בלאט 1 פון 1

ברעיקינג ניוס: פראנצויזישער צווילינג פארשוואונדן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:55 pm
דורך זר זהב
איינע פון די באקאנטע פראנצויזישע צווילינג ברודער וועלכע פערפארמען כסדר ביי אידישע שמחות איז באריכטעט צו זיין "מיססינג"

זיין ברודער זאגט אז ער האט געדארפט אינאיינעם פערפארמען, אבער ער איז נישט אנגעקומען.
ער האט שוין נישט געהאט קאנטאקט מיט אים 18 שעה.
א זוכעריי איז אויף די וועג.

update

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:21 pm
דורך זר זהב
Update: 8:01 PM: The story seems to have an interesting twist:

We have obtained information that Yakov has disappeared along with several thousand dollars and his passport. His tefilin have been left behind.

We will continue to update this story with verified information as it unfolds.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:26 pm
דורך זר זהב
אה א דאנק פאר'ן אפטיילן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:29 pm
דורך יידל
קוק די קאמענטס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:31 pm
דורך זר זהב
ס'הערשט א צומישעניש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:39 pm
דורך אלבערט
מען האט אים שוין אפגעפינען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:40 pm
דורך זר זהב
לינק ?????

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:49 pm
דורך דענקער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:14 pm
דורך שמעקעדיג
אלבערט האט געשריבן:מען האט אים שוין אפגעפינען.


וואו?
וואס איז געווען די מעשה?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:33 pm
דורך gehlungen
שמעקעדיג האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:מען האט אים שוין אפגעפינען.


וואו?
וואס איז געווען די מעשה?

Why do you care ? He is a NORMAL adult !

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:34 pm
דורך זר זהב
ער איז געגאנגען פאררעכטן זיין קאר אין בארא פארק און זיין סעלפאון איז אויסגעלאפן פון מינוט'ן
עפעס אזוי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:35 pm
דורך משה רוקח
ווי זעסטו אז מען האט אים אפגעפונען?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:33 pm
דורך פרוקער טראק
שטותים והבלים.
ער האט געוואלט גנבענן די געלט פאר זיך און זיך אפפוצן מפני האדמה, מיט די פראנצויזישע צוויי פנימ'דיגע קען מען זיך נישט אויסרעכענען

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:41 pm
דורך הדד בן בדד
אזאן צומישעניש האב איך שוין לאאאאנג נישט געזעהן, אבער דאס איז דאך ממש משוגע, מען רעדט דאך פון א איד ווואס (קען זיין) פעלט. די צוויי ליובאוויטשער סייטס גיבן קעגנגעזעצטע באריכטן, און קיינער האט נישט קיין אפדעיט אין די לעצטע שעה, דעס איז געהעריג קרעיזי. איך האף אז ער איז אקעי. איך האב נישט קיין כח יעצט צו נאך צרות, עס זענען גענוג די וואס זענען שוין דא.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:56 am
דורך פראפעסאר שפירא
לויט קול מבשר פעלט ער נאך, זיי ווייסן נישט וואו ער איז און זיין סעל ארבעט נישט, זיי זאגן אז ס'קען זיין אז די בעטערי איז אויסגעגאנגען צי וואס,

סאמטינג פישי, לאמיר האפן ס'גארנישט,

קרוינהייטס שומרים איז אויף די קעיס, זאל דער באשעפער האלטן די רעכטע האנט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:24 am
דורך פראפעסאר שפירא
אזוי זעהט אויס זיין באס/ווען

בילד

לייסענס פלעיט: EWV2533

ווער ס'ווייסט עפעס זאל ריפען קרוינהייטס שומרים, 718-774-3333

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:29 am
דורך פראפעסאר שפירא
יעקב רפאל בן רחל,

בילד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:01 am
דורך זר זהב
STILL MISSING NOT A JOKE wrote:
HEARD FROM THE SISTER IN LAW 1:28AM NEW YORK TIME HE IS STILL MISSING HE HAS NOT BEEN FOUND KEEP PRAYING NOT A PRANK NOT A JOKE

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:49 am
דורך שמואל הלוי
יעצט זאגט מען שוין ווידעראמאל אז מען האט אים געפינען אום 4:28 פארטאגס

איך ווייס שוין נישט וועם צו גלייבן...

http://www.jdn.co.il/news/110689

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:51 am
דורך שמואל הלוי
לכאורה איז עס ריכטיג היות קול מבשר מעלדט שוין אויך אז ער איז געפינען געווארן (געווענדליך מעלדט ער קראנטע זאכן).

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:32 am
דורך שמעקעדיג
נו, הודו לה׳ כי טוב כי לעולם חסדו!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:06 am
דורך זר זהב
We are pleased to report that as of 4:30 this morning Yakov has been found and
is doing fine. It turns out that he just wanted to take a break from a long
summer of hard work, and impulsively decided to leave for a few days vacation.
He will return to Crown Heights in the near future.

ער דארף א שטיקל דאקטאר לכאורה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:55 am
דורך דעינעש
זר, דאס פארענפערט דיר גארנישט ?
gehlungen האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:מען האט אים שוין אפגעפינען.


וואו?
וואס איז געווען די מעשה?

Why do you care ? He is a NORMAL adult !

ער האט געוואלט זיין אראפ פון די ספאט לייט פאר א וויילע, איזעס אים אויך שווער אנגעקומען.

כאטשיג וואלט זיין משפחה געמעגט וויסן זיינע געדאנקען, אדער זיי כאטש לאזן וויסן בעפאר.