בלאט 1 פון 1

הלאײוועלט דמינו?

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 4:22 am
דורך דוראק
ווען איך בין מלכתחילה אַהערצו געקומען, האָב איך אַלץ ניט געוואוסט די חילוקים וואָס צווישן אײוועלט ביז קאַוועשטיבל.

און דערפאַר וואָס איך בין שוין געוואָרן אַ שטיקל פאַרשטייער פרעג איך, הל„אײוועלט דמינו”??? פאַרוואָס ווערן אַזויפיל אשכולות פאַרשפּאַרט אָדער פאַרמעקט? מ׳טאָר זיך שוין ניט אַרויסריידן?

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 6:49 am
דורך סדרן
כ'ווייס נאר פון איין אשכול וואס איז לעצטנס פארמעקט געווארן וואס איז נישט נאכגעקומען די מינימאלע תקנות ווי אזוי מ'דארף עפענען א אשכול און איז געווען געשריבען וואולגאר און מיט ניבול פה.

יא, מיר האבן תקנות און מ'דארף זיך האלטן צו זיי.

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 9:12 am
דורך קורקלענד
זעהט אויס אז איר האט נאך נישט טועם געווען די אייוועלט צענזור.

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 7:27 pm
דורך מה בכך
קורקלענד האט געשריבן:זעהט אויס אז איר האט נאך נישט טועם געווען די אייוועלט צענזור.

וקאווער של יוסי גרינ'ס סידי יוכיח

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 10:06 pm
דורך ליב צו וויסן
דוראק האט געשריבן:ווען איך בין מלכתחילה אַהערצו געקומען, האָב איך אַלץ ניט געוואוסט די חילוקים וואָס צווישן אײוועלט ביז קאַוועשטיבל.

און דערפאַר וואָס איך בין שוין געוואָרן אַ שטיקל פאַרשטייער פרעג איך, הל„אײוועלט דמינו”??? פאַרוואָס ווערן אַזויפיל אשכולות פאַרשפּאַרט אָדער פאַרמעקט? מ׳טאָר זיך שוין ניט אַרויסריידן?


קלאר אויס צו וועלכע אשכולות דו באציעסט דיך..

ביי מיר לכה"פ קען איך דיר גיבן דעם חילוק... אין די קורצע צייט אויף אייוועלט זענען עטליכע פון מיינע תגובות געמעקט געווארן, ווידעראום דא (גיבנדיג ווייניגער אכטונג..) דענק איך נישט אז ס'זאל פאסירן.