בלאט 1 פון 7

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 12:37 pm
דורך היסטאריע
טאקע א חידוש. יה"ר שימצא.

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 1:49 pm
דורך שאלתיאל
מ'שמועסט אז ער געפינט זיך אין א קולט

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
שאלתיאל האט געשריבן:מ'שמועסט אז ער געפינט זיך אין א קולט
ווילסט געבן מער דעטאלן?

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 4:56 pm
דורך שאלתיאל
יהורם האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:מ'שמועסט אז ער געפינט זיך אין א קולט
ווילסט געבן מער דעטאלן?
כ'ווייס נישט ווי קראנט די שמועות זענען. מ'זאגט אז ער איז זייער א 'רוחניות'דיגע' און איינער וואס שוועבט. דאס פארענטפערט אביסל פארוואס מען טרעפט נישט אפילו א שפיץ פאדעם. (כ'האב יעצט געפרעגט אריאל אלחרר וואס פירט אן מיטן קאמפיין, ער טענה'ט אז ס'נישטא דערווייל קיין שום אינפארמאציע וואס זאל פירן צו סיי וועלכע ריכטונג).

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 6:24 pm
דורך לאמיר זאגן
פארוואס טוען נישט די באהערדע אזוי ווי מען וואלט ווען געטון אין געווענליכע צייטן ווען א קינד פארלירט זיך?

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 6:37 pm
דורך [NAMELESS]
לאמיר זאגן האט געשריבן:פארוואס טוען נישט די באהערדע אזוי ווי מען וואלט ווען געטון אין געווענליכע צייטן ווען א קינד פארלירט זיך?
זיי טוען יא. אבער די מידיא איז קנאפ אינטערסירט דערינען.

Re: וואו איז מושי קליינרמן???

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 9:13 pm
דורך עולם הזה
אביסל מער דעטאלן:

פאר אפאר חדשים צוריק איז ער געפארען מיט בחורים פון זיין ישיבה קיין מירון מיטצוהאלטן א שבת מיט ר׳ יואל ראטה. ווען זיין מאמע האט פראבירט צו ריפען זיין סעלפאון מוצאי שבת איז די קאלל נישט דורך, און ער האט נישט צוריק געריפען פאר א וואך צייט.

האט זי געשיקט איהר מאן צו זיין ישיבה זיכער מאכן וואס גייט פאָר. האבן זיי איהם געזאגט אז זיין בחור איז נעלם געווארן ערגעצווי אין מירון און זינט דאן נישט געזעהן געווארן.

דעמאלטס האבן די עלטערן זיך פארבינדן מיט די פאליציי וועלכע האבן נאכנישט געפונען קיין שום ליעד אין די קעיס.

בדרך אגב: פאר בערך א יאר צוריק איז ער באוואורפן געווארן מיט א גרויסע שטיין אין קאפ. ביים באזוכן קבר יהושע בן-נון וואס געפונט זין אין אן אראַבּיש שטעטל
וואס די קלאפ האט לויט זיין מאמע גורם געווען ער זאל ווערן זייער שטורעמיש.
אויף זיין בילד וואס איז פארשפרייט געווארן זעהט זיך טאקע אן א וואונד-סימן אויף זיין שטערן.

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 9:27 pm
דורך אמר אביי
עולם הזה האט געשריבן:אביסל מער דעטאלן:

א שבת נאך לג בעומר איז ער געפארען מיט בחורים פון זיין ישיבה קיין מירון מיטצוהאלטן דעם שבת מיט ר׳ יואל ראטה. ווען זיין מאמע האט פראבירט צו ריפען זיין סעלפאון מוצאי שבת איז די קאלל נישט דורך, און ער האט נישט צוריק געריפען פאר א וואך צייט.

האט זי געשיקט איהר מאן צו זיין ישיבה זיכער מאכן וואס גייט פאָר. האבן זיי איהם געזאגט אז זיין בחור איז נעלם געווארן ערגעצווי אין מירון און זינט דאן נישט געזעהן געווארן.

דעמאלטס האבן די עלטערן זיך פארבינדן מיט די פאליציי וועלכע האבן נאכנישט געפונען קיין שום ליעד אין די קעיס.
א וואך?????? ווען מיין קונד הייבט נישט אויף דריי איך איבער די וועלט יענע טאג
פארוואב האט מען מישט געזאגט אז ער איז נעלם געווארן?????

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 12:17 am
דורך כניאק
ער פלעגט אייביג קומען און גיין, ס'איז געווען נארמאל פאר אים צו פארשווינדן ווערן אפאר טעג.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 1:10 am
דורך שמעקעדיג
איז עס פון א שבת נאך ל"ג בעומר? אדער פון פורים צייט?

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 1:49 am
דורך איזה נשמה
way before lag be'oemr

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 7:03 am
דורך מרדכי מרדכי
איז דא עפעס א סיבה מען איז נישט גלייך ארויס אויף א מאסיווע זוך אקציע?

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 12:59 pm
דורך שאלתיאל
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איז דא עפעס א סיבה מען איז נישט גלייך ארויס אויף א מאסיווע זוך אקציע?
דער טאטע האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז מושי האט נישט מיטגענומען זיין פאון ווען ער איז געפארן קיין מירון דערפאר האבן זיי גארנישט פארדעכטיגט ביז ס'איז אריבער א גוטע פאר טעג און ערשט דעמאלט זיך געוואנדן צו פאליציי.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 4:28 pm
דורך עולם הזה
שמעקעדיג האט געשריבן:איז עס פון א שבת נאך ל"ג בעומר? אדער פון פורים צייט?
איזה נשמה האט געשריבן:way before lag be'oemr
גערעכט, די שבת איז פארגעקומען סוף חודש אדר.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 11:06 pm
דורך קידוש
באמת טרויעריג, איך קען מיך בלויז פראבירען צו פארשטעלן די הארץ קלאפעניש פון א טאטע מאמע נישט וויסענדיג אויב זייער בלוט אין פלייש לעבט נאך,
די אייבעשטער זאל זיי אויפרעכטען בקרוב ממש
( אין אן עסטערע טרער פאר אלע אנדערע טאטע'ס אין מאמע'ס וואס מאכן נאס די קישן יעדע נאכט נישט וויסענדיג ווי זייער קינד דרייט זיך)

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 12:25 am
דורך Samkoton
געוויסע שפעקולירן אז ער געפינט זיך גאר אויף סקיללמאן סט. אין וויליאמסבורג אדער אין ליבערטי נ.י.
ווער ווייסט

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 12:46 am
דורך דוד שריפטליך
Samkoton האט געשריבן:געוויסע שפעקולירן אז ער געפינט זיך גאר אויף סקיללמאן סט. אין וויליאמסבורג אדער אין ליבערטי נ.י.
ווער ווייסט
דאס איז נישט אמת איך האב דאס נאכגעגאנגן

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 12:48 am
דורך דוד שריפטליך
שאלתיאל האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:מ'שמועסט אז ער געפינט זיך אין א קולט
ווילסט געבן מער דעטאלן?
כ'ווייס נישט ווי קראנט די שמועות זענען. מ'זאגט אז ער איז זייער א 'רוחניות'דיגע' און איינער וואס שוועבט. דאס פארענטפערט אביסל פארוואס מען טרעפט נישט אפילו א שפיץ פאדעם. (כ'האב יעצט געפרעגט אריאל אלחרר וואס פירט אן מיטן קאמפיין, ער טענה'ט אז ס'נישטא דערווייל קיין שום אינפארמאציע וואס זאל פירן צו סיי וועלכע ריכטונג).
אלחרר אדער אלחדד?

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 2:12 am
דורך [NAMELESS]
עפעס שטינקט דא, א בחור פעלט שוין פאר דריי חדשים און קיינער ווייסט נישט גארנישט פון דעם. די מדינה וואלט זיך געדארפט איבערקערן, די ישראלים זענען בארימט מיט זייער כוחות הביטחון וואס דארף צו הייסן פון די בעסטע אויף די וועלט

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 11:33 am
דורך לאמיר זאגן
יהורם האט געשריבן:
לאמיר זאגן האט געשריבן:פארוואס טוען נישט די באהערדע אזוי ווי מען וואלט ווען געטון אין געווענליכע צייטן ווען א קינד פארלירט זיך?
זיי טוען יא. אבער די מידיא איז קנאפ אינטערסירט דערינען.
עס זעט נישט אויס. אויב וואלט זיך געטון א מאסיווע זוכעריי, וואלט די מידיא געווען מער אינטערעסירט.

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 1:14 pm
דורך מרדכי מרדכי
שאלתיאל האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:איז דא עפעס א סיבה מען איז נישט גלייך ארויס אויף א מאסיווע זוך אקציע?
דער טאטע האט געזאגט אין אן אינטערוויו אז מושי האט נישט מיטגענומען זיין פאון ווען ער איז געפארן קיין מירון דערפאר האבן זיי גארנישט פארדעכטיגט ביז ס'איז אריבער א גוטע פאר טעג און ערשט דעמאלט זיך געוואנדן צו פאליציי.
איינמאל עס איז געווען קלאר אז ער פעלט פארוואס איז מען נישט גלייך ארויס אויף א זוך אקציע?
אפשר געהערן זיי נישט צי די ריכטיגע קליקע?

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 1:20 pm
דורך מרדכי מרדכי
Samkoton האט געשריבן:געוויסע שפעקולירן אז ער געפינט זיך גאר אויף סקיללמאן סט. אין וויליאמסבורג אדער אין ליבערטי נ.י.
ווער ווייסט
אויב די משטרה זוכט עם וואלטן זיי געקענט זען אז ער איז ארויסגעפארן פין לאנד

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 1:23 pm
דורך מרדכי מרדכי
עמקות המחשבה האט געשריבן:עפעס שטינקט דא, א בחור פעלט שוין פאר דריי חדשים און קיינער ווייסט נישט גארנישט פון דעם. די מדינה וואלט זיך געדארפט איבערקערן, די ישראלים זענען בארימט מיט זייער כוחות הביטחון וואס דארף צו הייסן פון די בעסטע אויף די וועלט
עס איז נישט קיין סעיפטי אישוי
(יא פערסענעל סעיפטי)

איך גלייב אז ער איז שוין נישט בין החיים