בלאט 1 פון 11

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 7:29 am
דורך [NAMELESS]
עס קומט יעצט אהן די ידיעה אז הרב משה בער בעק ע"ה מנהיג נטורי קרתא איו אמעריקע איז נפטר געווארן.

הרב בעק איז געווען באקאנט אלץ א גאר ערליכע איד אבער פארשטייט זיך אלץ א גאר עקסטרעמע מענטש. ער האט מחבר געווען איבער 75 ספרים אויף כל מיני נושאים, אריינגערעכענט ציונות, חינוך, שלום בית וכו'

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 8:47 am
דורך דורש אמת
ווי אלט איז ער געווען?

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 8:59 am
דורך פארווע חסיד
בָּרוּך דיין האמת וווּ וועט ער באַגראָבן ווערן

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 9:20 am
דורך איתן
חתם סופר האט געשריבן: משה בער בעק האט מחבר געווען ספרים אויף ציונות?

ער אידאך געווען א קנאי

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 9:26 am
דורך איתן
.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 9:26 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
דורש אמת האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען?

87

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 9:26 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
איתן האט געשריבן:
פארווע חסיד האט געשריבן:בָּרוּך דיין האמת וווּ וועט ער באַגראָבן ווערן

אין שדה בוקר

קרית קאשוי

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 9:37 am
דורך איתן
ווער נעמט איבער

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 12:23 pm
דורך דורש אמת
ער איז געווען א תלמיד חכם שאין בו דעת און ער איז ניט שולדיג. געוועזן נעבעך א תינוק שנשבה. זאל ער רוען אין גן עדן. טראצדעם וואס ער האט געברענגט א חורבן פאר זיינע נאכפאָלגער און פאר זיינע תלמידים ושומעי לקחו.
איך בין ניט דער בני יששכר וואס האט מתפלל געווען אז כאטשיק דער דעסויער איז געווען א פרומע נשמה זאל אים גאט אריינשליידערן אין שאול תחתית און בכלל האט ער, ר' משה בער, ווייט ניט געהאט אזא השפעה ווי רמבמ״ן.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 12:31 pm
דורך בת קול
עס וואלט געווען איראניש אויב לעבט ער נאך 24 שעה.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 12:59 pm
דורך לך לך
ערב ה' אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:01 pm
דורך דורש אמת
בת קול האט געשריבן:עס וואלט געווען איראניש אויב לעבט ער נאך 24 שעה.
ער האט ניט געקענט פארטראגן איבערצולעבן נאך א יום העצמאות (יום הציבאלאך) אן פאַסטן, קריאת ויחל, א דרשה וואס נעמט שעות ארוכות און תפילה לחורבן המדינה.
די ״ציוניסטישע כפירה״ האט אים איבערגעלעבט!

בני בינה
יום החמישה
קבעו תענית ותפילה
(אן אויסצוג פונעם זמר “ציונים נקבצו עלי״ וואס דער נפטר האט מחבר געווען)

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:24 pm
דורך שאראש-פאטאק
חתם סופר האט געשריבן:עס קומט יעצט אהן די ידיעה אז הרב משה בער בעק מנהיג נטורי קרתא איו אמעריקע איז נפטר געווארן.

הרב בעק איז געווען באקאנט אלץ א גאר ערליכע איד אבער פארשטייט זיך אלץ א גאר עקסטרעמע מענטש. ער האט מחבר געווען איבער 75 ספרים אויף כל מיני נושאים, אריינגערעכענט ציונות, חינוך, שלום בית וכו'

איז דא ליסטע פון זיינע ספרים איך קען קוים אנקימען צו 10

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:34 pm
דורך קנדה
איך זעה נישט וואס ער איז אנדערש פון די סאטמארע רבנים וואס בשיטה האלטן זיי אז די מדינה זאל חרוב ווערן, נאר זיי טוען נישט אפענע מעשים ווי גיין צו די אראבערס, ווייל דער רבי זי"ע איז דאס געווען דאס ארגסטע ווען די רבי טוט ווען דאס וואלטן זיי אויך געטוהן די סאטמארע טוט און טראגן און א סענס די בעק האט כאטש געטראכט און אנגעקומען צו א מסקנא וואס אין אמת'ן איינער וואס טראכט די זעלבע וועג ווי מען האט אונז מחנך געווען אז נאר אונז עקזיסטירט און די פלאנעט אנדערע זענען נאר צו אונז העלפן טוען די מצות און נאך מינע שיטות איך זעה נישט וואס איז ער געווען אזוי עקסטרעם מער ווי אנדערע פון אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:59 pm
דורך איתן
דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:59 pm
דורך איתן
לך לך האט געשריבן:ערב ה' אייר

ס'ספעשל דאס יאר געווען א מוקדם, כידוע

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:02 pm
דורך אלע צוזאמען
חתם סופר האט געשריבן:עס קומט יעצט אהן די ידיעה אז הרב משה בער בעק מנהיג נטורי קרתא איו אמעריקע איז נפטר געווארן.

הרב בעק איז געווען באקאנט אלץ א גאר ערליכע איד אבער פארשטייט זיך אלץ א גאר עקסטרעמע מענטש. ער האט מחבר געווען איבער 75 ספרים אויף כל מיני נושאים, אריינגערעכענט ציונות, חינוך, שלום בית וכו'

ער האט נישט געקענט צוזעהן װי אידן פראווען סעודות (לעילוי ר' ישעי'לע) אין יום הצמעות (המוקדם)

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:09 pm
דורך איתן
אלע צוזאמען האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:עס קומט יעצט אהן די ידיעה אז הרב משה בער בעק מנהיג נטורי קרתא איו אמעריקע איז נפטר געווארן.
ער האט נישט געקענט צוזעהן װי אידן פראווען סעודות (לעילוי ר' ישעי'לע) אין יום הצמעות (המוקדם)

מענין לענין;
איך כ'פארשטיי בכלל נישט פארוואס מ'מאכט חוזק פון די וואס געבן - און די וואס עסן - לע''נ ר' ישעי'לע. דאס איז דאך געווען זיין רצון, צו זעטיגן יודען.

[אויב ס'דא א שמועס דערוועגן אין א אשכול, ביטע מיר אהינפירן.]

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:37 pm
דורך קאצקע ציקער
חברה
Someone is back...

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
דער חילוק צווישן רבי משה בער און די וואס רעדן קעגן אים איז אז ער האט קיינמאל נישט פיינט געהאט קיין איד און די וואס רעדן קעגן אים האבן יא פיינט א איד

איין קליין חילוק, ס׳איז דא נאך אסאך

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 3:06 pm
דורך ליב צו וויסן
כ'האב געקענט ר' משה בער גאר גוט, כ'האב גערעדט (און זיך געדינגען..) מיט אים מערערע מאל.

כ'בין זייער ווייט (מילד גערעדט..) פון זיינע מיינונגען, אבער ער איז געווען א גאר וואולער מענטש, א זעלטענער בעל מידות.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 3:13 pm
דורך שמעקעדיג
איתן האט געשריבן:דער אמרי חיים זצוק''ל האט געזאגט אויף עהם, משה בער האט הייליגע אויגן אבער א שמוציק פיסק

דער הייליגער אמרי חיים האט קיינמאל נישט געזאגט אזא אויסדרוק!

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 4:26 pm
דורך איתן
שלום שטיסל האט געשריבן:דער חילוק צווישן רבי משה בער און די וואס רעדן קעגן אים איז אז ער האט קיינמאל נישט פיינט געהאט קיין איד און די וואס רעדן קעגן אים האבן יא פיינט א איד

איין קליין חילוק, ס׳איז דא נאך אסאך

ר' משה בער ז"ל האט נישט חלילה פיינט געהאט א יוד, נאר ווען ער האט געשאלטן די אגודיסטען, האט ער מרוב אהבה זיי געשאלטן