בלאט 1 פון 4

זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2022 11:36 pm
דורך ברוינשטיין
כ'וועל אנהייבן מיט עטליכע וואס ליגן מיך יעצט אין געדאנק, פארשטייט זיך דער עולם איז געבעטן מוסיף צו זיין.

_______

-פאָרן ביינאכט שטייטלעך אין א באקוועם קאַר בשעת עס גייט א גאָס רעגן און דערביי אויסהערן "בּילי אייליש".

-אויפרייסן די פלעסטיק'ס פון די פרישע גראָבע (נאַרישע) פארברייטערטע מאַגאַזינען לכבוד יום טוב.

-אויפשטיין פארטאגס און פארזיכטיג מאכן\טרינקען א גלעזל (עכטע גלאָז) קאווע מיט שטילקייט.

-דעם שוויציגן שלאָף שבת נאכמיטאג.

-זיין ציגאַסט אין די פרעמד, און אזוי ארום זיך ערלויבן זיך צו צעפייערן ביי לכה דודי.

-קויפן פרישטאג פון מאל צו מאל (שטייצעך נישט יעדן טאג, נאר פאַר א "טריט")

-די זיסע מייערן אויף די געפילטע פיש (יאָפ'ס כ'האב עס ליב)

-באַטראַכטן א פארנומענער גאַס פון די הויעכע שטאָקן.

-דאס שמעק פונעם נייעם חומש.

_______

אז כ'העל האבן נאָך וועל איך צולייגן, יעצט ביסטו אין די רייע... קום אריין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:19 am
דורך דער גאלדענער אדלער
צו באטראכטן איינעם וואס האלט אינמיטן באטראכטן א צווייטן.

אופצושטיין סוף נאכט צו כאפן א קטונתי, און תיכף דערנאך צוריק איינצושלאפן צו מקיים זיין ויישן ויחלום שנית.

Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:52 am
דורך ברוינשטיין
ווען איך האב עפעס א געדאנק אויף א געוויסע טעמע אבער ס'קומט נישט אריין צו אנהויבן רעדן דערפין, אבער איין שיינעם טאג ביי א קיפקע ברענגט איינער אויף דעם טעמע און דאַן לאז איך ווילדערהייט ארויס מיין מיינונג.

Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:54 am
דורך ברוינשטיין
א ציגארעטל הפסקה יום טוב אינמיטן די סעודה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:57 am
דורך כמעט אלסווייסער
אריינגיין אין א גרויסע געשעפט/מאלל, און ארומשפאצירן אן קיין ציל אדער דעסטינאציע.

Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:01 am
דורך ברוינשטיין
שפאַנצירן אויף א זימער טאָג מיט א קאַלטע גלאָז לעמאָנאַדע אויף די געסעלעך פון צפת

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:02 am
דורך וואלווי
שטייטע שפאציר אין א גאס רעגן הערענדיג yanni

בריעדיגע אינענוענדיגע חלק פון א דריי פערטל געבאקענע פאטעטא קיגל

געבן א סינגל וויש מיט די ווייפערס אויף א בארעגענטע ווינדשילד

רייכע וויין שמעק פון אן אנגעטרונקטער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:07 am
דורך וואלווי
ברוינשטיין האט געשריבן:א ציגארעטל הפסקה יום טוב אינמיטן די סעודה


נאך שולחן עורך

Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:08 am
דורך ברוינשטיין
וואלווי האט געשריבן:שטייטע שפאציר אין א גאס רעגן הערענדיג yanni



מיט א שירעם?

גראַדע אָן א שירעם איז אויך א געדאַנק וויבאלד מען שפאַנט מיט א פעסטקייט ווי כאילו גארנישט קען דיך בייקומען, פרובירט'ס דאס אויס, מאַך אבער זיכער צו גיין מיט א געהויבן קאפ, ס'איז א געוויסער סארט טריפ

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:12 am
דורך וואלווי
ברוינשטיין האט געשריבן:ווען איך האב עפעס א געדאנק אויף א געוויסע טעמע אבער ס'קומט נישט אריין צו אנהויבן רעדן דערפין, אבער איין שיינעם טאג ביי א קיפקע ברענגט איינער אויף דעם טעמע און דאַן לאז איך ווילדערהייט ארויס מיין מיינונג.


דאס איז שוין בגדר relief פון בויך וויי....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:15 am
דורך וואלווי
ברוינשטיין האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:שטייטע שפאציר אין א גאס רעגן הערענדיג yanni



מיט א שירעם?

גראַדע אָן א שירעם איז אויך א געדאַנק וויבאלד מען שפאַנט מיט א פעסטקייט ווי כאילו גארנישט קען דיך בייקומען, פרובירט'ס דאס אויס, מאַך אבער זיכער צו גיין מיט א געהויבן קאפ, ס'איז א געוויסער סארט טריפ


בדיוק.


אן א שירעם.

שטייטע שפאציר, געהויבענע קאפ, נאכדעם זעצט מען זיך אראפ און מ'מאכט צו די אויגן, מ'לאזט די ווייסער רינען אויפ'ן פנים.

נאך א שלעפ איז נאך בעסער...

Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:15 am
דורך ברוינשטיין
ליינען אן ארטיקל פון @יואב

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:17 am
דורך ברוינשטיין
וואלווי האט געשריבן:בדיוק.
אן א שירעם.

שטייטע שפאציר, געהויבענע קאפ, נאכדעם זעצט מען זיך אראפ און מ'מאכט צו די אויגן, מ'לאזט די ווייסער רינען אויפ'ן פנים

די וואַסער אויפן פנים גיבן דיך דעם געפיל פון טרערן, ס'איז א גן עדן!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:18 am
דורך וואלווי
ס'איז די געשמאקע געפול פון ביטול, א let go געפול

Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:35 am
דורך ברוינשטיין
-די גוטע שפירונג נאכן ברעכן

-שאוער מחשבות

-טרעטן אויף אייז וואס האט זיך געשאפן העכער א ליידיגען פּאַט-האול און די הערסט די גערוישעלעך ווי עס צעפיצלט זיך

-פלוצלינג כאפסטו זיך אז דאס קאפ-וויי איז פארשוואונדן

-יFlouting- אויפן וואַסער מיטן פנים צום אָפגרינד (מיט גאַגלס פארשטייט זיך)

-אן אויג פארכאפנדע פאַראנאַמע פון נאַטיר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:49 am
דורך וואלווי
שפאצירן אויף א פארפרוירענע לעיק

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 6:51 am
דורך דער גאלדענער אדלער
בשעת'ן מאכן א שלשלת'דיגע גרעבטץ, נאכן טרינקען פון די קליינע גרינע פלעשלעך כשר לפסח ווישי וואסער, שטייטסעך נאכן אפיקומן פאר מ'וואשט צעך מאמעחרוינים.

די ערשטע בייס אין די מצות נאך מוציא מצה.

שרייבן אן ארטיקל און פאוסטן אין קאווע שטיבל!

באקומען א באנטש לייקס!

מוצאי פסח נאכן שיין אפוואשן און אוועקפאקן אלע פסח'דיגע געשיר און פארמאכן דעם פסח'דיגן קאך.

וואקן שנעלער פונעם עסקעלעיטאר.

געסן א Wordle ביים דריטן טריי.

דעם ערשטן טעימה פון א פיינעם בוירבאן.

זיך הויך אינטערברימען ווען דער בעל קורא ליינט אן אזלא גרש טראפן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:23 am
דורך אלע צוזאמען
פרישע שטייפע קאטשעניא ליל שישי מיט די ווארעמע חלות.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:18 am
דורך היסטאריע
ווען איך דרייוו, און פאר מיר געמיטלעך, א אנגעצויגענע פייפט אונטער מיר, און איך רוק מיר אין דער זייט, און לאז אים אדורך.

אין סופערמארקעט, ווען איינער איילט זיך זייער, פרעג איך אים, איר ווילט גיין פריער? נאו פראבלעם, גיי!

פרעגן א עלטערע איד אין ביהמ"ד אויב ער וויל א קאווע.

געבן א האנט פאר א שווער גייענדיגע איד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:24 am
דורך דערוועקט
מיטן אצבע אפברעכן א געהענגל הענגעדיגע אייז שפיצן פריש געשאפן נאכן אייז-רעגן שטורעם

ארויסקומען דער ערשטער פארטאגס נאך א שניי - אלע קארס נאך פארקירט אומבארירט, באטרעטן דעם גלאטן ענדלאזער ווייסן טעפיך מיט די ערשטע שיך טריט צום גערויש פון די צוקוועטשענדע שניי ברעקלעך.

עפענען און נוצן יעדן האנטוך - מקטן ועד גדול - אינעם האטעל באדע צימער.

איבערלאזן דעם האטעל צימער א חאזעריי ווי נאך א טעראר אטאקע און ארויסוואקן פון טיר ווי א מחותן.

שטייטליך אפשיילן די פלאסטיק און פערפעקטע פארפאקונג פון א ברענד נייע עלעקטראנישע דעווייס, האלטן דעם גלאנציגן הארטן באקסל פאר א טאג צוויי און דערנאך בלית ברירה ארויסווארפן.

אפרייסן די פרייז טעג פון פרישע מלבושים. שלעפן דעם פלאסטיק ביים פיסק פון א פערסאנעל קעיר קרים און ארויסקוועטשן א גלייכע ליניע טיפה ראשונה. אפהויבלען מיט ביטול די אלומיניום קעפל פון א טייערע וויין פלעשל. אויספליקן די שטאפער רינגלעך פון א צוואנציג אראנדש דשוס באטלעך צווישן מנחה מעריב מוצאי תענית.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:27 pm
דורך צקון לחש
ארויסשלעפן אן אריינגעוואקסענע פוס נעגל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 2:10 pm
דורך קידוש
צק
ווען איך זעה מיין חניאקישע שכן וואס האלט זיך 10 פיס העכער מיר טוט כסדר בליקן אין ריכטונג פון מיין ווייב, און קוקט צוריק ווען זי וואקט אין בעק פון אים..... (און זעהן ווי זיין ווייב בייסט זיך די ליפן.....)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2022 3:16 pm
דורך כרם זית
לחבבה על בעלה...