בלאט 1 פון 1
קרעדיט אויף אליזאבעט'ס אריכת ימים
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 2:49 pm
דורך באהעלפער
יעדער נעמט זיך די קרעדיט פאר זיך.
רב דינער אין ישראל זאגט אז ס'איז די תפילות ביים ס''ת יעדע שני וחמישי, לאריכת ימיה.
איינער ליפא זאגט מיר נעכטן אז דער סאטמארער רב האט איר געבענטשט אמאל.
און יוחנן א אלץ ווייסער פון ענגלאנד, זאגט, אז דער אלטער מאכניווקער האט געזאגט אלץ דבר פשוט, אז אזא אוהבת ישראל וועט מאריך ימים זיין.
למעשה, פארוואס האט זי מאריך ימים געווען? אפשר ווייל זי האט זיך געהיטן די געזונט???
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:46 pm
דורך היסטאריע
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איר מאן האט געלעבט לענגער
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 3:59 pm
דורך באהעלפער
דארט שטייט נישט קיין ווארט דערמאנט אז סאטמארער רב האט איר געבענטשט? היתכן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 4:00 pm
דורך באהעלפער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איר מאן האט געלעבט לענגער
פארוואס טאקע? אויך א ברכה, אדער גאר א קללה....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 5:23 pm
דורך סמבטיון
איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 5:58 pm
דורך באהעלפער
סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.
וואס איז דארט די טעם?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 6:59 pm
דורך berlbalaguleh
סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.
אפשר ווייל זיי זענען געווען מלכים מחסידי אומות העולם. זיי האבן אייביג געטון גוטס פאר די אידן אין זייער לאנד. ספעציעל די קווין מאדהער, קווין עלזאבעטה'ס מאמע, ע"ה האט געטון א סאך טובות פאר אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.בשעת ענגלאנד אליין איז געווען באלאגערט פון די נאציס, ימ"ש.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:46 pm
דורך באהעלפער
אבער טויזענט יאר צוריק זענען דארט געווען שרעקליכע הריגות, און עטליכע מבעלי התוספות זענען דארט אומגעקומען על קידוש השם מיט מיתות משונות ר''ל.
קוקט אויס אז די שפעטערדיגע מלכים האבן שוין תשובה געטון.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:58 pm
דורך היסטאריע
באהעלפער האט געשריבן:אבער טויזענט יאר צוריק זענען דארט געווען שרעקליכע הריגות, און עטליכע מבעלי התוספות זענען דארט אומגעקומען על קידוש השם מיט מיתות משונות ר''ל.
קוקט אויס אז די שפעטערדיגע מלכים האבן שוין תשובה געטון.
אבער פין אוקריינא איז א ראיה אז תשובה העלפט נישט פאר דעם.
אויך אמת'ע נאט איז דא א שמועס אויב פאר גוים איז דא א זאך ווי תשובה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 8:04 pm
דורך באהעלפער
היסטאריע האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:אבער טויזענט יאר צוריק זענען דארט געווען שרעקליכע הריגות, און עטליכע מבעלי התוספות זענען דארט אומגעקומען על קידוש השם מיט מיתות משונות ר''ל.
קוקט אויס אז די שפעטערדיגע מלכים האבן שוין תשובה געטון.
אבער פין אוקריינא איז א ראיה אז תשובה העלפט נישט פאר דעם.
אויך אמת'ע נאט איז דא א שמועס אויב פאר גוים איז דא א זאך ווי תשובה
כ'הער אז ס'דא וואס זאגן אז זיי האבן אין זייער יחוס יודישע צווייגן. ממילא איז עס נישט אויסגעשלאסן
Re: קרעדיט אויף אליזאבעט'ס אריכת ימים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 11:27 pm
דורך פאליטיקאנט
כ'מיין פשוט ווייל זיי האבן זיך געקענט היטן די געזונט און געהאט עקסעס צו די בעסטע דאקטוירים.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 12:17 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: ס'איז נישט נאר דאס. כ'ווייס נישט אויב דו האסט געהערט פון אדעל דעיוויס. (נישט קיין איד). זי איז געווען א שרייבערין. זי האט פארפאסט עטליכע ביכער איבער געזונט. עסן געזונט. און טון עקסערסייז. זי איז געווען וואס מ'רופט א ..."העלטה נאט"...דו ווייסט פון וואס זי איז געשטארבן יונגערהייט? יענע מחלה, ל"ע...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 4:31 am
דורך מרדכי מרדכי
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: ס'איז נישט נאר דאס. כ'ווייס נישט אויב דו האסט געהערט פון אדעל דעיוויס. (נישט קיין איד). זי איז געווען א שרייבערין. זי האט פארפאסט עטליכע ביכער איבער געזונט. עסן געזונט. און טון עקסערסייז. זי איז געווען וואס מ'רופט א ..."העלטה נאט"...דו ווייסט פון וואס זי איז געשטארבן יונגערהייט? יענע מחלה, ל"ע...!
האסט עם יעצט אפגעפרעגט
ס'איז דאך קלאר אז פון זיך האלטן געזונט לעבט מען נישט לאנג
יעדער קען דאך דער וואס האט גערייכערט לאנגע יארן און איז אוועק נאך די 90 און דער נישט סמאוקער וואס איז נעבעך געשטארבן ביי א קאר עקסידענט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:11 am
דורך באהעלפער
כ'וויל נישט הערן נאכן טויט פון טשארלס די נייע קעניג, אז ער האט געהאט א ברכה פון סיי וועלכער רבי. מיט קרעדיט פון זיינע ווייטע אויגן...
אויב ס'דא א ברכה, דארף מען עס הערן פארדעם
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 9:04 am
דורך שעצונג
זי האט זיך למעשה איינגעהאנדלט ברכות פון צדיקים.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 9:11 am
דורך שעצונג
berlbalaguleh האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.
אפשר ווייל זיי זענען געווען מלכים מחסידי אומות העולם. זיי האבן אייביג געטון גוטס
פאר די ציונים אין זייער לאנד. ספעציעל די קווין מאדהער, קווין עלזאבעטה'ס מאמע, ע"ה האט געטון א סאך טובות פאר אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.בשעת ענגלאנד אליין איז געווען באלאגערט פון די נאציס, ימ"ש.
טאקע דערפאר האט זי נישט אנגעצויגן לענגער און געפאלן א טויטער ביי די 96.. ס׳זענען דא גערסערע שטיצער פאר די ציונים און זיי פייגערן דייקא יונג. עס האט גארנישט מיט דעם.
זי פלעגט עסן געזונט, אלס גענומען גרינג אן קיין דרוק, און זיך געפילט גוט יעדן טאג אז זי איז קעניג, ואחרון חביב די ברכות. ונאמר אמן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:25 am
דורך באהעלפער
שעצונג האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:איר מאמע האט אויך געלעבט שרעקלעך לאנג דאכט זיך מיר ביז כמעט 102 און איר מאן האט אויך מאריך ימים געווען ביז די הויעכע ניינציגערס.
אפשר ווייל זיי זענען געווען מלכים מחסידי אומות העולם. זיי האבן אייביג געטון גוטס
פאר די ציונים אין זייער לאנד. ספעציעל די קווין מאדהער, קווין עלזאבעטה'ס מאמע, ע"ה האט געטון א סאך טובות פאר אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה.בשעת ענגלאנד אליין איז געווען באלאגערט פון די נאציס, ימ"ש.
טאקע דערפאר האט זי נישט אנגעצויגן לענגער און געפאלן א טויטער ביי די 96... ס׳זענען דא גערסערע שטיצער פאר די ציונים און זיי פייגערן דייקא יונג. עס האט גארנישט מיט דעם.
זי פלעגט עסן געזונט, אלס גענומען גרינג אן קיין דרוק, און זיך געפילט גוט יעדן טאג אז זי איז קעניג, ואחרון חביב די ברכות. ונאמר אמן
וואס איז די עיקר? אויב וואלט זי געגעסן נישט גוט, וואלטן די ברכות אויפגעטון?
און אויב וואלט זי נישט געהאט די ברכות און נאר געגעסן געזונט?
ס'פונקט ווי די סאטמארע בעקערס זאגן, אז אהרן מרדכי רוקח איז א ברכה פונעם דברי יואל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:04 pm
דורך באהעלפער
לכבוד'ן לויה טאג פונעם מלכה, ווי די יונגע רופען עס 'די מלוה מלכה'... האב איך היינט געטראפן א לאנדאנער יוד, וואס פארציילט מיר ווי פאלגענד. בשם איינער וואס געדענקט די מעשה - זייענדיג אין לאנדאן דאן.
דער שאצער רב זצוק''ל - וואס איז ווי באקאנט געווען א אומגעווענליכער פועל ישועות, און ביים שואה איז ער דאך געווען אין לאנדאן, און ווען ס'האט זיך געהאנדעלט אז ענגלאנד זאל אריינלאזן די באקאנטע 'קינדער טראנספארט', איז א משלחת רבנים ועסקנים, אין שפיץ פונעם הייליגער שאצער רב - זיך געטראפן מיט'ן דעמאלטסדיגער מלכה - די מאמע פונעם אקורשט פארשטארבענע. און זי זאגט פאר'ן שאצער רב אזוי. איך האב א טאכטער'ל אליזאבעט וואס ליידט אויף אפעלעפסי, און כ'זע אז איר זענט א העכערע כח, וויל איך אייער צוזאג אז מיין טאכטער וועט ווערן געהיילט.
און אז דער צדיק האט איר געגעבן דעם ברכה און צוזאג, און נאך צוגעלייגט, אז נישט נאר וועט זי זיין געזונט בשלימות, נאר זי וועט אזוי געזונט זיין ביז איר לאנגע לעבן...
און אז זי האט דאס געהערט, האט זיך געלאזט הייסן אז מ'זאל דעם טראנספארט זאפארט אריינלאזן.
האט מען שוין נאך א מיינונג פון ווי זי האט מאריך ימים געווען, אויסער דעם וואס זי האט געגעסן לעקוואר ביסקיטס און טיי...