בלאט 1 פון 1

נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 1:28 pm
דורך קרן זוית
צענדליגע טויזנטער זענען ארויסגעקומען אין די גאסען מיט א קול מחאה, דעם מוצאי שבת. אויסשרייענדיג אז די נייע נתניהו רעגירונג טוט אונטערברעכן די יסודות פון דעמעקראטיע.

איינס פון די רעפארמען וואס די נייע רעכטע רעגירונג וויל רעפארמירן, איז די מהלך וויאזוי די מערכת המשפט ווערט געפירט אינעם לאנד. די לינקע גענויגטיגטע קוקען דאס אן ווי א סכנה פאר זייערע עקסטענדעד, לגבי די עתיד פון זייער וואוינען אין א דעמאקראטישע לאנד.

ווי באקאנט איז דער מערכת המשפטים מער גענויגט צום לינקען באוועגונג אין מדינות ישראל, אנגעהויבן מיט ליבעראלער באטראכטונגען, ווי אויך זייער כוח אין געזעץ וואס איז אומאפהענגיג פונעם כנסת, און אזוי אויך די מהלך וויאזוי זיי נעמען אויף נייע שופטים ועוד. ס'זעהט אויס ווי דאס וועט זיין אן ערענסטע אינערלעכן קאנפליקט במשך די קומעדיגע יאר'ן, וואס אירע תוצאות קען אסאך אויסמאכן אויף להבא.

ווי אויך קען דאס זיין נוגע לעניני דת ומדינה, לדוגמא אויב רוב ממשלה וויל דורכפירן א געזעץ, צו קען א לינקער שופט זאגן אז דאס איז קעגען די בעסיק געזעצן פון דעמעקראטיע און דאס אפווארפן.

דאס האט ארויסגעשלעפט בערך 80 טויזענט ישראלים, און מיט דעם אויסגערופן א וויי געשריי און א קול מחאה. מיט דער השתתפות פון אסאך פערזענלעכקייטן, ובראשם די אמאליגע ראש הממשלה אהוד ברק און בנימין גאנץ דער פריעדיגער זיכערהייט מיניסטער.