בלאט 1 פון 2

איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 9:59 am
דורך אישתישבי
קאטען מיר אויף דער הייוועי אהן ווייזן דער סיגנאל (אזוי שווער איז עס)?



זאגן עפעס אהן א ראי' אהן א סברא, און האלטען זיי זענען גערעכט אויך. (און זאגען עס אליין, איך בין גערעכט אהן א ראי'). (אמאהל ווילען זיי אפילו נישט הערען פרישע ראיות און סברות).


ווארפען גארבעדזש אין די גאס (העי, פארוואס ווארפסטו דער באטעל אין די בושעס).



זאגן מיר וויאזוי צו טוהן עפעס וואס איך האלט שוין לאנג אינמיטען טוהן.


(המשך יבא)

Re: איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:40 pm
דורך גראף
דאבעל פארקען וואו ס'איז שוין דא א דאבעל פארקד קאר קעגן איבער.

פאלט נישט איין אז אויב צוויי מיני ווענס זענען ארויס געפארן פון זייער ספאט איז דא פלאץ פאר דיין קאראולע מיט ניו זשערסי פלעיטס און פלאץ פאר נאך א ווען בריווח.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:11 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
לויפן אריבער אינמיטן די גאס ווען א קאר קומט, אדער ווען די לייט איז Don't walk פאר זיי

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:37 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
דאבעל פארקן בשעת אלטערנעט סייד ווען ס'איז נאך דא א קאר גראד אקעגן דיר.

Re: איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 6:02 pm
דורך פאליטיקאנט
קומען צו צו א קרעמל און פרעגן וואס רעדט מען דא?
און דאן הערן זיי נישט אויף פרעגן קשיות....

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:19 pm
דורך אישתישבי
זאגן מיר צו טוהן עפעס פאר האבן א מעגליכקייט עס צו טוהן. (יעצט וויל איך עס דווקא נישט טוהן).

בארעדען איינעם אונטער זיין רוקען, און לאזן אויס זייערע פראבלעמען אויף אומשולדיגע.

האבן הנאה צו מאכן יענעם פילען פארשעמט. (העי, כ'אב טאקע אנגעהויבן אמת ויציב ביי מעריב, וואס קוקסטו מיט דיין סאדיסטישטע שמייכעל, הא?)

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:21 pm
דורך אישתישבי
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:דאבעל פארקן בשעת אלטערנעט סייד ווען ס'איז נאך דא א קאר גראד אקעגן דיר.


ובכלל זה, ווען דער עוועניו פארט ביידע זייטען און מען דאבעל פארקט ווען איינער שטייט דאבעל אויף דער אנדערע זייט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:22 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אישתישבי האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:דאבעל פארקן בשעת אלטערנעט סייד ווען ס'איז נאך דא א קאר גראד אקעגן דיר.


ובכלל זה, ווען דער עוועניו פארט ביידע זייטען און מען דאבעל פארקט ווען איינער שטייט דאבעל אויף דער אנדערע זייט.

דאס האט דאך שוין גראף דערמאנט

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:15 pm
דורך אישתישבי
טאקע, סארי.

שוין קען מען צולייגען נאך עפעס.

ווען אנדערע שרייבן דער זעלבע זאך וואס איך האב שוין געשריבן אין א פריעדיגע תגובה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:16 pm
דורך אישתישבי
מענטשען וואס הערען נישט אויף רעדן פין זיך, יעדער זאך איז ארום זיך און זיי זעלבסט. (זאג נאר די, לויפסט אפשר פאר פרעזידענט?)

ווי אויך, איינער וואס זיין זעלבסט זיכערקייט איז געבויט אויף קלאפען און האקען אויף יענעם.

רעדט אויף זיין פאן אויף ספיקער אין פאבליק. מיינסטו איינער אינטערעסירט דיין איידעמס קאר?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:00 am
דורך קאצקע ציקער
אישתישבי האט געשריבן:מענטשען וואס הערען נישט אויף רעדן פין זיך, יעדער זאך איז ארום זיך און זיי זעלבסט. (זאג נאר די, לויפסט אפשר פאר פרעזידענט?)

ער זאל נאר נישט לויפן איין נארסעסיסט איז געניג..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 5:14 am
דורך דוראק
איין זאַך וואָס איך קאָן ניט פאַרלײדן איז ווען מ'קײט איבער מענטשן.

כ'בין נאָך מסופק ווער האָט עס בעסער אויף דער וועלט, מיר זכרים צו די נקיבות, נאָר איין מעלה האָט דער אייבערשטער אונז געגעבן די זכרים, וואָס מיר האָבן ניט אַ טבע איבערצוקײען מענטשן.

איינער האָט אַמאָל געזאָגט: קלוגע מענטשן דיסקוטירן געדאַנקען, מיטלמעסיקע דיסקוטירן געשעענישן, די טיפשים דיסקוטירן מענטשן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 7:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוראק האט געשריבן:איין זאַך וואָס איך קאָן ניט פאַרלײדן איז ווען מ'קײט איבער מענטשן.

כ'בין נאָך מסופק ווער האָט עס בעסער אויף דער וועלט, מיר זכרים צו די נקיבות, נאָר איין מעלה האָט דער אייבערשטער אונז געגעבן די זכרים, וואָס מיר האָבן ניט אַ טבע איבערצוקײען מענטשן.

איינער האָט אַמאָל געזאָגט: קלוגע מענטשן דיסקוטירן געדאַנקען, מיטלמעסיקע דיסקוטירן געשעענישן, די טיפשים דיסקוטירן מענטשן.

דער אויספיר איז אז אמת'ע חכמים שווייגן בכלל, דיסקוסירן גארנישט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 8:07 am
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט ליב ווען איינער האקט מיר איבער בעפארן קומען צום נקודה.

ווען איינער איז סותר מיינע רייד מיט א מאך מיט די האנט (אן רעדן).

ווען איינער שאקלט מיטן קאפ ווי 'יא יא איך פארשטיי' אן האבן א מושג וואס איך וויל פון אים.

דאס מערסטע קען איך נישט פארליידן ווען איינער קייט הויעך ביים עסן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:56 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב נישט ליב ווען אנדערע מענטשן טוען זאכן וואס זיי וואלטן נישט ליב געהאט ווען איך טוה עס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:08 am
דורך געזונטערהייט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נישט ליב ווען אנדערע מענטשן טוען זאכן וואס זיי וואלטן נישט ליב געהאט ווען איך טוה עס.


"מאן דעלך סני לחברך לא תעביד"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 5:23 pm
דורך אישתישבי
דוראק האט געשריבן:איין זאַך וואָס איך קאָן ניט פאַרלײדן איז ווען מ'קײט איבער מענטשן.

כ'בין נאָך מסופק ווער האָט עס בעסער אויף דער וועלט, מיר זכרים צו די נקיבות, נאָר איין מעלה האָט דער אייבערשטער אונז געגעבן די זכרים, וואָס מיר האָבן ניט אַ טבע איבערצוקײען מענטשן.

איינער האָט אַמאָל געזאָגט: קלוגע מענטשן דיסקוטירן געדאַנקען, מיטלמעסיקע דיסקוטירן געשעענישן, די טיפשים דיסקוטירן מענטשן.


לאז אפ, די אמת'ע יענטעס זענען אונז מענער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 5:25 pm
דורך אישתישבי
פרעגען מיר א יא/ניין שאלה, און ווען איך זאג ניין, ווערען זיי אפסעט.


רודף'ן אנדערע, זיי בענעפיטן נישט פין דעם וואס זיי מאכן יענעם פילען שלעכט, איז וואזשע טוסטו דאס?


לייגן נישט צוריק שאפינג קארטס, נאר לאזען עס אויפנעמען א פארקינג ספעיס.

Re: איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 7:42 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נישט ליב ווען אנדערע מענטשן טוען זאכן וואס זיי וואלטן נישט ליב געהאט ווען איך טוה עס.
מאי דעלך *סני* לחברך לא חעביד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:19 pm
דורך געזונטערהייט
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב נישט ליב ווען אנדערע מענטשן טוען זאכן וואס זיי וואלטן נישט ליב געהאט ווען איך טוה עס.
מאי דעלך *סני* לחברך לא חעביד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


ייש"כ פארן מיר פאררעכטן.
האב יעך עס שוין פארראכטן אויבן.

איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 1:35 pm
דורך מנחם ציון
זיצן אין פאבליק בית הכבוד כאדם "העושה" בתוך שלו
שנארכט און שלעפט מיט די נאניע, און זיפצט אפ הילכיג,
שוין אפגערעדט פון זיך מכבד זיין מיט א גלעזל וואסער וואס ער וועט חלילה נישט ארויסטראגן נאך זיך,
ערעב איד! ווי מיינט איר געפונט איר זיך? טוה דיר אפ דיינס און מאך פריי דעם שטח! כעת זענט איר אין פאבליק פראפערטי מיט שכנים ארום אלזא "מאך איין"...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 2:33 pm
דורך געזונטערהייט
אוי זאגסטו גוט.
די קאפס וואסער איז עפעס א מכה שלא כתובה בתורה.
כ'קען אמאל אריין אין א בית הכבוד בודקעלע און זיך אנטרעפן מיט 3-5 האלב אנגעפולטע גלעזלך מים אחרונים...
א מין אוממענטשליכקייט דאס!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
געזונטערהייט האט געשריבן:אוי זאגסטו גוט.
די קאפס וואסער איז עפעס א מכה שלא כתובה בתורה.
כ'קען אמאל אריין אין א בית הכבוד בודקעלע און זיך אנטרעפן מיט 3-5 האלב אנגעפולטע גלעזלך מים אחרונים...
א מין אוממענטשליכקייט דאס!

ברויכעך נאכקוקן אין מיין קאלענדער ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס איך האב געקאקט ברבים... אנטשולדיגט ר' איד, די טוילעט אין שול איז דירעקט געמאכט פאר די אידן וואס ברויכן גיין אין די שול'ס כבוד שטיבלעך, דו זוך דיר ערגעץ אנדערש וואו צו גיין.