בלאט 1 פון 1

איבער די אינטערנעט מערכה #845336

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:10 pm
דורך זר זהב
פתח דבריך יאיר.
מיין הארצרייסענדע בריוו איז געוואנדן צו אלע רבנים דיינים יושבים על מואב ומדין, כל אחד בשמו הטוב הולך.

איך קום דא מיט א צובראכענע הארץ נישט פאר מיר נאר פאר מיינע עלטערן און זיידעס און עלטער זיידעס צוריק ביז תרח אבי האבות וואס ווילן אזוי שטארק זעהן נחת פון
מיר. איך בין טאקע אזוי שטארק פארפארן, אבער נאך מער זיכער מיט מיין גלויבונגען אז איך באהאלט ניטאמאל מיין עכטן נאמען. פאר איך גיי ווייטער וועל איך אייך
פארציילן מער איבער מיר. -- איך בין וואס איר רופט אן א "קויפער"! טראאך.... יא ליידער! איך "קויף" אלעס, נישט קיין חילוק CRC OU ווייסמאנדעל
אדער סטאר K! איך "קויף" אלעס!

איך גלייב מער נישט אין גארנישט, אלעס איז ביי מיר כשר. מיט דעם אלעם וואוין איך אין היימישן געגענט ממש אינעם הארץ פון וואס איר רופט אן
אלט-וויליאמסבורג. מיין ווייב ווייסט נישט דערפון, מיינע קינדער לערנען ביי אייך אין די מוסדות. איך בין א היט און רעקל אינגערמאן און אסאך
וועלן אפילו זאגן א פרומער אינגערמאן. ווען קיינער זעהט אבער נישט "קויף" איך כל מה שליבי חפץ.

און ווער איז אויף דעם אלעם שולדיג? דער אינטערנעט! גלייבט'ס מיר רבנים, איך אליין קען הונדערטער "קויפער'ס" ווי מיר! און יענע הונדערטער קענען נאך הונדערטער!
זיי דרייען זיך ביי אייך אין די שוהל, שרייען יו"כ אויפדערנאכט כל נדרי נאכ'ן איינפאסטן אויף OU מאכלים, צווישן זיי זענען רבנישע קינדער, פלאמערס, מגידי שיעור
און זאגאר דער בעל תפילה!

איר וועט אודאי פרעגן: פארוואס פארצייל איך אייך דאס? דער תירוץ איז זייער פשוט, איך בין צושאסן און צובראכן ביי מיר. אויב מיינט איר אז איך פיר א גליקליך
לעבן, וויל איך ענק זאגן: ניין!

אמת, איך גיי טאקע ארום מיט א רעקל און הויזן געמאכט פון שעטנז, אבער איז עס דען באקוועם? מיין הארץ קלאפט יעדע רגע וואס איך דריי מיר ארום
דערמיט. ווען איך זעה מיינע חברים מיט זייערע דזשי ענד דזשי סוט'ס וועלכע זענען שעטנז פריי באפאלט מיר א שווייס און א דעפרעסיע כאפט מיר אן.
איך קען עס אבער נישט אויסטוהן! איך בין פארשפארט!

דער אונטערנעט האט מיר געעפענט צו א נייער וועלט. איך בין געווען אן אויבער חכם, נישט געפאלגט די רבנים. היינט זעמיר אין א גרופע אויפגעקלערטע
אבער צובראכענע אינגעלייט. מיר האבן זיך אנגעליינט און אנגעזעהן וואס ענקערע האר וועלן זיך שטעלן. ס'געקומען צו א פונקט און איך האב באשלאסן
אז דאס איז עס! איך בין א "קויפער"!

איך בעהט אייך טייערע לייענער אל תמות כדרך שמת פלוני! מיין הארץ רייסט, איך בין פיל מיט ספיקות! יעדעס מאל איך גיי אריבער א צלם, זאל איך זיך
יא ביקן? נישט ביקן? כ'ווייס נישט! עטס ווייסט וואס פארא כף הקלע דאס איז?

נו, איך בין שוין וואס איך בין, איך קען מיר נישט העלפן. נאר איך בעט יעדן: זייטס נישט קלוג! פאלגטס די רבנים! און פאר אייך רבנים, זאגטס פאר אייער
קהילה לייט אז נישט א שעטנז רעקל וועט זיי מאכן העפפי, א דאווענען אן א גארטל ברענגט נישט קיין לאנג טערמיניגע שמחה, זיך וואשן די גאנצע האנט
אום תשעה באב וועט אויך נישט קיין סאך העלפן! איך בין שוין פארפאלן ליידער, אבער כלל ישראל דארף נישט נאך!

איך בעט אייך טייערע ליינער, ביטע ליינט עס אפ מיט אן אפענעם קאפ, פרובירט נישט צו לאכן פון יענעם'ס צרות. ס'נישט קיין שיינע מדה.
און נעמט ענק אין די הענט אריין, פארשפרייט'ס מיין מעסעדזש. זאלן אנדערע מיר נישט נאכטון.-- א שיינעם דאנק!

ווי עס וואונטש
א "קויפער"

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:39 pm
דורך חכם מחוכם
זר, קוים וואס איך אטעם פאר געלעכטער, אייזן!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:39 pm
דורך פריינדליך
OU קען מען דיר נאך מתיר זיין, די ברענעדיגע שאלה איז: ווי קויפסטע פלייש?

אויב קויפסטע ווייטער די הייליגע פלייש פון 82 בוטשער איז אלעס אללרייט מיט דיר, אויב ביזטע שוין געגאנגען א טריט ווייטער און די האסט אנגעהויבן קויפן פלייש אויף ראס סטריט ביי די אנדערע בוטשער.... השם ירחם

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:32 am
דורך לאדיך אפ
מיין ווייב פרעגט פארוואס איך טרייסל מיך... :like

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:59 am
דורך נולד מאוחר
סהאט מיר גענימען אפאר סקונדעס צי כאפן וועלכע 845# האטליין איך דארף קאלן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:28 pm
דורך דעינעש
זר, גאנץ שפאנענד. איזעס אייגנס ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:33 pm
דורך זר זהב
נישט אייגענס. געגאנבעט פון די אנדערע אפגעפארענע וואס האבן שוין דא געשריבן זייערע געשיכטעס, נאר עטליכע דעטאלן ארומגעטוישט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:17 pm
דורך zurich
זר,דארפסט צו שרייבן.. אז כדאי די חברה אפגעפארענע קויפערס זאלן אויפהערן קויפען, דארף מען זאגן פאר די רבנים אז מען זאל זיך כאפן באצייטנס און טוישן דעים "סיסטעם" :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:22 pm
דורך טראכט
זר, איך האב אויסגעפלאצט אזש מיין שכן האט מיר געמוזט שטיל מאכן, ווי איז געווען די אשכול פארמאכט אז איך האב עס נישט באמערגט ביז יעצט? ווי קען זיין אז איך האב דאס פשוט פארזען?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:13 pm
דורך a1b2
שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:49 pm
דורך a1b2
נולד מאוחר האט געשריבן:סהאט מיר גענימען אפאר סקונדעס צי כאפן וועלכע 845# האטליין איך דארף קאלן.

845?????

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 10:54 am
דורך קאווע טרינקער
פריינדליך האט געשריבן:OU קען מען דיר נאך מתיר זיין, די ברענעדיגע שאלה איז: ווי קויפסטע פלייש?

אויב קויפסטע ווייטער די הייליגע פלייש פון 82 בוטשער איז אלעס אללרייט מיט דיר, אויב ביזטע שוין געגאנגען א טריט ווייטער און די האסט אנגעהויבן קויפן פלייש אויף ראס סטריט ביי די אנדערע בוטשער.... השם ירחם

עסען OU פלייש?
עד כאן
שטעל דיך פאר דו גייסט אריין אין שטוב פון ר' ישראל בעלסקי און דו עסט פון זיין שריים? רחמנא ליצלן
דו ביסט דאך סאך מער פון אים.
LOL

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:35 pm
דורך a1b2
זייט דעים ארטיקעל גייט נישט דעריך א וואך וואס איך טראכט נישט פין דעים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:42 pm
דורך a1b2
איי איך בעינק די שרייבערס דא אמאל זענען דא געווען
ווי נעמט מען אזעלכע ארטיקלען היינט
אין ארטיקלען פין שרגא יואב קול דודי יאנקל יידל זר זהב

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 3:43 pm
דורך a1b2
גיי זיי מאסביר זיי האבן שוין נישט גקענט די רבי
ביייי סי יא ווען זיי וועלן זיין צריק