בלאט 1 פון 1

פארוואס כאפ איך פיקטשער'ס?

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 5:56 pm
דורך פאר'ן דאווענען
איך קום אן צו א נייע פלאץ, צו איז עס א שיינע view, צו א מקום קדוש, אדער אן היסטארישען פלאץ, אדער מ'קומט זיך צוזאם חברים, משפחה, און אפי' סתם אזוי, איז גראד "ראה מעשה נזכר הלכה",
און איך נעם ארויס די פאון, קעמערע, און בליץ, געמאכט אן בילד צו א וידאו, אמאל שיק איך עס ווייטער, אמאל האלט איך עס ביי מיר,
און אזוי גייט עס שוין אן יארן,
איך האב אוועקגעלייגט בילדער פון אסאך יארן, פון צייט צו צייט קוק איך דערויף, און איך האב הנאה דערפון, איך דערמאן זיך די מצב, זמן, וכו', און ס'ברענגט א גוטן געפיל,

אבער פארוואס??

פארוואס כאפט מען פיקטשערס? וואס האט מען דערפון? וואס ברענגט עס? צו וואס לוינט זיך צו משקיע זיין דערון?

איך רעד נישט פון מענטשן וואס דאס איז זייער גאנצע חיות, אז זיי קענען ווייזן פאר די גאנצע שטאט, אז זיי זענען געווען דארט און דארט, איך רעד פון אנשים פשוטים, וואס גייען אדער טון לשם ה'גיין וה'טון, און נאכאלס פילן זיי אז מ'מוז כאפן א פיקטשער.

און פארזיי פרעג איך פארוואס??

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 6:00 pm
דורך לאוולי
א וויכטיגער אשכול, דאס.

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 6:32 pm
דורך קאצקע ציקער
למשל אז דו פארסט אויף פלארידא ווילסטו מאכן זעכער אז האסט נישט געחולמט נאר טאקע געפארן און טאקע דארט געווען סא מאכט מען פיקטשערס

Re: פארוואס כאפ איך פיקטשער'ס?

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 6:33 pm
דורך ברוינשטיין
האסט דאך זייער שיין מסביר געווען, ס'איז כדי מען זאל האבן די גוטע געפיל ביים דאס שפעטער איבערקוקן, טא, וואס איז דיין פראַגע?

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 8:06 pm
דורך צפרדע
עקזעקלי דאס, מען פארט, מען האט הנאה, און מען וויל האבן גוטע מעמאריס דערפון, מען וויל עס געדענקען מיט אלע פארבן.
אבער ס'וויכטיג טאקע צו געדענקען בשעת מעשה צו אינדשויען די זאך, און נישט א גאנצע צייט טראכטן פון די מעמאריס.. ווי אזוי וועסטו האבן מעמאריס אויב בשעת מעשה ביסטו נישט דא געווען?

האב הנאה פון דיין יעצט, פון דעם הוה, און נישט נאר ווען דו פארסט אויך וואקאציע, נאר אויך יעצט.
און פארשטייט'זיך נעם מיט א גוטע קעמרא..

נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2022 11:38 pm
דורך מיליאנער
די סיבה איז לכאורה ווייל דער מענטש פילט אז די הנאה איז א פארבייפליענדע זאך, און דער מענטש זיכט וועגן וויאזוי צו מיטנעמען די הנאה, עפעס א וועג וויאזוי צו איינפאקן די הנאה און קענען ארויסנעמען שפעטער.

כאפן א בילד געט פאר א מענטש די פילינג אז ער האט גענומען די געשמאקע מינוט און עס אוועקגעלייגט, א בחינה ווי מען האט געסעיווט די ענדשוימענט.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 8:01 am
דורך פאר'ן דאווענען
ברוינשטיין האט געשריבן:האסט דאך זייער שיין מסביר געווען, ס'איז כדי מען זאל האבן די גוטע געפיל ביים דאס שפעטער איבערקוקן, טא, וואס איז דיין פראַגע?

אודאי איז דא א הנאה שפעטער, אבער וויפיל מאל קוקט מען בכלל נישט איבער די פיקטשערס, און אפי' ווען יא קוקט מען נאר איינמאל און אפשר צוויי מאל, אבער דעטס איט.
איז פארדעם איז ווערט משקיע צו זיין, און זיין פארנומען דערמיט?

בפרט ווען מ'גייט מיט משפחה און דאס ווייב הערט נישט אויף צו כאפן פיקטשערס, און יעדער דארף זיך אויסשורענען שיין אין א רייע, און ס'טוט זיך, די ווייב שרייט חיים שטיי דא, ברוך דריי צאם די פאות, אסתי שמייכל שיין, און ווען יעדער שטייט שוין שיין, דארף מען בעטן אן דורכגייער
?can u take a pic pls, והמבין יבין...

איז פאר די ביסל הנאה וואס ס'גייט אפשר ברענגען שפעטער, לוינט זיך נישט די ארבעט.

אבער לויט ווי @מיליאנער זאגט, איז כאפן פיקטשערס א חלק פון די יעצטיגע הנאה, וואס דאס קען איך שוין הערן, אבער מ'טאר נישט פארגעסן וואס @צפרדע האט געשריבן:
צפרדע האט געשריבן:אבער ס'וויכטיג טאקע צו געדענקען בשעת מעשה צו אינדשויען די זאך, און נישט א גאנצע צייט טראכטן פון די מעמאריס.. ווי אזוי וועסטו האבן מעמאריס אויב בשעת מעשה ביסטו נישט דא געווען?

האב הנאה פון דיין יעצט, פון דעם הוה, און נישט נאר ווען דו פארסט אויך וואקאציע, נאר אויך יעצט.
און פארשטייט'זיך נעם מיט א גוטע קעמרא..

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 9:46 am
דורך בת קול
איך האב אמאל געזעהן א מאווי פון אן אמישע מאמע וואס וויינט אז אפילו א בילד פון איר געשטארבענעם קינד האט זי נישט.
איך גלייב נישט אז עס איז געווען אן אמתע מעשה, אבער עס ברענגט ארויס דאס אז פון טייערע זאכן וויל מען א געדענקעניש.

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 9:50 am
דורך איך אויך
אנקעטע: וויפיל פון די ניקס אין דעם אשכול געהערן פאר די זעלבע מענטש/טראלל?

נשלח: מיטוואך מערץ 09, 2022 10:31 am
דורך שפילער
איך אויך האט געשריבן:אנקעטע: וויפיל פון די ניקס אין דעם אשכול געהערן פאר די זעלבע מענטש/טראלל?

דו ביסט אייביג פארנימען כאפן די טראללס.

כאפ א טשיל רבי

נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2022 6:09 am
דורך וואלווי
חוץ פון מעמאריס איז בילדער אן art. אזוי ווי מ'האט שוין דערמאנט דא אז בשעת מ'איז אויף א פלאץ זאל מען אריין נעמען די מצב און הנאה האבן אן פארנומען ווערען מיט בילדער. דאך איז היינט אנדערש ווי אמאל ווען מ'האט נישט געהאט קיין קעמראס אין טאש. היינטיגע קעמרעס אויפן פאון זענען היבש גוט און די בילדער כאפן פון אינטערסאנטע פלעצער איז א חלק פון אונזער טעגליכע ענטערטעינמענט פונקט אזוי ווי די גריל וואס מ'מאכט אין די פארק. אפשר זאל מען ברענגען פארטיגע קאלד קאט סענדוויטשעס און נישט ווערען ביזי מיט קוילן און רויע פלייש? נאר גרילן איז אן ארט וואס די געשמאק איז דאס באשעפטיגען מיט דעם, אבער אויב מ'גרילט א גאנצע צייט קען מען אהיים גיין.

די זעלבע מיט בילדער. כאפן די בילדער בעצם איז היינט איבערגעשטיגן די מעמאריס סיבה דערפון, ס'איז געווארן א חלק פון די ענטערטעינמענט צו פאקעסען אויף די שיינע חלקים פון די בריאה וואס איז נחמד למראה און דאס אריינקליקען, פונקט אזוי ווי סקי'אינג אדער עני ספארט וואס מ'טרייעט צו פערפעקטען בשעת מ'איז אויף א טריפ.
און דאס איז וואס ס'היינט באקאנט אין די גאנצע וועלט די מושג וואס הייסט "האבי פאטאגראפי". אבער דאס דארף אויך א שיעור, ווייל אויב נישט פארברענגט מען די גאנצע צייט מיט דעם, און פון די גאנצע עקספיריענס בלייבט נאר די טעפ'ן און ווישען א סקרין. א גורם פון די בילדער אביוז קומט פון די אנרעדעניש אז מ'דארף כאפן 50 שאטס פון א יעדע חצי ענגל. מ'דארף מינימייזן די "עקספאזשער" צו די קעמרע אז ס'זאל נישט איבערנעמען די מטרה.