בלאט 1 פון 23
בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:30 pm
דורך זר זהב
1) וואס האט נישט נארמאל וואו צו זיין אויף סוכות שוין זייט איך געדענק מיר? {מיין טאטע איז פון די פראדזשעקטס, און מיין שווער'ס סוכה איז נישט מער פון ראשו ורובו, א דופן עקומה מיט לבוד.}
2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?
3) וואס קען זיך נישט העלפן נאר שמייכלען ווען איך...... (מחקתי)
4) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}
5) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)
6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?
-----------------------------------
ענטפערס ווערן אנגענומען אויך אויף איטליכער פראגעס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:38 pm
דורך געפילטע פיש
ביזט ווייט נישט דער איינציגסטער אין קיין איין פון די זאכן. פארענטפערט דיין שאלה?
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:39 pm
דורך זר זהב
ניין, איך דארף רעדן מיט דעם יעניגן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:40 pm
דורך DotCom
איך וויל נאר צולייגן איין שאלה און מעגליך דאס וועט פארענטפערן אלע דיינע שאלות.
8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?
סיז נאר בדרך טשעפע

, פליז נעם עס נישט פערזענליך.
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:41 pm
דורך זר זהב
איך דארף! אויב האסטע געמיר פליז
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:46 pm
דורך DotCom
זר זהב האט געשריבן:איך דארף! אויב האסטע געמיר פליז
טעלל מיט אבאוט איט, און נאר א 7-7 דזשאב מיט א נעסטי מענעדזשער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:47 pm
דורך זר זהב
עקשועלי א 8-6 דזשאב מיט א מענעדזשער א קאפאו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:06 pm
דורך זר זהב
8) וואס וועט ספענדען 15 דאללער פאר א צינג סענדוויטש אבער וועט נישט ספענדען 6 דאלאר פאר א אידישן מאגאזין ווייל איך האלט אז סלוינט נישט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:30 pm
דורך Shmilly
א דשאב וואס קאווע שטיבעל איז געבלאקט
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:55 pm
דורך חאצקל
DotCom האט געשריבן:איך וויל נאר צולייגן איין שאלה און מעגליך דאס וועט פארענטפערן אלע דיינע שאלות.
8) וואס דארף עמערדזשענסי א פול טיים דזשאב זעקס טעג א וואך?
סיז נאר בדרך טשעפע

, פליז נעם עס נישט פערזענליך.
איר האלט טאקע ערנסט אז די אישוס פון זר זהב נעמט זיך פון דעם וואס ער האט נישט קיין פול טיים דזשאב?
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:57 pm
דורך ברוין
א פחד ווי איינער קען זיך אזוי אויספראקן ברבים. ווי נעמט מען די שטארקייט
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:03 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:5) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}
דו דערמאנסט מיר פון דעם רב וואס צוויי אידען זענען אים געקומען פארלייגן זייער טענות, ער הערט דעם ערשטן צד ער זאגט אים ביזט גערעכט. ער הערט דעם צווייטנ׳ס צד דו ביזט אויך גערעכט. די רעביצין אין דער זייט נעמט זיך מאכן קולות זאג נאר ווי אזוי קענען ביידע זיין גערעכט? גוט געפרעגט זאגט ער איר... ווייסט וואס דו ביזט אויך גערעכט....
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:04 pm
דורך זר זהב
גוט! שוין געהערט אמאל, אבער שוין געהאט פארגעסן...
בין איך דער איינציגסטער...?
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:06 pm
דורך דעינעש
8) וואס גלייכט זר זהב'ס מהלך אין ג'ענעראל ?.
Shmilly האט געשריבן:א דשאב וואס קאווע שטיבעל איז געבלאקט
אויף וועמענס חשבון ביסטו א גוטער!?
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:14 pm
דורך חאצקל
נאכן שרייבן איבער צוויי טויזנט תגובות רעדט מען שוין אביסל אפענער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:28 am
דורך קווארטין
זר'ל, פון 4 און ווייטער שפיריך זעך היימיש.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 1:20 am
דורך חכם מחוכם
איך מיין איך קען צולייגן צום ליסטע
בין איך דער איינציגסטע וואס קאווע שטיבל איז אזא עדיקשאן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:16 pm
דורך שעפטל
ליידער אויך געווארן א געטראפענער אזוי
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:21 pm
דורך שמעקעדיג
איך קען מיר אביסל טרעפן אין נומבער 4.
און עס קרענקט מיר געפערליך!
ווי אזוי ווער איך פטור דערפון??
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:56 pm
דורך געפילטע פיש
1) די פראבלעם האב איך ב"ה נישט
2)אין דעם ביזטו נישט די איינציגסטע, רוב עולם איז אזוי, איך האב פשוט רחמנות אויף זיי.
4)דאס האב איך נאר אין זאכן וואס איך אליין בין מסופק.
5)מ'ארבעט דערויף
6)גראדע ביי מיר איז פארקערט, במקום ל' בתחילתו נותן ה' בסופו.
8) דאס איז נישט מער ווי פארשטענדליך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:15 pm
דורך קאווע טרינקער
) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)
1) דאווען אין א שנעלע מנין
2) נעם מיט א ספר
3) בלו-טוט אונטערען טלית און הער "קול מבשר".
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:23 pm
דורך זר זהב
פונקט ווען איך האב חרטה פאר'ן עפענען דעם אשכול, נעמט זיך דער עולם צו שרייבן...
א מין וועלט!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:29 pm
דורך זר זהב
9) בין איך דער איינציגסטער וואס האט פיינט קול מבשר?