפינען זיך אויך כל מיני חיות און בהמות...

א פראגע און אן ענטפער...

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 2:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
עיין זהר הק' וואס זאגט אויך אזוי.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 5:34 pm
דורך לבי ובשרי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עיין זהר הק' וואס זאגט אויך אזוי.

נו... אמנון קען לכאורה עטוואס זוהר :lol:

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 6:56 pm
דורך בן נריהו
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עיין זהר הק' וואס זאגט אויך אזוי.

משנה סנהדרין ד, ה בראכט 4 ערקלערונגין אויף דיזן זעלביגע פראגע.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 1:50 am
דורך לבי ובשרי
צום קעפל

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 1:51 am
דורך לבי ובשרי
לכבוד שבת קודש