בלאט 1 פון 10

קאראנא וויירוס (COVID-19)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:42 am
דורך מאן דאמר
נעכטן, מערץ דעם עלפטן, האט די אלוועלטליכע געזונטהייט ארגענעזאציע דערקלערט די COVID-19 אלץ אן אלוועלטליכע פּענדעמיע, נאכדעם וואס די עפידעמיע וואס האט זיך דאס ערשטע מאל אנטפלעקט אין די וואָהאַן ראיאן אין כינע דעם לעצטן דעצעמבער, איז געווארן פארשפרייט איבער 118 לענדער, מיט איבער 129,000 אנגעשטעקטע (וואס מען ווייסט), און איבער 4,700 טויטע (די ציפערן זענען בערך).

דאנאלד טראָמפּ, דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט נעכטן נאכט אויף לייוו טעלעוויזיע ארויסגעגעבן א גאר הארבע באפעל, וואס פארבאט איינטריט אין לאנד צו סיי ווער עס קומט אן דירעקט פון אייראפע, מיטן אויסנאם פון ענגלאנד, אדער אמעריקאנער בירגער וואס זענען דורך גרונטליכע אונטערזיכונגען צו פארזיכערן אז זיי זענען נישט אנגעשטעקט.

אין איטאליע האט די רעגירונג פארבאטן געשעפטן פון זיין אפן, מיטן אויסנאם פון אפטייקער און שפייז געשעפטן, ווי אויך איז פארבאטן אלע סארט צוזאמקומען.

א אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק:

https://ncov2019.live

קאָראָנאַווײַרוּס (COVID-19)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 5:15 pm
דורך מי אני
די פאסירונג קען אויך ארויסברענגן די גלאבאלעזאציע פון די וועלט און דאס באקאנטע געדאנק פון די זעקס דעגריס פון אפטיילונג. דהיינו, אז יעדע מענטש אויף די וועלט איז (אין אלגעמיין) מקושר צו א יעדע אנדערע מענטש אויף די וועלט מיט נישט מער ווי 6 ״חברך חברא׳ס״: דו קענסט א מענטש וואס קען א מענטש וואס קען א מענטש וכו׳. (אגב, דער אלגעמיינער אמעריקאנער קען 600 מענטשן.)

איך פארשטיי אז דאס פארשפרייטונג פונ׳ם וויירוס איז ל״ד צושטאנד געקומען פון מענטשן וועמען די אנגעשטעקטע קענען, אבער עס טוהט צייגן אויף עכ״פ די/אן אוועראל קאנעקשאן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 5:44 pm
דורך [NAMELESS]
נישט איבעראל כאפט מען אז טראמפ לאזט שוין אויסזאגען אז די וויירעס איז א ערענסטע פראבלעם

היינט יום ה' פרשת כי תשא אין ביהמ"ד סאטמאר 53

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:38 pm
דורך לעיקוואד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:01 pm
דורך מאן דאמר
דער גאווערנאר פון ניו יאָרק אנדרו קאומאו האט ארויס געגעבן א באפעל צו פארבאטן סיי וועלכע צוזאמענקום פון איבער פינף הונדערט מענטשן, אנגעפאנגען פון מארגן, פרייטיק, מערץ דעים דרייצענטן, פינף אזייגער נאכמיטאג, מיטן אויסנאם פון בּראָדוועי, וואו די פארבאט הייבט זיך אן היינט אווענט, וואו אויך, א יעדע צוזאמקום ארט וואס איז ערלויבט צו האלטן פינף הונדערט מענטשן אדער מער, וועט פון היצט ביז ווייטערדיגע מעלדונג, זיין ערלויבט נאר האלב פון די ערלויבטע צאל

און אנדערע נייעס, די פרוי פונעם קאנאדישער פרעמיער מיניסטער האט נארוואס באשטעטיגט די פארדאכטן וואס זי האט נעכטן געמאלדן, אז זי איז אנגעשטעקט מיט די וויירוס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:03 pm
דורך אייזערנע קאפ
מאן דאמר האט געשריבן:א אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק
https://ncov2019.live/data

לינק ארבעט שוין נישט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
ענדליך אראפגענומען די האנטיכער אין סאטמאר ראדני

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 11:21 pm
דורך מאן דאמר
אייזערנע קאפ האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:
א אידישע בחור פון סיאטעל, האט אהערגעשטעלט א וועב זייטל, וואס האט א געוואלד מיט אינפארמאציע איבער אלעס בנוגע די מגפה, נאט אייך א לינק
https://ncov2019.live/data

לינק ארבעט שוין נישט



איך האב עס פאראכטן

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2020 8:56 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאך די נייע געעזצן אין נ.י. אז מ׳טאר זיך נישט פארזאמלן מער ווי 500 מענטשן אין איין פארמאכטן פלאטץ, זענען אלע גרויסע טישן פארמאכט? עס איז דא נאך מניינים שחרית אין סקווער? אדער דאווענט מען ביחידות און פרשת פרה וועט מען יוצא זיין שבת פרשת חקת?

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2020 12:33 pm
דורך החוקר
ברעיקינג!
מען האט יעצט געטראפן צוויי קעיסעס אין מאנסי.







...איין קעיס וואסער און איין קעיס אשר יצר פאפיר.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2020 1:59 pm
דורך גראף
באבוב 45
בילד

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2020 3:25 pm
דורך החוקר
אזוי צו זיין out of touch מיט די ריאליטעט!

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 1:26 am
דורך מאן דאמר
אין מדינת ישראל האט דער ראש הממשלה בנימין נתניהו שליט״א היינט באפוילן עטליכע שטרענגע באגרעניצונגען, וואס צווישן אנדערע, פארבאט סיי וועלכע צוזאמענקום פון מער וואו צען מענטשן (מיטן אויסנאם פון לוויות און ברית׳ים, וואס מעג זיין צוואנציק), מענער מקוואות וועלן זיין פארשלאסן, שׁאַפּיִנג צענטערס מיטן אויסנאם פון עסן געשעפטן וועלן זיין פארשלאסן, וואו אויך אלע מוסדות החינוך וועלן זיין פארשלאסן

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 1:30 am
דורך מאן דאמר
עס איז פעסטגעשטעלט געווארן אז פרעזידענט טראָמפּ איז נישט אנגעשטעקט געווארן מיט קאָראָנאַווײַרוּס, נאכער וואס ער האט זיך געלאזט אונטערזוכן צוליב פארדאכטן וואס זענען ארויפגעקומען, נאכדעים וואס ער איז געווען אין איין צימער מיט מענטשן וואס זענען שפעטער פעסגעשטעלט געווארן אלץ אנגעשטעקטע

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 1:42 am
דורך מאן דאמר
דא האט איר א לינק צו פרעזידענט טראָמפּ׳ס פרעסע קאנפערענץ פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג וואו ער האט דערקלערט א נאציאנאלער נויטפאל, וואס ערלויבט אים צו נוצן ספעציעלע רעזערווירטע געלטער פאר אזעלכע פעלער.


https://youtu.be/q_WM_pMp0Hg

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 3:45 am
דורך שמעון וואלף
אויף ככר השבת האב איך געליינט אז געוויסע קהילות אריינגערעכענט בעלז און פינסק קארלין האבן איגנארירט די באפעל אז ס'זאל נישט זיין מער ווי הונדרעט פארזאמעלטע אינאיינעם.
זענען דא וואס זאגן אז די שר הבריאות, ליצמאן איז דער וואס האט דאס אנגעדרייט אויפ'ן פארלאנג פון גור'ע רבי, דאס קען מסביר זיין פארוואס בעלז זאל טון דוקא פארקערט

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 8:02 am
דורך אישתישבי
דאס איז ווייל זיי האבן בקבלה אז א טיש קען נישט שאטען.

אפילו דא הי, פארשטייען אויך די רעביס אז די טישן קענען נישט אויסזעהן ליידיג און מען מוז זיצען און שטיין צו קוועטשט. חוץ ארום זייערע כסא מחילה דארט מוז זיין ד' אמות ליידיג.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 8:13 am
דורך אישתישבי
דער מעיאר פין דאבלאזיא טענה'ט אז מען מוז לאזן די שולעס אפען פאר צוויי סיבות,
איינס די עלטערן זאלען קענען ארבעטען, און אסאך פין די עלטערען ארבעטען אין העלטקעיר, און זענען סינגעל עלטערן, און ווער וועלען די שולעס זיין פארמאכט וועט נישט זיין ווער עס זאל קעיר נעמען פין די קראנקע.
צוויי, די קינדער וועלען נישט האבן קיין שולע וועלען מאכן טראבעל אין שטאט ווייל זיי ווען גיין ליידיג.

די ערשטע פראבלעם, איז טאקע א פראבלעם, ווייל מען טוט אויך גארנישט אויף דורך פארמאכען, ווייל די קינדער דארפען גיין ערגעץ זיין, און ווי דער ערגעץ איז, איז דא דער זעלבע פראבלעם. (אין די פאבליק סקולס, גיבט טאקע מער נישט לאנטש נאר אין די קלאסרומס, צו פארמיידען שייכות).

די צווייטע פראבלעם איז גענוג צו האלטען די הויך שולע אפען, עס פעלט נישט אויס דער עלעמענטרי פאר דער פראבלעם.

ווידער דער ערשטע פראבלעם איז נאר ביז דער פערטער כיתה, עלטער פין דעם קענען זיך שוין אליין באספראווען.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 8:51 am
דורך קורקלענד
וואסי פשט אז אין די חסידישע קרייזן מאכט מען זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די גאנצע זאך? די אלע קהילות האבן ארויסגעגעבן שיינע צעטלעך, אבער די פירער האבן גארנישט געזען אז ס'זאל זיין די ריכטיגע תיקונים אז די מחלה זאל זיך נישט קענען אויסשפרייטן. גייסטישע פירער דורכאויס שבת האבן בעיקר ציטירט חסידישע ספרים אז אונז דארפן זיך נישט מאכן צו טוהן און ס'קען אונז נישט שאטן, ווייל מיר זענען מאמינים, ס'איז משיח'ס צייטן בּלַא בּלַא בּלַא....

האלטן זיי באמת אז ס'נישט קיין ערענסטע געשעפט? אדער גלויבן זיי באמת אז פון הימל אז די מחלה וועט איבערהיפּן אידישע שטיבער?

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 9:41 am
דורך מאן דאמר
דו קענסט נישט זאגן בכלליות, געוויסע גייסטישע פירער האבן יא גענומען די זאך ערנסט, ווי למשל דער סאטמאר'ער רבי פון קרית יואל, און ימים ידברו וועלכע פירער זענען גערעכט, ענליך צו וואס עס שטייט אין פסוק "אֲשֶׁר יְדַבֵּר הַנָּבִיא בְּשֵׁם ה' וְלֹא יִהְיֶה הַדָּבָר וְלֹא יָבוֹא הוּא הַדָּבָר אֲשֶׁר לֹא דִבְּרוֹ ה' בְּזָדוֹן דִּבְּרוֹ הַנָּבִיא לֹא תָגוּר מִמֶּנּוּ", און אונז פארלאזן זיך אזויווי די כלל וואס איז אנגענומען אין ש"ס אז מילתא דעבידי לאיגלאי לא משקרי אינשי, אז זיי זאגן אז ס'איז "גארנישט" זאגן זיי לכאורה נישט קיין ליגנט.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 7:24 pm
דורך מאן דאמר
NYC האט פארשפארט די פּובליק סקולס ביז כאטשיק אַפּריל דער צוואנציקסטער, דאס איז מער וואו א מאנאט

די פעדעראלע רעזערוו האט גענידערט די ראטה צו נוּל, אבער די סטאק מארקעט איז נאך אלץ געפאלן איבער 900 פוינטס (וואס מען זאגט פאראויס אויף צומארגנס ווען די גלאק וועט קלונגען צום עפענונג פונעם האנדלס טאג).

דערווייל האט ניו יארק די מערסטע אנגעשטעקטע, 729, און היינט איז געווען דער ערשטער נפטר

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2020 10:52 pm
דורך אונטער חכם
קורקלענד האט געשריבן:וואסי פשט אז אין די חסידישע קרייזן מאכט מען זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די גאנצע זאך? די אלע קהילות האבן ארויסגעגעבן שיינע צעטלעך, אבער די פירער האבן גארנישט געזען אז ס'זאל זיין די ריכטיגע תיקונים אז די מחלה זאל זיך נישט קענען אויסשפרייטן. גייסטישע פירער דורכאויס שבת האבן בעיקר ציטירט חסידישע ספרים אז אונז דארפן זיך נישט מאכן צו טוהן און ס'קען אונז נישט שאטן, ווייל מיר זענען מאמינים, ס'איז משיח'ס צייטן בּלַא בּלַא בּלַא....

האלטן זיי באמת אז ס'נישט קיין ערנסטע געשעפט? אדער גלויבן זיי באמת אז פון הימל אז די מחלה וועט איבערהיפּן אידישע שטיבער?

עס זעהט דא אויס כאילו די גאנצע וועלט האט עס גענומען מורא'דיג ערנסט, און נאר ביי היימישע אידן איז עולם כמנהגו נוהג, אין פאקט זענען אלע רעסטאראנען און בארס געווען פול היינט געהעריג אין ניו יארק, לויט ווי מען שמועסט אויף סאושעל מידיא.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2020 3:50 pm
דורך קאך_לעפל
עס טיט זיך א סמוטאכע, דער עולם גולם לויפט אין די געשעפטן, מען קויפט איין ווי איידער א הינגער יאר. וואס מיך וואונדערט זייער, פארוואס זוכט מען די ערשטע אשר יצר פאפיר? פארוואס טראכט דעם עולם די ערשט זאך פון די מחילה? איינער קען דאס דערנענטערן צום שכל?