בלאט 1 פון 2
ווילדע הרהורים ב.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:19 pm
דורך היסטאריע
קלי קלי למה עזבתני
אוי באשעפער, פארוואס? באמת, פארוואס?
אמאהל ביסטו געוועהן נאנט צו מיר, ווי איך האב געקוקט האב איך דיר געזעהן, דער משגיח אין ישיבה, אוי, איך האב גוט געוויסט אז ער גלייבט נישט ערנסט, איין צדיק איז געוועהן אין דער ישיבה צווישן צענדליגע סטעף וואס ער האט געגלייבט. נאר אונז בחורים זענען געוועהן די מאמינים. און פרעג נישט, יעדעס מאל דער משגיח האט נישט גוט געפילט, צו ער האט געליטן אנדערע מרעין בישין, איז געוועהן קלאר ווי דער טאג דער יד ה', אזש אז קריעת ים סוף איז געוועהן א קינדער שפיל.
נאך דער חתונה האסטו מיר אבער פארלאזט, נישט אויף איינמאל טאקע, אבער צוביסלעך, בעיבי סטעפס. אנגעהויבן מיט דער כולל געלט, וויפיל מיין בטחון איז געוועהן שטארק, וויפיל מיין אמונה איז געוועהן דארט אז אין עוד מלבדו, און אז דאס געלט איז דירעקט פון דיר, איז דער כולל געלט געקומען שפעט און למחצה לשליש, וויפיל מאל האב איך געקויפט דער לאטערי וויסענדיג אז מיינע שאנסן זענען אסאך העכער ווי איינס פין הונדערט מיליאן, ווייל דו ביסט אויף מיין זייט. אבער...
ווי אויך, ווען דער שלום בית איז געפארן אויף אראפ, ווייל די באשערטע וואס דו האסט מיר צוגעשטעלט האט פארשטאנען יעדע זאך אנדערש, לא די וואס זי האט צוגעהאלפן צו א לעבן פון פרישות און פאר דעם געלט געקענט זיין א גערער, איז געווען חילוקי דעות, און דער קאמארנער שרייבט דאך אז ער האט מיט זיין ווייב קיינמאל קיין חילוקי דעות נישט געהאט ווייל זי איז געוועהן דער באשערטע, איז דאך פשט... און? ווי ביסטו? פארוואס?
און ווען איך האב בעל כרחך אנגעהויבן ביזנעס, און צוגעזאגט ערנסט צו געבן מעשר, נישט מיט קיין מעשה'לעך און היתרים ווי די אנדערע, און עס האט געהאלפן א קדחת. און דאס איז שוין געוועהן דער ובחנוני, אלע תירוצים האבן נישט געהאלפן, איך האב אכטונג געגעבן אויף אלע חוט השערות, אפילו געשושקעט ביים דאווענען אויף די וואס מאכן מיר קאליע די פרנסה. און איעקה? ווי ביסטו?
און ווען מיינס א נאנטע איז ל"ע קראנק געווארן אויף דער שרעקליכע מחלה, און וויסנדיג אז די טריטמענטס זענען ווערד כעשן לעינים, און איך האב נאכגעקוקט אין די קליינע אותיות אלע סגולות, פון שילוח הקן ביז פדיון ק"ס, מיט אלע כוונות רש"ש, און געמאכט הקפות פין מהר"ם פאפרוש, און געהאלטן די שמות פאר די אויגן, דער יחוד פון נוצר ונקה, און וואס נישט, און געזאגט תהלים אהן א הפסק, און צום סוף ווען דער ביטערע ענדע איז געקומען, און עס האט געשמיסן ווי שניי אין די אויגן, איגלאי מילתא למפרע, טבע בלייבט טבע, אלע סגולות האבען געהאלפן ווייניגער ווי די טריטמענטס, און צוזאמען מיט דער סתימת הגולל האב איך דארט באגראבן מיינע טייערע אמונות, מיינע אנגעהארעוועטע ידיעות השם פון יארן לאנג, איך האב חלילה נישט גע'הרג'עט די אמונות, געשטארבן זענען זיי אליין (ודלא כ'ניטשע וואס האט גע'הרג'ט), א מיתת נשיקה, מיט טרערן אויף ביידע באקן ווי א קליין קינד וואס וויינט נאך זיין באליבטער הצלה קאר מיט דער רימאט קאנטראל, אבער באגראבן האב איך עס יא, צוזאמען מיט יעדער שאוועל פון ערד איז געגאנגען נאך א באליבטער גלויבן. און טייערע באשעפער, זיי מיר מוחל, איך פרעג שוין נישט וואו דו ביסט, אפשר ביסטו דארט אין דער קבר, אפשר ביסטו אין הימל, אבער וואו אימער דו ביסט, שריי איך ארויס צו דיר, פארוואס? באמת, פארוואס? למה עזבתני?????
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און וואס איז יעצט? אז דיינע אמונות זענען געשטארבן זענען זיי דאך געשטארבן, וגזירה על המת שישתכח מהלב. המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון ואלוהיהם און זאלסט ווייטער אנגיין מיט'ן אמונה׳לאזן לעבן פרייליכערהייט און געזונטערהייט עד בגא״צ במהרה.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:33 pm
דורך דערהויבענע איד
קום אררין אין וויליאמסבוג פאר נאכט אדער גיי אין ישיבה פאר די משגיחת שמועס וועסטו צוריקומען צו דיינע רוטס....

Re: ווילדע הרהורים ב.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 8:33 pm
דורך חתן בחור
די תּירוץ איז גאט פון חדר האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. יעצט האסטו די רעשׂט פון דיין לעבן אויסצוגעפונען וואס גאט איז יא.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 8:42 pm
דורך מפיל קינד
מיר שפירן מיט דיין צער. עס ווייטאגט, עס בלוטיגט, ביזט נישט דער איינציגער.
דער גרויסער באשעפער האט דיר באגלייט אויף טריט און שריט, און געזען דיין פעלזן פעסטער אמונה. ער האט געוויזן פאר זיינע מלאכים: געט א קוק וועם איך האב דא, א איד מיט אמונה און בטחון ווי דוד המלך אליין.
האבן די מלאכים געבעטן, באשעפער, געב נאך איין נסיון, די ביטערע מחלה. אויב ער קען עס ביישטיין וועט ער באקומען גאלדענע גליקן מעתה ועד עולם. און די רעשט איז היסטאריע.
די גוטע נייעס איז, די נסיון איז נאך דא. כל זמן דו לעבסט קענסטו צוריקדרייען דעם זייגער. ווייל אויב וואלט שוין געווען צו שפעט וואלסטו שוין נישט דא געווען. (חוץ אויב דו שרייבסט פון אויבן...)
כאפ דיך צוריק. קום צוריק. שובה אלי ואשובה.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
It is impossible to have a connection with God before you have a connection to Self.
I will reiterate my point from your last thread.
A+ for writing and expression.
You need an IFS therapist that has been through the trenches and can take this journey with you.
You can only take your clients as far as you alone have traveled. A person that hasn't had your level of pain will not be able to walk you through this journey.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 10:12 pm
דורך היסטאריע
מפיל קינד האט געשריבן:מיר שפירן מיט דיין צער. עס ווייטאגט, עס בלוטיגט, ביזט נישט דער איינציגער.
דער גרויסער באשעפער האט דיר באגלייט אויף טריט און שריט, און געזען דיין פעלזן פעסטער אמונה. ער האט געוויזן פאר זיינע מלאכים: געט א קוק וועם איך האב דא, א איד מיט אמונה און בטחון ווי דוד המלך אליין.
האבן די מלאכים געבעטן, באשעפער, געב נאך איין נסיון, די ביטערע מחלה. אויב ער קען עס ביישטיין וועט ער באקומען גאלדענע גליקן מעתה ועד עולם. און די רעשט איז היסטאריע.
די גוטע נייעס איז, די נסיון איז נאך דא. כל זמן דו לעבסט קענסטו צוריקדרייען דעם זייגער. ווייל אויב וואלט שוין געווען צו שפעט וואלסטו שוין נישט דא געווען. (חוץ אויב דו שרייבסט פון אויבן...)
כאפ דיך צוריק. קום צוריק. שובה אלי ואשובה.
עס וואלט געוועהן א נסיון ווען יצחק ווערט געשאכטען?
דעמאלטס וואלט עס געוועהן א הוראה.
און דאס איז עס געווען דא.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 10:12 pm
דורך היסטאריע
דעת האט געשריבן:It is impossible to have a connection with God before you have a connection to Self.
I will reiterate my point from your last thread.
A+ for writing and expression.
You need an IFS therapist that has been through the trenches and can take this journey with you.
You can only take your clients as far as you alone have traveled. A person that hasn't had your level of pain will not be able to walk you through this journey.
ייש"כ
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 10:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
היסטאריע האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:מיר שפירן מיט דיין צער. עס ווייטאגט, עס בלוטיגט, ביזט נישט דער איינציגער.
דער גרויסער באשעפער האט דיר באגלייט אויף טריט און שריט, און געזען דיין פעלזן פעסטער אמונה. ער האט געוויזן פאר זיינע מלאכים: געט א קוק וועם איך האב דא, א איד מיט אמונה און בטחון ווי דוד המלך אליין.
האבן די מלאכים געבעטן, באשעפער, געב נאך איין נסיון, די ביטערע מחלה. אויב ער קען עס ביישטיין וועט ער באקומען גאלדענע גליקן מעתה ועד עולם. און די רעשט איז היסטאריע.
די גוטע נייעס איז, די נסיון איז נאך דא. כל זמן דו לעבסט קענסטו צוריקדרייען דעם זייגער. ווייל אויב וואלט שוין געווען צו שפעט וואלסטו שוין נישט דא געווען. (חוץ אויב דו שרייבסט פון אויבן...)
כאפ דיך צוריק. קום צוריק. שובה אלי ואשובה.
עס וואלט געוועהן א נסיון ווען יצחק ווערט געשאכטען?
דעמאלטס וואלט עס געוועהן א הוראה.
און דאס איז עס געווען דא.
די נסיון איז צו זאגן אז ס׳איז א נסיון, ס׳איז טאקע זייער א שווערע נסיון אבער מ׳טאר זיך נישט לאזן.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 10:38 pm
דורך תרמב
דאס איז די חורבן פון די אלע סגולות, מ’מיינט אז ס’ארבעט ווי מעזשיק און נאכדעם אז ס’ארבעט נישט הערט מען אויף צו גלייבן אין אלעם.
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 11:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 1:09 am
דורך מפיל קינד
היסטאריע האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:מיר שפירן מיט דיין צער. עס ווייטאגט, עס בלוטיגט, ביזט נישט דער איינציגער.
דער גרויסער באשעפער האט דיר באגלייט אויף טריט און שריט, און געזען דיין פעלזן פעסטער אמונה. ער האט געוויזן פאר זיינע מלאכים: געט א קוק וועם איך האב דא, א איד מיט אמונה און בטחון ווי דוד המלך אליין.
האבן די מלאכים געבעטן, באשעפער, געב נאך איין נסיון, די ביטערע מחלה. אויב ער קען עס ביישטיין וועט ער באקומען גאלדענע גליקן מעתה ועד עולם. און די רעשט איז היסטאריע.
די גוטע נייעס איז, די נסיון איז נאך דא. כל זמן דו לעבסט קענסטו צוריקדרייען דעם זייגער. ווייל אויב וואלט שוין געווען צו שפעט וואלסטו שוין נישט דא געווען. (חוץ אויב דו שרייבסט פון אויבן...)
כאפ דיך צוריק. קום צוריק. שובה אלי ואשובה.
עס וואלט געוועהן א נסיון ווען יצחק ווערט געשאכטען?
דעמאלטס וואלט עס געוועהן א הוראה.
און דאס איז עס געווען דא.
א נסיון פאר אברהם? זיכער!! נאר דארט איז אויך געווען א יצחק...
נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 10:39 am
דורך רביה''ק זי''ע
חתן בחור האט געשריבן:די תּירוץ איז גאט פון חדר האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. יעצט האסטו די רעשׂט פון דיין לעבן אויסצוגעפונען וואס גאט איז יא.
https://youtu.be/HvEQU_fyQ8g
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 2:53 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
דעת האט געשריבן:It is impossible to have a connection with God before you have a connection to Self.
I will reiterate my point from your last thread.
A+ for writing and expression.
You need an IFS therapist that has been through the trenches and can take this journey with you.
You can only take your clients as far as you alone have traveled. A person that hasn't had your level of pain will not be able to walk you through this journey.
קום אריין קלאר וואס עפעס האסטו אויסגעוועלט IFS ? ווייל עס האט דיר געהאלפן אויף דיינע פראבלעמן און די מאכסט א גזירה שוה פראבלעמן לפראבלעמן ? אדער ווייל די האסט אנאלזירט זיינע פראבלעמן און די שפירסט אז IFS איז די מהלך וואס איז די מערסט געאייניגט פאר זיינע פראבלעמן ? אויב יא קום אריין מיט פרטים וואס איז זיינע פראבלעמן און ווי אזוי וועט עס IFS היילען. לתשומת לב איך בין נישט קיין עם הארץ אין IFS.
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 4:01 pm
דורך בת קול
נאך מער.
ווי מער איך האב געבעטן און געוויינט האב איך קיין ענטפער באקומען.
ווען איך האב אויפגעגעבן האפענונג און אויפגעהערט אז ער זאל מיר העלפן, האבן זאכן אנגעהויבן אריין פאלן אין פלאץ.
פון דעם ווייס איך שוין נישט וואס צו מאכן.
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 4:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דא קומט אריין דיין אייגענע בחירה צו דו ווילסט זיין פראגמאטיש אדער אידיאליסטיש. אז דו וועלסט אויס צו זיין פראגמאטיש וועסטו זיך קאנצענטרירן אויף וואס ארבעט פאר דיר און לאזן גאט (וואסאימער ס׳מיינט) טוהן וואס ארבעט פאר איהם, אדער קענסטו זיין אידיאליסטיש און זיך פארנעמען מיט mental masturbation און פרובירן אריינקוועטשן דיין imaginative deity און פעלזן פעסטע השקפות אינעם מציאות און זיך שלאגן מיט ווילדע הרהורים ביז׳ן קבר אריין (?and beyond)
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 6:39 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
גא״מ צום IFS מעטאד, כ׳בין א ריזיגן חסיד פון דעם טעראפי. אויב ווילסטו טועם זיין דערפון קום אין אישי ביטע.
@בענדזשאמין דו ווייסט פון עפעס אויף וואס ס׳האט נישט געהאלפן??
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 8:09 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:גא״מ צום IFS מעטאד, כ׳בין א ריזיגן חסיד פון דעם טעראפי. אויב ווילסטו טועם זיין דערפון קום אין אישי ביטע.
@בענדזשאמין דו ווייסט פון עפעס אויף וואס ס׳האט נישט געהאלפן??
איר פרעגט גוט, איך קוק אן IFS מער ווי א (גאר) גוטע frame work ווי אזוי צו פאשטיין און אנכאפן א זאך, אבער גאנץ שוואך אלץ א מאדעל פון טערעפי. יעצט ווען די דאטא איז איבערוועגענדיג אויף זייער זייט החרשתי, די מעשה איז אבער אז די גאנצע Research זייערע באשטייט סך הכל פון צוויי צו דריי studies און איינס פון זיי איז נאר א פילאט סטודי.
עצט לאמיר א מינוט קוקען וואס זאגט שוין זייער סוטדיס איין סטודי זאגט אז פאר depression איז עס פונקט אזוי גוט ווי CBT אבער נישט בעסער. לגבי PTSD איז דא איין סטודי אויף סך הכל 16 פאציענטן (נישט קיין רענדעמייז/קאנטראל גרופ) וואס זאגט אז זיי האבן מער נישט אריינגעפאסט אין די קאטעגאריע פון DSM5 אויפ PTSD נאך Treatment, אויך מיר א מציאה .
צו זאגן וואס זיי פארקויפן עס העלפט פאר ענעקזייעטי, OCD Addiction און אלעס אינדערמיט איז פאלג מיר א גאנג.
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 8:31 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מיט דעם אינגערמאן דא קען מען קלערן וואס זיין פראבלעם איז?
מען קען זאגן אז ער פארשטייט זיך נישט , ער איז צומישט, פון איין זייט קוקט ער זיך אן מיט זיינע קינדערישע בחורישע גלעזער ווי זאכן זענען קלאר, שווארץ און ווייס, און איין ווארט די אמונה און ריעליטי שטימען און זענען און הארמאניע, פון די אנדערע זייט האקט די מציאות און פנים אז סגולות העלפן א רעטעך, און ודורשי ה' לא יחסרו כל טוב איז שווער פשוט פשט, און זיין גאנצע רעליגיע איז אונטער פראגע צייכן דאן איז IFS א געוואלדיגע מהלך אים צו העלפן זיך אויסקלארן און זיך ארויס האבן, און אפשר אזוי וועט ער זיך אדזשאסטען צו זיין נייע מציאות.
אבער אויב זיין עיקר פראבלעם איז acceptance פון די מציאות, משלים זיין מיט ריעלטי, אז די מציאות ווי ער איז היינט, וועט שוין קיינמאל נישט זיין ווי דער עולם התיקון והתמים פון זיינע אינגע יארן דאן איז ACT אסאך מער אין פלאטץ, אדער REBT וואס focused אויך אויף acceptance.
אויב איז זיין פראבלעם פון טרעפן meaning און זיין נייע ריעלטי דאן וואלט איך אים געשיק נעמן פארכישופטע שוועמלעך ווי [tag]נייגעריגער[/tag] רופט עס, אדער MDMA.
די אמת איז, באזירט אויף זיינע דריי הרהורים ליידט ער אויף אלע דריי, (אזוי ווי אסאך פון אונז...).
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 8:41 pm
דורך מי אני
איך האב געהאט באקומען "העיט-מעיל" און פלעק איבער
מיין ארטיקל אינעם יעצטיגן וועקער 18. (
דא איז איין פּאָבּליק דוגמא וואו עס האט א שייכות.) כ'האב אפילו געהאט געטראכט אז מה לי ולצרה הזאת; איך בין נישט געמאכט צו דיעלן מיט די סארט עד האָמינעם פּאָלעמיקס. ליינענדיג אבער די טיף-שניינדענדע דיבורים פון [tag]היסטאריע[/tag] זעה איך אז איך האב טאקע געטוהן ריכטיג מיט'ן פרובירן; עס האט מיר צוריק דערמאנט דעם שמועס מיט מיין באקאנטן וועמען איך דערמאן אינעם ארטיקל.
ולענינינו, מ'האט מיר באשולדיגט אז איך פּראָפּאָגיר אן "עזב ה' את הארץ" מהלך. איז, יא, דאס איז אן עזב ה' את הארץ מהלך "על טהרת הקודש",
(איך ווייס וואס דער רמב"ם זאגט דארט אנהויב פי"ז). עס איז 100% אויסגעהאלטן פון א טעאלאגישן מבט און איך שטיי ביי יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן.
איך וואונטש [tag]היסטאריע[/tag] (ווי אויך יעדן איינעם) דאס בעסטע.
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 9:45 pm
דורך [NAMELESS]
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דעת האט געשריבן:It is impossible to have a connection with God before you have a connection to Self.
I will reiterate my point from your last thread.
A+ for writing and expression.
You need an IFS therapist that has been through the trenches and can take this journey with you.
You can only take your clients as far as you alone have traveled. A person that hasn't had your level of pain will not be able to walk you through this journey.
1. קום אריין קלאר וואס עפעס האסטו אויסגעוועלט IFS ?
2. ווייל עס האט דיר געהאלפן אויף דיינע פראבלעמן און די מאכסט א גזירה שוה פראבלעמן לפראבלעמן ?
3. אדער ווייל די האסט אנאלזירט זיינע פראבלעמן און די שפירסט אז IFS איז די מהלך וואס איז די מערסט געאייניגט פאר זיינע פראבלעמן ?
4. אויב יא קום אריין מיט פרטים וואס איז זיינע פראבלעמן און ווי אזוי וועט עס IFS היילען.
5. לתשומת לב איך בין נישט קיין עם הארץ אין IFS.
1. אפשר איז עס נישט גערעכט אז איך זאג א זאך און נאכדעם וויל איך מיך נישט אויספאקן אין פאבליק אבער איך האב עס נישט סתם געשאסן.
2. ניין. דירעקט נישט.
3. יא.
אבער עס מוז זיין מיט א מענטש וואס איז מודה ביים ערשטן וויזיט אז ער איז דעס אליינס דורכגעגאנגען. אן דעם איז עס גארנישט ווערט.
4. אויב וויל ער קען ער מיך קאנטעקטן פריוואט. איך בין נישט באקוועם זיך אויסצופאקן. איך האב עס באמת געזאגט נאר ווייל איך האב מיטגעפילט מיט אים און פראבירט צו העלפן אבער טאמער איז נישט הילפבאר זשענערעל אינפא נאר מען מוז זיין דיטעילד אין פאבליק וועל איך בלי נדר מער נישט פאוסטן זשענערעל אינפא.
5. איך גלייב דיר אבער פון דיינע ווערטער, (איך ווייס נישט אויב איך מעג דיך ענעלייזן אין פאבליק נאר היות דו האסט געבעטן ענעלייזן דעם פותח פארשטיי איך אז עס באדערט דיך נישט צו שטארק.) קוקט נישט אויס ווי א פרעקטישענער האט דיך גענומען צו ווייט.
הצלחה
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 11:22 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איך ווייס נישט ווי איך קום דא אריין. און וואס פאלט דיר ביי אז די ווייסט ווי איך בין אנגעקומען? איך האב געשריבן צוויי גאנץ לאנגע תגובות אויב די האסט עפעס זאכליך צו צולייגן אדער אפפרעגן ביסטו מכובד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 11:17 pm
דורך בונה של טוב
היסטאריע האט געשריבן:קלי קלי למה עזבתני
אוי באשעפער, פארוואס? באמת, פארוואס?
אמאהל ביסטו געוועהן נאנט צו מיר, ווי איך האב געקוקט האב איך דיר געזעהן, דער משגיח אין ישיבה, אוי, איך האב גוט געוויסט אז ער גלייבט נישט ערנסט, איין צדיק איז געוועהן אין דער ישיבה צווישן צענדליגע סטעף וואס ער האט געגלייבט. נאר אונז בחורים זענען געוועהן די מאמינים. און פרעג נישט, יעדעס מאל דער משגיח האט נישט גוט געפילט, צו ער האט געליטן אנדערע מרעין בישין, איז געוועהן קלאר ווי דער טאג דער יד ה', אזש אז קריעת ים סוף איז געוועהן א קינדער שפיל.
נאך דער חתונה האסטו מיר אבער פארלאזט, נישט אויף איינמאל טאקע, אבער צוביסלעך, בעיבי סטעפס. אנגעהויבן מיט דער כולל געלט, וויפיל מיין בטחון איז געוועהן שטארק, וויפיל מיין אמונה איז געוועהן דארט אז אין עוד מלבדו, און אז דאס געלט איז דירעקט פון דיר, איז דער כולל געלט געקומען שפעט און למחצה לשליש, וויפיל מאל האב איך געקויפט דער לאטערי וויסענדיג אז מיינע שאנסן זענען אסאך העכער ווי איינס פין הונדערט מיליאן, ווייל דו ביסט אויף מיין זייט. אבער...
ווי אויך, ווען דער שלום בית איז געפארן אויף אראפ, ווייל די באשערטע וואס דו האסט מיר צוגעשטעלט האט פארשטאנען יעדע זאך אנדערש, לא די וואס זי האט צוגעהאלפן צו א לעבן פון פרישות און פאר דעם געלט געקענט זיין א גערער, איז געווען חילוקי דעות, און דער קאמארנער שרייבט דאך אז ער האט מיט זיין ווייב קיינמאל קיין חילוקי דעות נישט געהאט ווייל זי איז געוועהן דער באשערטע, איז דאך פשט... און? ווי ביסטו? פארוואס?
און ווען איך האב בעל כרחך אנגעהויבן ביזנעס, און צוגעזאגט ערנסט צו געבן מעשר, נישט מיט קיין מעשה'לעך און היתרים ווי די אנדערע, און עס האט געהאלפן א קדחת. און דאס איז שוין געוועהן דער ובחנוני, אלע תירוצים האבן נישט געהאלפן, איך האב אכטונג געגעבן אויף אלע חוט השערות, אפילו געשושקעט ביים דאווענען אויף די וואס מאכן מיר קאליע די פרנסה. און איעקה? ווי ביסטו?
און ווען מיינס א נאנטע איז ל"ע קראנק געווארן אויף דער שרעקליכע מחלה, און וויסנדיג אז די טריטמענטס זענען ווערד כעשן לעינים, און איך האב נאכגעקוקט אין די קליינע אותיות אלע סגולות, פון שילוח הקן ביז פדיון ק"ס, מיט אלע כוונות רש"ש, און געמאכט הקפות פין מהר"ם פאפרוש, און געהאלטן די שמות פאר די אויגן, דער יחוד פון נוצר ונקה, און וואס נישט, און געזאגט תהלים אהן א הפסק, און צום סוף ווען דער ביטערע ענדע איז געקומען, און עס האט געשמיסן ווי שניי אין די אויגן, איגלאי מילתא למפרע, טבע בלייבט טבע, אלע סגולות האבען געהאלפן ווייניגער ווי די טריטמענטס, און צוזאמען מיט דער סתימת הגולל האב איך דארט באגראבן מיינע טייערע אמונות, מיינע אנגעהארעוועטע ידיעות השם פון יארן לאנג, איך האב חלילה נישט גע'הרג'עט די אמונות, געשטארבן זענען זיי אליין (ודלא כ'ניטשע וואס האט גע'הרג'ט), א מיתת נשיקה, מיט טרערן אויף ביידע באקן ווי א קליין קינד וואס וויינט נאך זיין באליבטער הצלה קאר מיט דער רימאט קאנטראל, אבער באגראבן האב איך עס יא, צוזאמען מיט יעדער שאוועל פון ערד איז געגאנגען נאך א באליבטער גלויבן. און טייערע באשעפער, זיי מיר מוחל, איך פרעג שוין נישט וואו דו ביסט, אפשר ביסטו דארט אין דער קבר, אפשר ביסטו אין הימל, אבער וואו אימער דו ביסט, שריי איך ארויס צו דיר, פארוואס? באמת, פארוואס? למה עזבתני?????
איך האב קיינמאל נישט געזעהן אזוי הערליך/הארצרייסנד באשריבן די ווייטאג פון פארלוסט, אבילות און אזא טיפע טרויער. א דאנק פאר דיין דרייסטקייט מיטצוטיילן מיט אלע פון אונז דא אין קאווע שטיבל. עס איז באמת א זעלטנהייט (און איך האב זיך אסך אנגעליינט מיט אידישע ליכט, מנחם מענדל׳ס ביכער, מעלות, און איך האב אליין אויך אנגעשריבן עטליכע ארטיקלען פאר מעלות. אבער אזא טיפע אינטעלעקטועלע און אויפריכטיגע באשרייבונג איז ממש נישט דא צו באקומען.