שטארקע בריוו צו ראשי ישיבות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שטארקע בריוו צו ראשי ישיבות

שליחה דורך לבי ובשרי »

איך האב געוואלט ארויפברענגען מיט אפאר שורות עפעס וואס ליגט פאר אסאך מענטשן אויפ'ן הארצן, נאר איך וויל אויסשמועסן די לעזונג צום פראבלעם, נישט בלויז 'קאמפלעינען'.
איך בין נישט וואס מען רופט א כלי קודש, איך בין א פשוט'ער הדיוט, א בעל הבית, אבער איך האב זוכה געווען צו זיין אין די פעלד פון תורת הנפש און ממילא זעה איך אביסל (אדער אסאך) וואס עס טוט זיך אין אונזערע קרייזן.

דער עולם שרייט "פירות משדפון הושענא" און מען רעדט אסאך וועגן דעם ווייטאגליכן ענין פון די וואס פאלן ארויס. איך וואלט אבער געוואלט אויסשמועסן דעם גרעסערן פראבלעם פון "נפש מבהלה הושענא", פון די וואס לעבן יא אַן אזוי גערופענעם פרומע לעבן. אמאל האט מען געזאגט אז קירוב קרובים קומט בעפאר קירוב רחוקים, היינט דארף מען שוין מאכן קירוב אויף אידן מיט לאנגע בערד.

בחורים קענען זיך פארהערן 100 בלאט גמרא אבער וואקסן אויף ווי ראבאטס וואס זענען קאלט און 'דיסקאנעקטעד' מכל דבר שבקדושה. אויפשטיין שבת אדער בין הזמנים בעפאר 10 צו 11 אזייגער איז סתם "סטופיד". זמן קריאת שמע, מעביר סדרה זיין, אדער העלפן די מאמע אין שטוב, מאן דכר שמיה. זיי זיצן אויף שווערע אלפים פון קאוויד אנעמפלוימענט, למען ה', און ביים לערנען בלאזט מען "רינגעלעך" מיט'ן אי-סיג. און מ'רעדט נישט יעצט פון "פראבלעמאטישע" בחורים. די עלטערן האבן מורא צו זאגן א ווארט "ווייל ער לערנט דאך פיין". מען קען שוין נישט בר מצוה האבן אן א תפלין בייטל וואס זעהט אויס ווי א 'פעעשן-דעזיין פאקעט-בוק.' און נאכ'ן חתונה האבן, וואס האט ער צו פארקויפן? ער וויל באלד פליפן דיעלס, אדער זיצט ער אויף קעסט, מיט א שיינע קאר א טאג נאך די חתונה, און א סמארטפאון אונטער'ן גמרא, אבער דער שווער איז צופרידן ווייל די טשאטשקע האט זיך פארהערט הלכות שבת.

ווי אזוי ערווארט מען אידישע שטיבער זאלן זיך בויען אויף אזא יסוד? ווי אזוי וועלן זייערע קינדער און אייניקלעך אויסזעהן? ווי אזוי קענען מיר ערווארטן א דור וואס זאל נישט זיין מבולבל אויב מען אדרעסירט דאס נישט?

ווען איינער זאל נעמען אן אינשורענס אדער בוק-קיפינג קורס און ער קומט ארויס אן קיין למעשה'דיגע אנווייזונגען, וועט ער דאך שרייען אז מען האט אים גארנישט אויסגעלערנט, ער וועט בעטן פאר א ריפאנד. און וואס האט א בחור צו פארקויפן ווען ער קומט ארויס פון ישיבה? אז ער קען אפאר שורות גמרא, גענוג אויף זיך צו טענה'ן מיט א מורה הוראה? לערנט ער זיך מידות? זיין א גוטער מאן? ער איז א מבין אויף אלעס חוץ אויף צו טון למעשה.

מען קען נישט באגראבן דעם פראבלעם צו לאנג. מען האט חתונה, די קינדער וואקסן אונטער, און די עלטערן זענען נאר פארנומען מיט זיך און זענען נישט אינטערעסירט צו אינוועסטירן אין חינוך הבנים. "פיקס מיין קינד" זאגט מען צום טעראפיסט. ווען די הויז פארט אויף רעדער און די עלטערן האבן פארשידנארטיגע מהלכים און שיטות, רירט עס צום סוף אן שלום בית. מען גט זיך אין גרויסן. יונגע פרויען כאפן א נערוון בראך נאך צוויי קינדער. פעמילי קאורטס באדן זיך אין אידיש בלוט. די סייקיעטריק שפיטלער זענען אנגעפילט מיט היימישע בחורים און מיידלעך. און נאכאמאל, מען רעדט נישט יעצט פון די וואס פאלן ארויס.

רוב זאכן טוט מען נאר צו געפעלן די שכנים און משפחה ארום. אבער בעצם דרייט מען זיך ארום חרוב ונחרב בשעת מען שמייכלט צו די וועלט, כאילו מען קען באהאלטן דעם פראבלעם. ביי שמחות שמייכלען מאן און ווייב ביי די מחיצה בשעת אינדערהיים הרג'עט מען זיך. א וועלט פון "פריטענד".

יעדן טאג נאכ'ן בעטן "הוא יפתח לבנו בתורתו, וישם בלבנו אהבתו ויראתו..." פירן מיר אויס מיט די ווערטער "למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה", אן די תורה און אן שפירן אהבת ה' ויראת ה' אין אונזער הארץ ברענגט דאס צו ריק ובהלה, א לעבן פון דערשראקנקייט, אומזיכערקייט. מען דארף נישט מפרט זיין מער אבער ס'איז קלאר אז פאר יעדע אדווערטייזמענט פאר נאך א "מהדרין שבמהדרין וויקענד געטעוועי" איז דא נאך דריי אדווערטייזמענטס פאר שיעורים אין שלום בית, חינוך, אדער נאך א מענטל העלט קליניק. רבותי! דער פראבלעם איז נישט די ארויסגעפאלענע, דער פראבלעם איז די נייע באקוועמע "טשילד" מהלך החיים פונעם היימישן חסיד'ישן איד מיט די לאנגע פיאות.

ונפשי נבהלה מאוד, ועתה ה' עד מתי? די עלטערן שרייען אז מ'דארף איבערמאכן די חינוך "סיסטעם", די מוסדות שרייען אז מיט אזעלכע עלטערן קען מען נישט גיין צום טיש, די רבנים זענען מעורר וועגן טעכנאלאגיע, און טעראפיסטן שרייען אז ס'איז נישט דא גענוג "עווערנעס" איבער טראומא. יעדער איינער איז גערעכט. אבער למעשה וואס טוט מען?

דער בעש"ט האט געזען דעם חורבן בימיו אז די בעלי עגלה און וואסער טרעגערס וואס זענען נישט קיין בעלי כשרונות פאלן ווי פליגן, איז ער ארומגעגאנגען אין די שטעט און זיי געוויזן אז עבודה שבלב איז די עיקר שפראך וואס ג-ט באגערט. היינט איז יעדער א תלמיד חכם אבער די הערצעלע איז אייז קאלט.

די לעזונג צום פראבלעם איז פיל גרינגער ווי אנדערע ווילן קלערן. ברידערלעך, איך גלייב אז מיט איין גאנץ קליינע שינוי קען מען ראטעווען דורות.

יעדער איז באקאנט מיט דעם וואס דער הייליגער חתם סופר האט געזאגט אז א טאג וואס ער לערנט נישט קיין מוסר פילט ער אן התרשלות אין עבודת ה'. אסאך ישיבות האבן א מוסר סדר אבער ס'זעהט אויס ווי צווישן די פערטע און די פינפטע הקפה. די מגידי שיעור נעמען דעמאלטס א 'ברעיק' און א בחור וואס וויל לערנען מוסר, זעהט אויס ווי דער פרימאק פון ישיבה. און דאס איז דער סך הכל פון דעם בחור'ס השקפה לעסענס און דער יסוד פון זיין עתיד.

וואס וואלט געווען ווען מוסר און השקפה זאל זיין שיעור עיון! א שעה צוויי יעדן טאג מינימום, מיט בחינות!

עס איז גרינג אוועקצומאכן דעם געדאנק מיט'ן אויסרייד אז אביי און רבא וועלן נישט מוותר זיין. ס'איז באקאנט די מעשה פונעם חסיד וואס האט געפרעגט זיין רבי'ן צו ער זאל לערנען מוסר אדער גמרא אין די קארגע האלבע שעה וואס ער איז קובע עתים יעדן טאג. "לערן מוסר וועסטו זעהן אז דו האסט מער צייט!" איז געווען די תשובה ניצחת. לאמיר זיך נישט נאריש מאכן; אז דער בחור וואקסט אויף מיט אביסל ערנסטקייט וועט ער נאך לערנען פיל מער גמרא במשך זיין לעבן. אביי און רבא זענען נאר די געווינערס דא.

איי פארוואס האט דער חתם סופר נאר געלערנט 15 מינוט מוסר? ס'איז פשוט, קודם כל, ס'איז באקאנט אז די 15 מינוט חובת הלבבות ביים חתם סופר האט אויסגעזען ווי ביי אונז תפילת נעילה אין א שנת בצורת, ס'איז פארגעקומען יללות, פשוטו כמשמעו. די תלמידים זענען געווארן ערשעפט און אויסגעשוואנקן נאך די 15 מינוט, עס האט נישט אויסגעפעלט מער. צווייטנס, אמאל זענען געווען צדיקים און קדושים וואס ווען מען האט זיך געדרייט ביי זיי האט עס אויך מגין געווען. פויערן האבן געקענט זיין יראי השם. אין דעם דור יתום איז לימוד התורה שלא על מנת לעשות ווייניג ווערד. דריטנס, לימוד הגמרא פון די דורות הראשונים איז געווען אנדערש ווי היינט. די גמרא זאגט אונז "האי מאן דבעי למהוי חסידא לקיים מילי דנזיקין" דער וואס וויל ווערן אנגערופן א חסיד זאל זיך אריינטון אין עניני נזיקין. ר' אביגדור מיללער זצ"ל וואס האט געזעהן חובת הלבבות און מסילת ישרים אין יעדע ווארט גמרא האט אמאל געגעבן א גאנצע שיעור אויף די ווערטער, וואס דאס מיינט לערנען הלכות נזיקין, מיט וואס פאר א פחד מען דארף צוגיין צו ממון חבירו. און ווי שטארק די הלכות דארפן באאיינדרוקן א מענטש אויף זיין גאנץ לעבן. היינט צו טאג קען מען זיך פארהערן אלע 3 בבא'ס און בסך הכל לערנט מען זיך צו זיין א שטערקערער "טוען" אין בית דין, צו מאכן די תורה א קרדום לחפור.

עכ"פ אונזער אומשולדיגע בחורים'לעך בימי עקבתא דמשיחא דארפ'ן מאכן מוסר-השקפה-חסידות א גרויסע עיקר, נישט קיין טפל. וואוילע קינדער וואקסן אויף און ווילן זיין ערליך, ווילן זיין נארמאל, ווילן לעבן מיט סיפוק. יא ס'איז דא נסיונות אבער א גרעסערער פראבלעם איז אז מען געבט ניטאמאל פאר א בחור א שאנס.

איך זעה נישט קיין וועג ארויס פון דעם פלאנטער אן דעם וואס ראשי ישיבות זאלן נעמען ערנסט דעם ענין פון מוסר והשקפה און עס מייסד זיין אלץ די שטערקסטע חלק פון די סדרי הישיבה. לערנט עס פאר מיט געשמאק אז די בחורים זאלן הנאה האבן. פקודי ה' ישרים משמחי לב גייט נישט אן ווען א דעפרעסטער אינגערמאן וואס מוטשעט זיך מיט זיין אייגענע סיפוק לערנט פאר. מען קען דעליווערן די סחורה מיט א געשמאק.

מ'קען דערצו צולייגן וואס מען טוט אין אסאך ליטווישע ישיבות, דער ענין פון א "וועד" אדער חבורות. א קבוצה בחורים נעמען א ראש חבורה, עס קען זיין א אינגערמאן, א בחור, א מגיד שיעור, נישט קיין חילוק, און מען ארבעט צוזאמען אויף א מדה, און מען העלפט זיך איינער דעם אנדערן. (אז די ליטווישע ישיבות קענען פראווענען ל"ג בעומר טישן מעגן מיר בארגן די ועדים פון זיי). און ווער זאגט אז נאר אין חדר מעג מען לערנען פירוש המילות? פארוואס זאל עבודה שבלב נישט נישט פארנעמען קיין ארט אין א חסיד'ישע ישיבה?

גרויסע אידן וועלכע האבן אויפגעשטעלט מוסדות נאכן קריג, האבן געהאט א שיטה אז מ'קען אננעמען קינדער פון שוואכע שטיבער. זיי האבן געהאלטן אז איינס פון צוויי זאכן וועלן געשען במשך הזמן, אדער וועלן די קינדער האבן אן השפעה אויף די עלטערן און די גאנצע שטוב וועט זיך טוישן למוטב, אדער וועלן די עלטערן מיט די צייט ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות. (איך זאג נישט אז היינט וועט דאס ארבעטן, ווייל מענטשן זענען היינט מומחים און טאנצן אויף צוויי חתנות אויף איינמאל, אבער די פרינציפ איז א גוטער פון וועלכער מיר קענען זיך לערנען). איך גלייב אז עס איז בדוק ומנוסה אז ווען א בחור לערנט מוסר וחסידות בקביעות ובעיון, וועט געשען איינס פון צוויי זאכן, אדער וועט עס אינגאנצן טוישן דעם בחור (און ער וועט קענען האבן אן השפעה אויף זיינע סביבה אין ישיבה און אינדערהיים), אדער וועט ער אויפגעבן דעם סדר. ס'איז כמעט נישט מעגליך זיך אייצוטונקען טעגליך אין מוסר און נישט געטוישט ווערן. אויב די ישיבה איז אויסגעשטעלט אלעס ארום דעם סדר פון מוסר און השקפה וועט דער בחור זיך מוזן צושטעלן אדער וועט ער מוזן בוחר זיין צו ער וויל זיין א ישיבה בחור. גלייבטס מיר, ווייניגער בחורים וועלן ארויספאלן ווי היינט, און די קוואליטעט פון א ישיבה בחור וועט זיך הייבן. ער וועט חתונה האבן מיט סחורה צו פארקויפן.

און מען דארף נישט זיין קיין רשכבה"ג זיך "מתיר" צו זיין צו מאכן אזא שרעקעדיגע שינוי לטובה. ווען עס איז דא א צרה'לע קען מען זיך צאמזעצן, אבער ווען עס ברענט א העלישער פייער און מענטשן פאלן ווי פליגן, קען יעדער מיט צוויי הענט און פיס ווערן א פייערלעשער און א דאקטער. יעדער ראש ישיבה וואס איז דא פאר כבוד שמים און דערהערט די צער השכינה וועט טוישן זיין ציל פון וויפיל תלמידי חכמים זיין ישיבה האט ארויס געגעבן, צו וויפיל נארמאלע, באזעסענע, ערליכע איגעלייט זיין ישיבה האט ארויס געגעבן. די וועלט האט גענוג תלמידי חכמים וואס ווייקן זיך אין קנאה תאווה וכבוד, וואס עס פעלט אין כלל ישראל איז פרייליכע ערליכע נפשיות'דיגע געזונטע בעלי בתים וואס זענען קובע עתים און ברענגען אריין א געשמאק אין זייערע קינדער לה' ולתורתו.

איך דערמאן זיך יארן צוריק ווען איך בין געווען פריש אינדרויסן פון די כותלי הישיבה האב איך צווישן אנדערע געהאט א טעגליכן סדר אין רמב"ם מדע. עס האט מיך געהויבן, געהאלטן, און געשטילט מיין דארשט. איין טאג אין ביהמ"ד האט א איד א תלמיד חכם מיך אנגעקוקט שטרענג און געזאגט "דו לערנסט רמב"ם? וועסט נאך חרטה האבן!" און מיט דעם קללה איז ער נעלם געווארן. איך זעה היינט דער איד פון דערווייטנס. ער מוטשעט זיך נעבעך מיט די קינדער, מיט געזונט—בגוף ובנפש. די תורה איז משיבת נפש, אבער נישט ווען מען האט אן אייגענע אגענדע! לאמיר איינזעהן אז בלעטער גמרא אן קיין הארץ איז כמעט ווערטלאז. אמאל האט מען געקענט גיין גלייך צו די 'מעין קורס', היינט דארף מען אנווארעמען דעם בחור בעפאר מען פיטערט אים א שטיקל קצות.

עס איז שיין צו זען ווען עס שטעלט זיך אויף א אינגערמאן א בעל כשרון און עפענט א נייע ישיבה פאר מצויינים. איך גיי נישט יעצט אריין אין דעם ענין צו ער מוז עפענען א ישיבה פאר חלשים און בינונים. אבער וואס מען דארף יא דערהערן איז אז א היינטיגער מצויין האט שוואכערע יסודות היהדות ווי א חלש פאר דרייסיג יאהר צוריק. און ממילא ליגט א פליכט אויף די ראשי הישיבה צו טון עפעס למעשה. עס איז מער נישט קיין וואלוטע וויפיל בלאט מען פארהערט זיך. אלזא, לאמיר טוישן די נאמען פון ישיבה למצוינים צו ישיבה לצמאים, וואס דארשטן עפעס סיפוק אין זייער לעבן, ישיבה חברת דביקים, וואס ווילן זיך מדבק זיין אין עפעס העכערס. קינדער זענען וואויל, בחורים זענען וואויל (און מען קען די זעלבע שמועס האבן פאר די עזרת נשים) און זענען אויסגעשטעלט צו האבן נפשיות'דיגע און רוחניות'דיגע תענוג. דאס איז דער מהות פון א מענטש (ווי דער מסילת ישרים עפענט זיין ספר מיט דעם אז א מענטש איז אויסגעשטלעט "להתענג"), אן קיין תענוג רוחני ווערט די קאפ פארדרייט. איך זאג אייך בפה מלא, דאס מערהייט פון קעיסעס היינט צו טאג ביי היימישע טעראפיסטן האט איר שורש אין נישט האבן סיפוק אין א אידישע לעבן. דער עולם לעכצט פאר פנימיות און ווען מען טרעפט עס נישט אין א מהרש"א הייבט מען אן זוכן און זוכן סיפוק אין יעדן גארבידזש קען. די תוצאה איז שלום בית פראבלעמען, ענקזייעטי, דעפרעשאן, וכו' אבער דער שורש איז זייער אפט אז עס פעלט פשוט סיפוק פון א אידישע לעבן. שלמה המלך, דער חכם מכל אדם האט שוין געווארנט טויזענטער יארן צוריק אין קהלת "עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים" דער באשעפער האט דעזיינט דעם מענטשעלע גראד און סימפעל, ווי לאנג מען פארדרייט נישט קיין קאפ מיט קיין חשבונות קען מען ערווארטן א נארמאלע לעבן.

דער נביא זאגט עס וועלן קומען הונגעריגע און דורשטיגע טעג. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה'. רבותי! דער טאג איז דא. גלייבטס מיר, בחורים זענען דא פאר'ן דבר ה', זיי זוכן נישט קיין טראבל. זיי ווילן זיין דערהויבן. לאמיר צוריקברענגען חסידות מימי הבעש"ט און ברענגען אידישע קינדער נענטער צו זייער טאטן. לאמיר צאמברענגען די בעסטע פון חסידות און די בעסטע פון וואלאזשין און לאמיר ראטעווען דורות.

רבותי! ס'איז פיקוח נפש ופיקוח נשמה. וואס נאך דארף געשען אז מיר זאלן זיך ערלויבן צו מאכן איין קליינע שינוי לטובה? האטס רחמנות און מאכט מוסר, השקפה, חסידות דעם יסוד פון די ישיבה. לאמיר אים מיטשיקן צידה לדרך פאר זיין לעבן.


845-459-4512 mneumanlcsw@gmail.com
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

C/P
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

געווען פארשפרייט צווישן די גליונות אין די בתי מדרשים דעם שבת.
דוד בן ישי עבדך משיחך
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: שטארקע בריוו צו ראשי ישיבות

שליחה דורך גראף »

איך קען נישט און האב נישט ארויס דער ענין אזוי ווי דער שרייבער אבער מיר זעהט עס אויס צו זיין זייער ריכטיג. איך גלייב שווער אז עפעס גייט זיך טוישן דורך א פאפיר אויף די טיש אין שול שבת נאר דער וועט מוזן גיין דירעקט צו אדמורים און איינמאל איינער טוישט וועלן די אנדערע מורא האבן צו זיין די ''שוואכערע'' ישיבה וועלן זיי טיען די זעלבע.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: שטארקע בריוו צו ראשי ישיבות

שליחה דורך פאליטיקאנט »

זייער אמת, איך עגרי מיט יעדע ווארט.

לערנענדיג אין א גאר גוטע ישיבה עטליכע יאר צוריק האב איך עס מיטגעהאלטן פון דער נאנט, בחורים וועלכע האבן געפילעוועט אין עיון (אויפ'ן מהלך פון ר' אשר אריאלי), אבער זענען געווען ליידיג פון מדות און פשוטע השקפה.

נאך צוויי יאר בין איך ארויס מיט אסאך בלעטער, א מהלך וויאזוי צו לערנען א שטיקל גמרא בעיון, אבער גארנישט פארן למעשה'דיגע לעבן, א פשוט'ע ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין האט מיך מער צוגעגעבן אין השקפה און מידות ווי אלע יארן ישיבה.....
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

גאר שטארקע ווערטער.

אסאך ראשי ישיבות האבן איין ציל פאר די אויגן, וואס דאס איז "די נאמען" פון די ישיבה.
ווילאנג די נגיד קומט אריין אין זעהט א פולע בית המדרש מיט א קול תורה וואס באמבערט, איז יעדער איינער צופרידען (אריינגערעכנט די טאטע "מיין זין לערענט אין א גוטע ישיבה")...

ס'איז צייט מ'זאל זיך דערוועקן, און טוען צום זאך.
starfromusa
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:21 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך starfromusa »

אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

גוט ארויסגעברענגט א חלק פונעם פראבלעם.
כמעט דריי יאר שפעטער, מען האט זיך נישט גערירט קיין אינטש
בלייבט איבער צו זעהן וויפיל דאס גייט זיך ריקן פאראויס אין די נעקסטע 20 יאר.

ווילאנג עס איז נישט דא קיין פובליק וועבזייט מיט ישיבות רעטינגס, וואו א בחור מיט זיינע עלטערן קענען אויסוועלן א ישיבה וואס זיי גלייכן באזירט אויף וואס מען לערנט דארטן וכו' און מען נעמט אן א קאלירטען עולם מיט אהבת ישראל גייט זיך גארנישט טוישן, כל אחד איז נאר אינטערעסירט האבן א גוטע נאמען אויף די גאס און דאס איז עס!! דערווייל איז נאכנישט דא במחנינו די ישיבות וואס זוכן די טובה פונעם קומענדן דור, דאס איז די ביטערע מציאות.

כאילו מען זאל ווענדן מיט א הארציגן בריוו צום קאץ אז ער זאל אכט געבן אויף די מילך
קאצקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך קאצקער »

ס'וועט ממילא גארנישט העלפן, נישט דא קיין איין! חסידישע ישיבה וואס פרעדיגט אמונה אדער מידות טובות, אויב יא איז עס נאר חסידישע אמונות טפילות (נישט ח"ו אז חסידות "איז" אמונות טפילות, איך רעד פון די היינטיגע א. ג. חסידות) און מוסר אינעווענדיג אבי יוצא זיין.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פארשפארט