Major bus accident
נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 2:06 pm
Somewhere up north Montreal in the countries, Anyone with more info please share
שמעקעדיג האט געשריבן:שמואל, צו וואס לינקסטו אהין? שטייט גארנישט מער ווי דא.
אה, אפשר שנכפל כי טוב כי טוב?
blauvelt האט געשריבן:KolHaolam @KolHaolam
MONTREAL: Woman in critical condition following mini bus accident near Camp Beirach Moshe. Feiga bas Devorah. INFO - http://bit.ly/MPMvez
שמן למאור "פון איי וועלט" האט געשריבן:סאטמאר מאנטריאל פארמאגט שוין היינט בליעה"ר 3 קאנטרי'ס, פריפאנטעין, ברך משה, און נחלת יואל. אין פריפאנטעין איז פארגעקומען היינט די יערליכע פארטי פאר פרויען פאר קרן שרה בלומא, וואס איז לע"נ די אומפארגעסליכע טאכטער פונעם מאנטריאל'ער רב. ביי דעם פארטי קומט מען זיך צוזאם פון אלע סאטמארע קאנטרי'ס צו פריפאנטעין קאנטרי, דעריבער האט מען באשטעלט א באס וואס זאל ברענגן דעם עולם פון די אנדערע צוויי קאנטרי'ס.
דער באס איז ארויסגעפארן פון נחלת יואל קיין ברך משה און אנגהויבן ארויפצונעמען די פרויען, ווי פארשטייט זיך קומען פרויען מיט קערידזשעס מיט בעיבי'ס וכו', און אזוי אינמיטן זיך ארויפשלעפן אויפן באס, ווען אויפן באס געפינט זיך אסאך פרויען און פון אינדרויסן שטייען נאך אסאך פרויען, האט זיך די באס גענומען זיך אראפראולען די בארג און צוקלאפט אפאר פרויען, ווי עס קוקט אויס איז דער דרייווער נישט געווען אויפן באס, מען האט אריינגעפירט אפאר פרויען אין שפיטאהל, איין פרוי איז קריטיש פארוואונדערט געווארן מרת פייגא רחל בת דבורה לרפו"ש, אשת ר' שלמה רובין הי"ו א טאכטער פון ר' אברהם יוסף דרוממער הי"ו.
דער עולם ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואתה.