בלאט 1 פון 2

בערן אויף דעם 42

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:20 pm
דורך שלמה_דיין
נארוואס בין אריבער געפארן אויף דעם 42 נאך סאוט פאללסבורג פאר שאפראן און געזען א יונגן בער אריבער לויפן. ער איז געווען דעם גרויס פון א גרויסע הונט, אבער ער איז אויסדריקליך געווען א בער, ער איז אריבער געלאפן הארט פאר מיין קאר - איך האב אין אים שיעור נישט אריין געזעצט. פארשטייט זיך אליין אז אויב איז דא קינדער בערן, איז דא מאמעס און טאטעס אויך, זיי וואקסן דאך נישט אויף ביימער.

רבותי, איך בין נישט זיכער צו דאס איז אן ערענסטע סכנה אדער נישט, אבער כבר היה לעולמים (איחוד קאנטרי) אז א בער האט געשעדיקט און למיחש מיהא מיבעיא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:21 pm
דורך שמואל הלוי
שלמה'לע, דו האסט פונקט היינט געזען.
אבער להוי ידוע אז יעדן איינציגן טאג ממש במשך די זומער וואכן קומען ארויס בערן אין די עפענטליכקייט אין די קעטסקיל געגנט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:26 pm
דורך שלמה_דיין
אויב אזוי איז דאך די זאך הארבער ווי איך האב פריער געקלערט - מ'דארף דאך אנווארענען דעם עולם און צוגרייטן וואס צו טוהן אין פאל אז א מענטש באגעגענט זיך מיט א בער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:34 pm
דורך שמואל הלוי
שלמה_דיין האט געשריבן:אבער כבר היה לעולמים (איחוד קאנטרי) אז א בער האט געשעדיקט און למיחש מיהא מיבעיא.

נישט אין איחוד קאנטרי, איך דענק נישט די נאמען וויאזוי ס'הייסט, אבער אין איחוד זיכער נישט. אגב יעצט אלול ווערט טאקע פונקט צען יאר פון די ביטערע טראגעדיע ה"י.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:47 pm
דורך געפילטע פיש
די בערן זוכן נישט צו טשעפען קיין מענטשען, מ'דארף זיכער מאכן קיינמאל נישט לאזן קיין גארבידזש אינדערויסען, ווייל סך הכל זוכן זיי עסן, און ווען מ'זעט א בער זאל מען נישט ווערן פארלוירן און אנהייבן מאכן יללות אדער אנטלויפן, נאר אנהייבן רעדן הויעך אז ער זאל פארשטיין אז דו ביסט א מענטש און ער וועט שיינערהייט אוועק שפאצירן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:47 pm
דורך ניו יארק
איך מיין.... איך קוק נישט אויס ווי א מענטש...? איך דארף אים לאזן וויסען...?
מילא מיין שכן מיט וועם איך שלאג מיר, ער ענדעלט טאקע ענדערש צו א בער ווי צו א מענטש.....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:00 pm
דורך אשכנ
וואס מער וועלדער ווערען אראפגעשניטן צו בויען נייע developments וועלען זעען מער היימלאזע בערען וואס וועלען זיך ארום דרייען אין באווינטע פלעצער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:42 pm
דורך געפילטע פיש
נוי יארק האט געשריבן:איך מיין.... איך קוק נישט אויס ווי א מענטש...? איך דארף אים לאזן וויסען...?

זייער חוש השמיעה איז פילפאכיג שטערקער ווי זייער חוש הראיה, שווארצע בערן זענען קורץ זיכטיג, דאס הייסט אז פון די נאנט זעען זיי זייער גוט, אבער פון דער ווייטענס זעען זיי בלורי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:47 pm
דורך זר זהב
און פארוואס זאל זיך א בער דערשרעקן פון א מענטש?
און איז נישט די הלכה אנדערש לגבי ברוינע בערן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:48 pm
דורך שמואל הלוי
ס'איז יא א אנדערע הלכה, און ווייסע בערן ווידער א אנדערע הלכה.

א שווארצע בער איז דאס ווייניגסטע מסוכן, און א ווייסע דאס מערסטע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:50 pm
דורך זר זהב
די ווייסע קען מען נישט טרעפן דא זיי וואוינען אין צפון

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:50 pm
דורך שמואל הלוי
די ברוינע אויך נישט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:59 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:און פארוואס זאל זיך א בער דערשרעקן פון א מענטש?
און איז נישט די הלכה אנדערש לגבי ברוינע בערן?

די שווארצע בערן עסן כמעט נישט קיין פלייש, זיי וועלן ענדערש עסן פרוכט און גרינס, בעריס, ניסלעך און בלעטער, און ווען זיי עסן שוין יא לעבעדיגס איז עס ע"פ רוב שקצים ורמשים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:47 pm
דורך שמעקעדיג
עסן זיי צומאל "געפילטע פיש"?......

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:55 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:עסן זיי צומאל "געפילטע פיש"?......

כ'האפא נישט!
כ'דארף נאך געפילט'ן דא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:39 pm
דורך אייגענארטיג
שמואל הלוי האט געשריבן:
שלמה_דיין האט געשריבן:אבער כבר היה לעולמים (איחוד קאנטרי) אז א בער האט געשעדיקט און למיחש מיהא מיבעיא.

נישט אין איחוד קאנטרי, איך דענק נישט די נאמען וויאזוי ס'הייסט, אבער אין איחוד זיכער נישט. אגב יעצט אלול ווערט טאקע פונקט צען יאר פון די ביטערע טראגעדיע ה"י.


כולל קאנטרי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:44 pm
דורך געפילטע פיש
אז געפילטע פיש וועט ליגן אין גארביטש וועלן זיי דאס אויך עסן...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:18 pm
דורך ידען
געפילטע

ביסט אין אשפה? :roll:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:22 pm
דורך ידען
שלמה_דיין האט געשריבן: פארשטייט זיך אליין אז אויב איז דא קינדער בערן, איז דא מאמעס און טאטעס אויך, זיי וואקסן דאך נישט אויף ביימער

:אומגלויבליך: :אומגלויבליך: :אומגלויבליך: :רח"ל :רח"ל :רח"ל :פארנומען: :פארנומען: :פארנומען:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:26 pm
דורך שמעקעדיג
ידען האט געשריבן:געפילטע

ביסט אין אשפה? :roll:


ניין, אין אשפ"ג.....
למעשה געפילטע פיש שמעקט גוט פאר די בערן.
אשפ"ג נוטריקון ג'עפילטע פ'יש ש'מעקט א'מחי'.

שוין, זעמיר פארקראכן פונעם אשכול אינאיינעם מיט די פארקראכענע בערן.
לאמיר זוכן א פיקאפ טראק צוריק צום נושא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:29 pm
דורך געפילטע פיש
ידען האט געשריבן:
שלמה_דיין האט געשריבן: פארשטייט זיך אליין אז אויב איז דא קינדער בערן, איז דא מאמעס און טאטעס אויך, זיי וואקסן דאך נישט אויף ביימער

:אומגלויבליך: :אומגלויבליך: :אומגלויבליך: :רח"ל :רח"ל :רח"ל :פארנומען: :פארנומען: :פארנומען:

אריין אין מאחורי...


שמעקעדיג האט געשריבן:ניין, אין אשפ"ג.....
למעשה געפילטע פיש שמעקט גוט פאר די בערן.
אשפ"ג נוטריקון ג'עפילטע פ'יש ש'מעקט א'מחי'.

שמעקעדיג גיסט פעך און שוועבל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:33 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:לאמיר זוכן א פיקאפ טראק צוריק צום נושא.

דא האסטו.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע! איך בין ווערטערלאז!
דו ביסט צוקער זיס.......
שטענדיג א ריכטיג ווארט אויפן פלאץ!