בלאט 1 פון 4

בארא פארק ברענגט א קרבן פסח אין שרעקליכע עקסידענט

נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2023 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
א שרעקליכע עקסידענט האט פאסירט אין בארא פארק ממש ביי כניסת חג הפסח ווען א קאר האט דורכגעשניטן די גאסן אויף גאר א הויכן ספיד און אריינגעקראכט אין א אנדערע קאר וואס האט ליידער אראפגעהאקט א טייערע יונגערמאן האברך החשוב מוה''ר ר' חיים בלום ז"ל – קוים עטליכע חדשים נאך זיין חתונה.

די ביטערע בשורה האט פארשטערט דעם יו"ט און כלל ישראל איז מלא צער אויף די שרעקליכע געשעעניש אין זמן חרותינו.

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2023 11:26 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
שרעקליכע טראגעדיע.

יד ישראל באמצע?

נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2023 11:28 pm
דורך יצחק פיש
טייערער הייליגע לעכטיגע נשמה אויפן וועג אהיים פון מקווה זיך גרייטן צום הייליגע יום טוב, נעבאך.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 12:43 am
דורך חב''ד הויזן
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:שרעקליכע טראגעדיע.

יד ישראל באמצע?
א ווילדע 'אדעסי' דריי מינוט נאכ'ן זמן, אין הארץ פון בארא פארק...

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:00 am
דורך [NAMELESS]
זאלסט מיר מוחל זיין אבער לויט באריכטן איז עס געווען א סיענע.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:34 am
דורך שמעון וואלף
אלו ואלו..
די אדעסי האט אריינגעהאקט אינעם סיענע וואס האט אלץ רעזולטאט אראפגעקלאפט דעם אינגערמאן נעבעך.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 8:59 am
דורך פנחסבןאלעזר
אדורך א רויט לייט?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 11:25 am
דורך אינגערמאנטשיקל
חב''ד הויזן האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:שרעקליכע טראגעדיע.

יד ישראל באמצע?
א ווילדע 'אדעסי' דריי מינוט נאכ'ן זמן, אין הארץ פון בארא פארק...
געטראכט די זעלבע. דו ווייסט?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 11:52 am
דורך טאמבל סאס
פיקוח נפש איז טאקע דוחה שבת אבער נאר ווען ער איז שוין א חולה..

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 11:58 am
דורך [NAMELESS]
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:שרעקליכע טראגעדיע.

יד ישראל באמצע?
יא ליידער.
א זוהן פון א גרויסע ב.פ. גביר האט אריינגעקראכט אין די מיניווען פון איינע פון מונקאטשער רבי'ס גבאים וואס האט ליידער אומגעברענגט ר' חיים בלום.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 12:41 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
רחמנא ליצלן. הערט זיך ווי א קרוב למזיד ליידער.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:רחמנא ליצלן. הערט זיך ווי א קרוב למזיד ליידער.
נישט ח''ו קרוב למזיד אז ער האט איינעם געוואלט שעדיגן, אבער ליידער טאקע מזיד צו פארן אויף א שרעקליכע סכנה'דיגע וועג בכדי להמית.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 1:09 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
דאס אינזין געהאט.

וואס איז די הלכה'דיגע הגדרה אויף אזא פאל?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 1:24 pm
דורך חב''ד הויזן
חתם סופר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:רחמנא ליצלן. הערט זיך ווי א קרוב למזיד ליידער.
נישט ח''ו קרוב למזיד אז ער האט איינעם געוואלט שעדיגן, אבער ליידער טאקע מזיד צו פארן אויף א שרעקליכע סכנה'דיגע וועג בכדי להמית.
געספידט, אדער עפעס מער פון דעם?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 1:51 pm
דורך מונטסורי
שולחן ערוך חושן משפט שעח ח
היה אחד רץ ואחד מהלך והוזק המהלך ברץ חייב מפני שרץ שלא ברשות בד"א בחול אבל בע"ש בין השמשות פטור מפני שרץ ברשות
סמ״ע סעיף קטן י״א
מפני שרץ ברשות: ז"ל הרמב"ם פ"ב דחובל דרץ ברשות כדי שלא תכנס שבת והוא אינו פנוי עכ"ל ול' זה משמע לכאורה אפי' רץ בעסקיו לגומרם קודם שבת מיקרי ברשות אבל ממ"ש מור"ם אחר זה מוכח דס"ל דוקא דרץ בעסקי צרכי שבת מיקרי ברשות ועפ"ר:
ברויך מען טאקע זען זיך נישט צו דרייען אין די היימישע געגענטער סמוך לכניסת השבת (אויסער אויב מען איז אליינס א רץ ברשות פארשטייט זיך).

מען קען זאגן אז דאס טאקע מיינט דער פסוק: לֵךְ עַמִּי בֹּא בַחֲדָרֶיךָ וּסְגֹר דלתיך בַּעֲדֶךָ חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יעבור זָעַם…

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 1:56 pm
דורך צפור בודד
דא איז נישט סתם א רץ, נאר א רץ מיט אן אויסגעשטרעקטער מעסער. א שוגג קרוב למזיד אין עיר מקלט קולטתו.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:14 pm
דורך פלוניש'ל
שרעקליכע מעשה! קוים חתונה געהאט!

די נפטר פלעגט שרייבן דא אינעם שטיבל.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:19 pm
דורך צפור בודד
פלוניש'ל האט געשריבן:די נפטר פלעגט שרייבן דא אינעם שטיבל.
עלה מוות בחלונינו!

איז דאס דער ערשטער בר מינן דא אין שטיבל?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:22 pm
דורך פלוניש'ל
מ'קען נישט וויסן פון אנדערע, עם האב איך געקענט פערזענליך.
ער פלעגט ליינען אשכולות אויף ק"ש מיט דארשט.

איז עטיש ארויסצוגעבן די ניק יעצט? @מנהל

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:22 pm
דורך טאמבל סאס
פלוניש'ל האט געשריבן:שרעקליכע מעשה! קוים חתונה געהאט!

די נפטר פלעגט שרייבן דא אינעם שטיבל.
זאג מיר נישט נאך א ק"י פייער מעשה.. ה"י :אומגלויבליך:

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:33 pm
דורך קלוגע יודל
לויט ווי מען זעהט אויף ווידיאו האט די אדעסי געהאט א גרין לייט
יעצט מיטן שרייבן אלע מינע לשונות, אדורגעריסן, ווילד וכו', טוישט זיך נישט די פאקט אז ער געהאט די גרינלייט

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:33 pm
דורך טאמבל סאס
חתם סופר האט געשריבן: יא ליידער.
א זוהן פון א גרויסע ב.פ. גביר האט אריינגעקראכט אין די מיניווען פון איינע פון מונקאטשער רבי'ס גבאים וואס האט ליידער אומגעברענגט ר' חיים בלום.
וועמענ'ס זוהן? פון וואס מאכט זיין טאטע געלט?

באמת ווייס איך נישט וואס איז די נפק"מ. מ'טאר נישט סטעריאוטייפן. נישט אלע גבירים ציען אויף אימפולסיווע און רעקלעס קינדער.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:34 pm
דורך טאמבל סאס
אזויפיהל גבאים האט מונקאטשע רבי?