בלאט 1 פון 1

בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:30 pm
דורך זר זהב
1) וואס האט נישט נארמאל וואו צו זיין אויף סוכות שוין זייט איך געדענק מיר? {מיין טאטע איז פון די פראדזשעקטס, און מיין שווער'ס סוכה איז נישט מער פון ראשו ורובו, א דופן עקומה מיט לבוד.}

2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?

3) וואס קען זיך נישט העלפן נאר שמייכלען ווען איך...... (מחקתי)

4) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

5) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)

6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?
-----------------------------------
ענטפערס ווערן אנגענומען אויך אויף איטליכער פראגעס.