בלאט 1 פון 2

מחר יהיה האות הזה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 9:41 pm
דורך ישן מלא חדש
איך זעי דאס פירוש אויף א פאר סטאטעסין.
ווער איז די בעל מחבר פונעם פירוש?
בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 9:52 pm
דורך פאליטיקאנט
כ'האב עס געפאוסט אין אן אנדערע אשכול.......


מ'זאגט עס קומט פון דעם דרוק;בילד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 9:57 pm
דורך ונבנתה העיר
ס'שמעקט פון פעיק נוז. כ'טרעף נישט דעם פי' אויף היברו בוקס אדער אוצה"ח.

זייט ווען איז דא א שם קורונה? ([tag]לעיקוואד[/tag]?) און וויאזוי ברענגט ער אריין שמיני עצרת אינעם בילד?

([tag]עקפערימענטירער[/tag])

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 9:57 pm
דורך ישן מלא חדש
א יוד יאגט מיר ער האט עס געזיכט אין דעם ספר און עס איז נישט צום טרעפן.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 9:59 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
עס קוקט אויס ווי א נייע דרוק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:03 pm
דורך גבור חיל
פאליטיקאנט האט געשריבן:כ'האב עס געפאוסט אין אן אנדערע אשכול.......


מ'זאגט עס קומט פון דעם דרוק;.

בילד


די ספר איז דא אויף אוצרות התורה, כהאב עס יעצט נאכגעקוקט סקומט נישט פון דארט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:09 pm
דורך גבור חיל
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי א נייע דרוק

אוצרות התורה האט די ווערסיע און ס'איז נישט דארט.

כקען ארויף שטעלן בילדער אויב ס'איז פאר איינעם וויכטיג.

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:10 pm
דורך פאליטיקאנט
פאר די אלע וואס זענען מפקפק, ס'דא מער דערצו!

ר' חיים קניבסקי האט יעצט געהאט א חלום אז משיח קומט מארגן 12:00 ביינאכט!

ווער עס וויל ניצל ווערן זאל עס ארומשיקן צו צען מענטשן.....



אויך הערט מען נבואות פון עפעס א ספרדישע דיבוק אין ישיבת נהר השלום.....

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:21 pm
דורך איך אויך
עקספערימענטער עט ווארק?

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:24 pm
דורך ישן מלא חדש
צוויי נקודות וואס מאכן מיר טראכטן אז עס איז פאלטש איז ווייל עס האט נישט קיין עמוד נומער (און אנדערע ווערטער משה זיך מיר) און צווייטיענס ווי האט זיך דער ספר באהאלטן ביז יעצט?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:27 pm
דורך גבור חיל
ישן מלא חדש האט געשריבן:צוויי נקודות וואס מאכן מיר טראכטן אז עס איז פאלטש איז ווייל עס האט נישט קיין עמוד נומער (און אנדערע ווערטער משה זיך מיר) און צווייטיענס ווי האט זיך דער ספר באהאלטן ביז יעצט?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk


ועוד, קוק ביי די ווארט תהלים ס'לויפט נישט גראד מיט די פעידזש, די ווערטער זענען צו קלאר און שארף פאר די געלע פאפיר..., (וואס שטייט אויף אזויפיל בלעטער ביז דארט? סך הכל זעמיר ביי קאפיטל ב') לדעתי איז עס פאטאשאפד.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב זייער א גרינגע וועג אויסצוגעפינען צו דאס איז אמת צו נישט, מ'ווארט צו צוויי טעג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 10:46 pm
דורך דערוועקט
די ירושלמי איז גראדע אויך נישט אויסגעזויגן פון פינגער

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2020 12:15 am
דורך מנחם ציון
c/p
1. You can clearly see the fake sefer was photoshopped onto the background.

2. The piece on the left has quote marks – only modern seforim have that.

3. The piece on the right writes ה for שם ה', and the piece on the left writes ד. In all cases the שטרעכל is missing.

4. No page number.

5. The page doesn't bend on the left into the binding.

6. The text columns are perfectly straight, not like a photo would look like.

7. There are no bold אותיות רש''י in old printing.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2020 2:44 am
דורך גבור חיל
כהאב יעצט באקומען די גאנצע בילד פון דעם אנגעבליכן ספר,

IMG_20201009_023934_697.jpg


איז אזוי,

חוץ די אלע מאדנע זאכן מיט די ספר ווי די נומערן וואס פעלן, די ווערטער אויבן לויפן נישט גראד מיט די בלאט, ועוד אלעס וואס דער עולם האט דא דערמאנט, שטייט דא אויפן בילד אז עס קומט פון הרב חיים הררי אוצר המרש"א על תהלים קרן ראם.

אוצרות המרש"א על תהלים קרן רא"ם האט א איד מיטן נאמען שלמה ח. ורנר ארויס געגעבן שנת תשע"ד.

פון הרב חיים הררי איז דא א ספר אוהל רחל אויף מס' פסחים און יומא ארויס געקומען שנת תשמ"ה, וויאזוי ער קומט אריין דא ווייס איך נישט, אפשר רעדט ער פון אים?

כ'האב געקוקט וואס עס שטייט ווייטער נאך דעם שטיקל, קודם ברענגט ער אראפ א שטיקל גמרא פון מסכת ברכות דף ז' עמד ב' וואס דער אוצרות המרש"א ברענגט אראפ אין קאפיטל ג אבער ער ברענגט נישט אראפ די מהרש"א אויף דעם נאר די גמרא.

נעקסטע שטיקל ברענגט ער אראפ א באקאנט שטיקל חינוך מצוה תקי"ב, כווייס נישט וואו סאיז אריינגעוואקסן דא, אבער שוין.

עניוועיס, איך טיפש פארברענג דא צייט ווי א בהמה אויף דעם...

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2020 7:15 am
דורך א חסיד פון ווילנא
ק/פ

זה שעשה זה, הוא אולי חכם בלעשות ולהמציא דברים יפים כאלו,

אבל הוא עם הארץ בעניני הקלדה ועניני דפוס..(אני כבר עוסק בזה קרוב לארבעים שנה)

רק כמה לדוגמא:

1) הfont של תיבת "תהלים" בכותרת העמוד באמצע, הוא לפי ערך חדש!!! א"כ, כל הנדפס בעמוד זה הוא חדשים מקרוב באו...

2) תחלת הקטע, הציטוט מהפסוק הוא bold. בשנים עברו לא הדפיסו כך, אלא הכל היה רגיל

3) בתיבת 'קורונה' עצמה, "שכח" לשים " אחרי האות ה!

4) שם הספר 'בהררי קודש', המחבר הוא כזה חכם...
עיינתי בירושלמי ברכות,
והנה התיבות תיכף לפני "ר' יוסי בן חנינא אמר..." הם: "ריב"ל אמר השתחוו ליי' בהדרת קדש בחרדת קדש".
הנה מצאנו (בהדרת קדש בחרדת קדש) מאיפה 'לקח' שם הספר....

ואפשר להביא עוד ועוד כהנ"ל, שהם רק ענינים צדדיים... עוד לפני להראות שהסגנון אינו אחיד, ובעיקר, שהתוכן איז אויסגעטראכט, סתם געפלוידערט, אבל זה אשאיר לבעלי קבלה ..

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2020 11:49 am
דורך מיינונגזאגער
ישן מלא חדש האט געשריבן:איך זעי דאס פירוש אויף א פאר סטאטעסין.
ווער איז די בעל מחבר פונעם פירוש?
בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
יעצט געהערט פון איינעם אז די ספר עקזעסטירט נישט, ער האט מיר ציטירט א לינק וואס ארבעט נישט ווייל עס איז שבת אין א״י

https://www.prog.co.il/threads/%D7%94%D ... 94.601303/
נאך ווען די סייט וועט זיין צוריק אפן וועט מען זעהן וואס ער שרייבט דארט.


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2020 1:15 pm
דורך פאליטיקאנט
.בילדבילד

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2020 1:20 pm
דורך מיינונגזאגער
וואס דארף מען דא צו זעהן?

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2020 1:35 pm
דורך פאליטיקאנט
דאס זענען די בילדער וואס יענער האט גענוצט צו צוזאמשטעלן די ספר אויף פאטאשאפ.

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 10:15 am
דורך ישן מלא חדש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב זייער א גרינגע וועג אויסצוגעפינען צו דאס איז אמת צו נישט, מ'ווארט צו צוויי טעג.
ועדיין לא נשענו.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

Re: מחר יהיה האות הזה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 10:48 am
דורך פאליטיקאנט
ווי די רבי'ס געבן איבער האט ער טאקע געדארפט קומען, אבער אונז האמער עס פארפאטשקעט מיט'ן נישט 'אינגאנצן' גלייבן!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 10:59 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:ס'שמעקט פון פעיק נוז. כ'טרעף נישט דעם פי' אויף היברו בוקס אדער אוצה"ח.

זייט ווען איז דא א שם קורונה? ([tag]לעיקוואד[/tag]?) און וויאזוי ברענגט ער אריין שמיני עצרת אינעם בילד?

([tag]עקפערימענטירער[/tag])

איך האב געזעהן אין א ספר א פירוש אויף ליקוטי שושנה, אז ס'איז דא א שם וואס איז בגימ' ט'ר'מ'פ,. וואס איז עולה מ'ש'י'ח'...!. די שאלה איז נאר וויאזוי מ'זאגט ארויס דעם ר'. מיט א חט"ף קמ"ץ אדער א סגו"ל...!