בלאט 1 פון 6

דף היומי ע"י נשים

נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 4:30 pm
דורך יעקב מעקסוועל
וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג :lol:

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY

נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל: ייש"כ. זייער שיין. איך האב עטליכע הערות. ערשטנס רעדט זי (די מגידה שיעור) צו שנעלל. צווייטנס. זי האט נישט דעם יראת הכבוד וואס מ'דארף צו האבן פאר די ווערטער פון די תנאים און אמוראים. די גמרא איז נישט קיין דזשאוק בוק.

נאר ס'איז דא אין ארץ ישראל 2 פרויען וועלכע זענען ערנסטע תלמוד שטודירערס. איינע איז א מזרחי (כמו) רביצין. א חוזרת בתשובה . זי זאגט שיעורים מיט ערנסטע חידושים פון די אחרוני גדולי מפרשי הש"ס. די צווייטע פרוי (כ'האב פארגעסן איהר נאמען). איז פון יאיר לפיד'ס יש עתיד פארטיי. זי האט פארגעלערנט א שטיקל גמרא ביי די עפענונג פון די כנסת סעסיע ווען יאיר לפיד איז צום ערשטן מאל אריינגעקומען אין כנסת. די פראבלעם מיט איהר צוגאנג איז אז זי איז נישט קיין שומרת תורה ומצוות. זי נעמט ארויס די לימודים פאר איהר פעמיניסטישע אגענדא פון אלע מאמרי חז"ל...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 8:33 am
דורך היסטאריע
זי נעמט ארויס די לימודים פאר איהר פעמיניסטישע אגענדא פון אלע מאמרי חז"ל


זי איז מן הסתם נאך אזוי גערעכט ווי אונזערע שאלעשידעס תורה וואס נעמט ארויס פין חז"ל דברים אשר לא שערום

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 8:38 am
דורך היסטאריע
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג :lol:

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY


https://www.tiktok.com/@miriamanzovin

מלא טעם. ווען עס וואלט געוועהן א זכר, ווייס איך נישט.

Re: דף היומי ע"י נשים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 8:44 am
דורך מאנטריאל
Michele cohen אויף Spotify לערנט פאר זייער גוט איך הער אויס אפאר מאל

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 5:01 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:
זי נעמט ארויס די לימודים פאר איהר פעמיניסטישע אגענדא פון אלע מאמרי חז"ל


זי איז מן הסתם נאך אזוי גערעכט ווי אונזערע שאלעשידעס תורה וואס נעמט ארויס פין חז"ל דברים אשר לא שערום

מיט וואס ביסטו שוין ווידער נישט צופרידן. דער רב/רבי וואס זאגט שלש"ס תורה צווינגט נישט קיינעם צו פאלגן וואס ער זאגט. אויב דו ווילסט הער אויס. ווען נישט, נוץ אויס די צייט צו כאפן א דרימל אין טונקלן ביהמ"ד. נאר מאך זיכער אז דו זאלסט זיך אויפוועקן צו ..."ברכו"...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 5:32 pm
דורך בענבען
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג :lol:

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY

איז דא די לינקס אויף דרייוו אדער דראפבאקס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 7:03 pm
דורך קהל'ס נער
בענבען האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג :lol:

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY

איז דא די לינקס אויף דרייוו אדער דראפבאקס?


גארנישט אינטערעסאנט, סה"כ א נקבה מאכט ליצנות פון די גמ'

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 1:46 pm
דורך טיכטיגער
טיימס אוו איזראעל מיט אן ארטיקל אויף דער מגיד שיעור'טע תחי'

https://www.timesofisrael.com/raunchy-t ... discourse/

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:56 pm
דורך קאצקע ציקער
https://youtu.be/aNyp6-kyGko

זי איז ציקער זיס מיט אזא בלכענעם פנים omg

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 1:08 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: איך בין נישט אזוי שטארק טהרילל'ד מיט איהר סענס אוו היומאר. ווייל די גמרא איז נאך איינס פון די לעצטע היסטארישע פעסטונגען וואס זענען פארבליבן ביי אונז אלס אידן. און אויב מ'מאכט עס (ח"ו) צו שאנד און צו שפאט פארשעמט עס אונז לעיני כל הגויים. ס'איז א גרויסער חילול ה'. אויב זי ווילל ארויסווייזן איר טאלאנט אין הומאר, זאלל זי זיך זוכן א צווייטן סאבדזשעקט. קיין איינער פון אלע קאמידיענס, ספעצעיל פון אידישן אפשטאם האבן זיך נישט געוואגט אפצושפעטן פון תלמוד...!

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 1:18 am
דורך שמן למאור
צו וועליכע געמיינדע געהערט זי? מאדערן ארטעדאקס?

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 1:42 am
דורך לבי ובשרי
צו וויסן פון וועמען די רעדע איז,

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 4:21 am
דורך היסטאריע
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 11:47 am
דורך מונטסורי
היסטאריע האט געשריבן:און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

מי כעמך ישראל, אוואו איז רבי לוי יצחק?

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:15 pm
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

איך געדענק ווי איינע פון מיינע מגידי שיעור האט אמאל געוואלט מסביר זיין פארן עולם ווי זיס די תורה איז,
האט ער פארציילט אז און א''י האט איינער אמאל באמערקט שבת ווי א פרייע איד מיט א בלויזן קאפ זיצט מיט א גמרא און הארעוועט אין לערנען, בשעת ער פארייכערט זיך א ציגארעטל,
האט ער אים געפרעגט וואס איז פשט?
האט ער געענטפערט, אז ער איז נישט רעליגיעז, אבער די טעם פון א בלאט גמרא, דאס האט ער נישט און ערגעץ...

והוסיף, אז מען האט עס פארציילט פאר ר' מיילעך בידערמאן, האט ער געזאגט, 'יא' איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן ליידער...

Re: דף היומי ע"י נשים

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 2:10 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
עצי שטים האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

איך געדענק ווי איינע פון מיינע מגידי שיעור האט אמאל געוואלט מסביר זיין פארן עולם ווי זיס די תורה איז,
האט ער פארציילט אז און א''י האט איינער אמאל באמערקט שבת ווי א פרייע איד מיט א בלויזן קאפ זיצט מיט א גמרא און הארעוועט אין לערנען, בשעת ער פארייכערט זיך א ציגארעטל,
האט ער אים געפרעגט וואס איז פשט?
האט ער געענטפערט, אז ער איז נישט רעליגיעז, אבער די טעם פון א בלאט גמרא, דאס האט ער נישט און ערגעץ...

והוסיף, אז מען האט עס פארציילט פאר ר' מיילעך בידערמאן, האט ער געזאגט, 'יא' איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן ליידער...
און וואס טוט זיך מיט'ן המאור שבה.....

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 2:19 pm
דורך berlbalaguleh
מונטסורי האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

מי כעמך ישראל, אוואו איז רבי לוי יצחק?

מונטסורי: איך מיין ר' לוי יצחק וואלט איהר אריינגעגעבן א גוטע פארציע מוסר פארוואס זי נעמט אזוי לייכטזיניג די ווערטער פון די גמרא.

וואס ער וואלט געזאגט כלפי שמיא, איז א צווייטע זאך. אבער פאר איהר וואלט ער געגעבן א פארציע מוסר. די וועלט מאכט א טעות. מ'מיינט אז ווייל ס'גייען ארום די לעגענדארע מעשיות פון זיין לימוד זכות אויף אידן איז ער נישט געווען קיין מוכיח. ער האט אלעס צוגעלאזט. און צוגעשאקלט מיט'ן קאפ. פארקערט. ער איז געווען זייער א שטרענגער מוכיח. מ'האט איהם אפילו פארטריבן פון א געוויסע שטאט (זעליחוב) ווייל ער האט געזאגט צופיהל מוסר פאר די מענטשן. ביי א יעדע געלגנהייט וואו ער האט געזעהן אז מ'טוט עפעס נישט ריכטיג האט ער געזאגט מוסר. אין ספר קדושת לוי ברענגט ער א מעשה אז דער בארדיטשוב'ער רב ווען ער איז נאך געווען א יונגערמאן, איז ער אמאל געקומען צו א שטאט ווען מ'האט געדאוונט שחרית. איז צוגעקומען צו איהם א קצב און ער פרעגט איהם אויב ער איז א שוחט. האט ער געענטפערט אז יא. זאגט דער מענטש צו איהם. איך האב א פאר בהמות וואס איך וויל דו זאלסט שעכטן פאר מיר. האט דער קדו"ל איהם געזאגט..."איך וועל דיר באלד ענטפערן. שפעטער גייט ער צו צו יענעם קצב און פרעגט איהם אויב ער קען איהם בארגן 500 רובל. זאגט דער קצב..."איך קען דיר דאך נישט. פון וואו ווייס איך אויב דו וועסט מיר אפגעבן מיין געלט. זאגט איהם דער קדו"ל..."אזוי. דו קענסט מיר נישט. אפשר ביניך א שווינדלער וואס זאגט אז ער איז א שוחט. אבער עכט איז ער נישט. ביי געלט טראסט דו מיך נישט. אבער ביי שחיטה פארלאזסטו דיך אויף מיין ווארט...!

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 2:52 pm
דורך היסטאריע
מ'האט איהם אפילו פארטריבן פון א געוויסע שטאט (זעליחוב) ווייל ער האט געזאגט צופיהל מוסר פאר די מענטשן. ביי א יעדע געלגנהייט וואו ער האט געזעהן אז מ'טוט עפעס נישט ריכטיג האט ער געזאגט מוסר


איז דאס א זאך וואס שטייט ערגעץ?

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 3:03 pm
דורך היסטאריע
זי איז אביסל פיסד אויף דעם וואס דער משנה פטר'ט פרויען פין ראיה. ווי אויך א הינקעדיגע, וואס איז געשעהן מיט דער צלם אלקים שרייט זי?

איך שיהיה, ווער עס ווייסט וויאזוי דער משקרות עינים וואס זי טוט, הייסט אויף ענגליש, זאל ביטע אויסזאגן. עס נייגערט.

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 4:16 pm
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

איך געדענק ווי איינע פון מיינע מגידי שיעור האט אמאל געוואלט מסביר זיין פארן עולם ווי זיס די תורה איז,
האט ער פארציילט אז און א''י האט איינער אמאל באמערקט שבת ווי א פרייע איד מיט א בלויזן קאפ זיצט מיט א גמרא און הארעוועט אין לערנען, בשעת ער פארייכערט זיך א ציגארעטל,
האט ער אים געפרעגט וואס איז פשט?
האט ער געענטפערט, אז ער איז נישט רעליגיעז, אבער די טעם פון א בלאט גמרא, דאס האט ער נישט און ערגעץ...

והוסיף, אז מען האט עס פארציילט פאר ר' מיילעך בידערמאן, האט ער געזאגט, 'יא' איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן ליידער...
און וואס טוט זיך מיט'ן המאור שבה.....

Sent from my SM-G991U using Tapatalk


מ'דארף דאס באמת וועלען. וואס האסטו געמיינט, אז מיט טינקעלע ברילן זאל מען קען זעהן די זין?

אז מ'מיינט עס ערענסט העלפט די באשעפער...

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 4:24 pm
דורך בענבען
ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 6:53 pm
דורך קאצקע ציקער
בענבען האט געשריבן:ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Social media