בלאט 1 פון 5

ר' יואלי ראטה רעדט צו די חדר קינדער וועגן קדושה

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:11 am
דורך good news
ער זאגט פאר די קינדער אז מען טאר נישט אנכאפן דארט וואו מען מאכט...

צווישן אנדערע זאגט ער צי פאר די קינדער, אז אויב מען כאפט נישט אן דארט, ווען מען ווערט עלטער און מען האט חתונה, וועט מען באקומען א שיינע קאר!

הערט און האט הנאה
https://breslevcenter.com/video-galleri ... 7%99%D7%9D

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 2:12 am
דורך שמעון וואלף
איך האב נישט אויסגעהערט די דרשה און איך וועל נישט מגיב זיין איבער באקומען א שיינע קאר. נאר לגבי עניני קדושה בין איך מיט אים, אז מ'דארף רעדן צו קינדער קלאר, זיי זאלן פארשטיין אומצוויידייטוג.
קוקטס נאר נאך אין שערי יצחק וויאזוי מ'פלעגט רעדן צו קינדער

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 4:50 pm
דורך שבת אחים
אמת אז ס'איז וויכטיג צולערנען מיט די קינדער איבער די נושא. אבער... וואס ער טוט איז א צווייטע זאך אינגאנצן. ער לערנט מיט זיי עפעס וואס שטייט בכלל נישט אין די תורה, חז"ל, און ער מאכט דאס נאך פאר די “יסוד” - די עיקר אין אידישקייט... און ער האט נאך א עצה פאר די קרומע וועג - נעמען קינדער און זיי חתונה מאכן יונגערהייט...

אנשטאט זיי זאגן דעם אמת! רוב אידן אינדעהיים האבן קיין פראבלעם געהאט מיט די זאכן... דרייט א קאפ! ווען א רומעניער איד איז געקומען צום אהבת ישראל, און געזאגט “רבי, איך גיי ארויס מיט א מיידל” האט ער זיך געפרייט און געפרעגט “האלט איר קדושה וטהרה?” און “ווען גייט זיין די חתונה?”

אין מיין תורה שטייט אז מ'טאר גארנישט צולייגן צו די תורה. דאס איז א גרעסערע עבירה ווי פוגם זיין (וואס איז בכלל נישט קיין עבירה).

זאל ער זאגן דעם אמת! מ'מעג ארויסגיין מיט מיידלעך, סאיז נישטא קיין שום עבירה אין דעם. אויפגעמאכטע מעשיות. נאכגעמאכט די קריסטן...

דרייט א קאפ! מאכט חתונה קליינע קינדער, ווייל ער האט פארדרייט די תורה! זאל ער זאגן פאר די בחורים אז זיי זאלן טוהן וואס אידן האבן געטוהן אין אלע דורת און וואס רוב אידן טוהן היינט! און נישט פייניגן די מענטשהייט!

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 5:40 pm
דורך petrishke
כ'האב א פראגע, און קען זיין ס'קומט אין א צווייטע אשכול.
אויב מ'האט חתונה ביי 18 און די הארמאנען קומען שוין ביי ערב 13, מה יעשה הבן ולא יחטא?
וואס ווילסטו פונעם בחור? ער האט דאך ניט קיין ברירה אנדערש, און נאכדעם שפירט מען זיך שולדיג... זיי זענען דאך אונסים ביז זיי האבן א כלי מקבל?

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 5:59 pm
דורך שבת אחים
איה"נ, פרעגסט דאך זייער גוט. חז"ל זאגן דאך “אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו”.

די תורה איז ליידער היפש פארדרייט געווארן מיט די יאהרן. פון צענדליגער פלגשים ביז פוגם זיין אין די ברית, און נישט האבן בכלל קיין שייכות מיט די אנדערע **** איז א היפשע קאצן-שפרונג...

לויט די תורה מעג יעדער זכר האבן 1000 ווייבער ווילאנג זיי גייען מקוה.

“קדושת היסוד” און “קדושת הברית” איז א נייע דערהער אין אידשקייט! א זאך וואס אידן האבן בכלל נישט געהאלטן פאר קיין עבירה פאר טויזענטער יאהרן!!!

ווען ר' יואלי ראטה און די היינטיגע רבנים זאלן זיך האלטן צו די ריינע מסורה און זאגן דעם אמת, וואלט קיין פראבלעם געוועהן...

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 6:41 pm
דורך ים רויבער
@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 6:57 pm
דורך אייער שפייז
petrishke האט געשריבן:כ'האב א פראגע, און קען זיין ס'קומט אין א צווייטע אשכול.
אויב מ'האט חתונה ביי 18 און די הארמאנען קומען שוין ביי ערב 13, מה יעשה הבן ולא יחטא?
וואס ווילסטו פונעם בחור? ער האט דאך ניט קיין ברירה אנדערש, און נאכדעם שפירט מען זיך שולדיג... זיי זענען דאך אונסים ביז זיי האבן א כלי מקבל?

דער בחור שפירט זיך שולדיג ווייל מען מאַכט אים פילן שולדיג.
מאך אים נישט פילן שולדיג און מאך אים נישט חתנה ביי די 13!

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 7:46 pm
דורך שבת אחים
ים רויבער האט געשריבן:@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.

טוה מיר א טובה! א מאמר חז"ל פון רבי יוחנן. מ'האט נישט גע'פסק'נט אזוי! סאיז דא מאמרי חז"ל אויף כעס, צדקה, גאווה. לשון הרע. ביטול תורה, תורה שלא לשמה וכו' וכו'.

די עיקר איסור אויף פגם הברית האט זיך אנגעהויבן אין די 1200 יאהרן. קיינער פאר דעם האט עס נישט אנגענומען. אפילו נאכן צאמשטעלן די זוהר האט מען פאר הונדערטער יאהרן דאס נישט אנגענומען ביי רובא דרובא אידישע קרייזן.

צווייטענס, דער סטייפלער פסק'נט אז דאס וואס רבי יוחנן זאגט אויף שכבת זרע רעדט זיך דוקא פון איינער וואס האט א ווייב/ווייבער און נאכאלץ איז ער פוגם. נישט איינער וואס האט נישט קיין ווייב. פונקט ווי די מעשה פון ער ואונן.

דריטענס, בחורים ארויסגיין מיט מיידלעך איז נישט קיין שום עבירה, אפילו לויט די הארבסטע שיטות, אפילו לויט רבי יוחנן. פארוואס זאגט ער דעס נישט פאר די בחורים? ער טשערי פיקט וועלכע פסקים פון די תורה ס'געפעלט אים יא, און וועלכע נישט???

הער איך...

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 7:53 pm
דורך ברוינשטיין
איך האב אלץ געמיינט אז ר' נחמן לויפט אהין און צוריק דארט אויבן שלעפנדיג פיאות פון די טיפסטע פייערן.

אלזא לויט דיין חשבון (וועלכע גיבט מיר גייסטישע פארגעניגן) וואס איז ר' נחמן'ס אויפגאבע?

ווילסט מיך זאגן אז ער גייט ליידיג?

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:14 pm
דורך שבת אחים
.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:22 pm
דורך שבת אחים
רבי נחמן איז פארנומען ארויסשלעפן מענטשן פון שאול תחתית וואס האבן עובר געוועהן אויף “בל תוסיף”, ווי די מוהרא”ש און ר' יואלי ראטה וואס האבן פארדרייט די תורה. אדער אידן וואס האבן געמאכט מחלוקת פאר כבוד און געלט ווי די היינטיגע רבנים.

די שיינע מזרח-אידן אויף די וועלט זענען מערב אידן אויף יענע וועלט, די פשוטע מערב אידן אויף די וועלט זענען די שיינע מזרח אידן אויף יענע וועלט, האט דנר אהבת ישראל געזאגט. ער פלעגט זאגן אויף פשוטע אידן וואס האבן קוים געקענט עברי “אין זייער זכות שטייט די וועלט!”

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:31 pm
דורך ברוינשטיין
זייער שיין, אבער לויט דיך ווער איז יא אויף גוטע רעלסן?

אגב, דער זעלביקער אהבת ישראל וואס דו ציטירסט פון אים, וועט זיך לכאורה שטארק דינגען מיט דיר.

בקיצור איך האף זייער אז דו זאגסט ריכטיג, אויב דו קאנסט דיך אביסל מער ארויס ברענגען ווי די גרעניצן פון צדיקים לויפן, וואלט איך דאנקבאר געוועזן, אדער צייג אן א אשכול ווי דאס ווערט אויסגעשמועסט.
ייש"כ.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:33 pm
דורך petrishke
נמחק!

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:35 pm
דורך ברוינשטיין
העי, ביז ראַבּעינו.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:56 pm
דורך שמן למאור
שבת אחים האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.

טוה מיר א טובה! א מאמר חז"ל פון רבי יוחנן. מ'האט נישט גע'פסק'נט אזוי!

איים סארי, אבער די הלכה ווערט בפירוש גע'פסק'נט אין שו''ע, נישט 'בלויז' א מימרא אין גמרא,
און איך בין אויך נייגעריג דיין מקור, אז פאר 'הונדערטער' יארן האט מען דאס נישט אנגענומען,

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
פעטרישקע.....

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 8:59 pm
דורך קאצקע ציקער
petrishke האט געשריבן:נמחק

אז ר 'יואל ראטה ליינט דעם תגובה וואלט ער זיך געריסן קריעה!

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 9:03 pm
דורך ברוינשטיין
אגב, הער איך לעצטענס שמאלציגע גאסאפ אויף (ר') יואל ראטא (שליט"א)

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 9:06 pm
דורך שמן למאור
קום אריין קלארער...

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 9:06 pm
דורך היסטאריע
די שיינע מרח-אידן אויף די וועלט זענען מערב אידן אויף יענע וועלט, די פשוטע מערב אידן אויף די וועלט זענען די שיינע מזרח אידן אויף יענע וועלט

אויף דער עולם האמת, ווער דארף זיצען אויפן מזרח?

Re: ר' יואלי ראטה רעדט צו די חדר קינדער וועגן קדושה

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 9:19 pm
דורך ברוינשטיין
מ'קען נישט דא באשמוצן מענטשן!
כ'וועל דיר מוזן אויסשפארן אויב די טוסט דאס נאכאמאל.
מנהל

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 9:23 pm
דורך petrishke
אין אפטרופות לעריות, און ווער ס'רעדט נאר דערפון, ווערט נאס
וכידוע איז דאס אליינס א סארט תאווה, פון האלטן אינאיין זאגן פאר בחורים וואס מ'טאר '''נישט''' טון.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:00 pm
דורך שבת אחים
ברוינשטיין האט געשריבן:זייער שיין, אבער לויט דיך ווער איז יא אויף גוטע רעלסן?

אגב, דער זעלביקער אהבת ישראל וואס דו ציטירסט פון אים, וועט זיך לכאורה שטארק דינגען מיט דיר.

בקיצור איך האף זייער אז דו זאגסט ריכטיג, אויב דו קאנסט דיך אביסל מער ארויסברענגען ווי די גרעניצן פון צדיקים לויפן, וואלט איך דאנקבאר געוועזן, אדער צייג אן א אשכול ווי דאס ווערט אויסגעשמועסט.
ייש"כ.


וואס וואלט זיך די אהבת ישראל געדינגען מיט מיר? איך ווארט זייער צו הערן...

פרעגט און שטודירט אייך אליינס נאך. די רומעניער אידן זענען געהעריג ארויס מיט מיידלעך נאך מעהר ווי די היינטיגע ליטווישע און מאדערנע קרייזן. דער אהבת ישראל האט קיינמאל נישט געפרעגט “פארוואס דרייסטו זיך מיט מיידלעך?” ס'איז געוועהן א נארמאלע זאך - פארקערט, ער האט געפרעגט צו זיי האלטן “קדושה וטהרה” נאך פאר די חתונה. פארשטייט זיך נישט אלע אידן זענען געוועהן אזוי. סאיז געוועהן פרומע אויך. אבער רוב רומעניער פרומע אידן זענען ארויס מיט מיידלעך פאר די חתונה פונקט ווי די גאנצע וועלט טוט היינט.
דער אהבת ישראל רעדט טאקע אסאך פון קדושה אין זיינע תורות, אבער נישט אז בחורים זאלן נישט דעיטן מיידלעך. דאס איז געוועהן נארמאל!