די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

"חב"ד, א מחנה כופרים, משכילים, ציונים," דאס איז געווען די נארמאלע מיינונג ביי אסאך אידן ביז נישט לאנג צוריק און ביי געוויסע איז נאך היינט אזוי די מיינונג.

איך האב אביסל פרובירט צו נישטערן ווי די טעות האט זיך אנגעהויבן, ווי אזוי נעמט מען א קהילה קדושה פון כלל ישראל וואס לערנען און זענען עוסק א גאנצע טאג מיטן דינען דעם אייבערשטן און זען וואס נאך זיי קענען טון צו צופרידן שטעלן דעם אלמעכטיגן גאט, און מען געט זיי א פארשווארץ דעם פנים און גארנישט, עולם גולם נעמט נישט קיין פינף מינוט ביז מיט א בלעכענעם פנים שרייען זיי "כופרים" און האלטן אזוי באמת.

די ערשטע זאך האב איך אנגעהויבן מיט סאטמאר, זיי זענען דאך די הויפט לוחמים, האב איך געטראכט לאמיר זען אביסל וואס סאטמער רבי זי"ע האט געזאגט אויף ליובאוויטשער רבי, אפשר וועט מען קענען מדייק זיין אויף זיינע ווערטער און מאכן עפעס, אבער עס האט מיר אפגעווארט א גרויסע איבעראשונג...

"עס איז נישטא קיין איין שלעכט ווארט פון סאטמער רבי אויף ליובאוויטשער רבי!!"

די מערסטע וואס איך האב געטראפן איז עפעס א קרעכץ וואס סאטמערע רבי האט געגעבן ווען ליובאוויטשער רבי איז אים געקומען מנחם אבל זיין, און מאנכע האבן עס אויסגעטייטש אז ער איז נישט געווען צופרידן פון אים, און על סמך זה בויט מען אויף גאנצעטע בנינים פון סטר"א וצד הטומאה מיט אלע שיינע טיטלען.

איינמאל מיינע אויגן האבן זיך שוין געעפענט האב איך שוין אויך אנגעהויבן זען נאך זאכן וואס דער עולם לעבט אין א גרויסע טעות, איך וועל דאס דא שרייבן און אויב ביסטו נישט צופרידן האסטו א אויסוואל, אדער זיך אויפמאכן די אויגן און זען אז דו האסט געלעבט אין א טעות אין א מוח שווענקעריי ביז היינט, (דאס מיינט נישט אז דו דארפסט טוישן דיין לעבן לכבוד דעם, קענסט בלייבן ווי דו ביסט) אדער אויב עס איז צו שווער, בלייב אין דיין טעות, הכל בסדר.

ווי מער איך האב אנגעהויבן דורכצוטון סאטמאר און ליובאוויטש זע איך אז סאטמערע רבי, ווי גרויס ער זאל נאר נישט האבן געווען, איז ניטאמאל אנגעקומען צו די קנעכל פון ליובאוויטשער רבי, אזוי אז אפילו ער זאל ווען יא ארויסקומען אקעגן ליובאוויטשער רבי וואלט עס געווען אזא בחינה ווי בעלזער רבי איז ארויסגעקומען קעגן סאטמאר רבי,

איי וועט עטץ זאגן: דו חכם, דו ביסט געווארן געשווענקט פון די ליובאוויטשער פראפגאנדע? איז שתי תשובות בדבר:
1) נו וואס איז די פראבלעם? דאס אז סאטמארע רבי איז געווען גרויס, דאס ווייס איך אויך נאר פון פראפאגאנדע, נו אויב אזוי וואס איז ער בעסער פון אים? אויב עפעס גלייב איך ענדערש די פראפאגאנדע פון חב"ד, איינס וויבאלד עס איז נישטא קיין אפיציעלע קוועלער וואס באקן מעשיות אזוי ווי אין סאטמאר, ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן, צוויי די ליובאוויטשער פראפאגאנדע באשטייט נישט פון קיין שלעגערס בעלי מחלוקות און אנדערע פראבלעמען ,
2) איך האב געטראפן מער פרוף (עווידענס בלע"ז) צו ליובאוויטשער רבי'ס גדלות ווי צו סאטמערע רבי'ס גדלות, אריינגערעכנט ווידיאס פון פארברענגען שעות ארוכות און זאגן טיפע תורות, ואין כאן מקומו להאריך דאס זענען נישט קיין סודות, עס איז אפן פאר יעדן.

און חוץ פון דעם קען מען זען אז אלע רבי'ס פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט דרך ארץ פארן ליובאוויטשער רבי'ן (ווי שלעכט קען שוין אזא איד זיין).

יעצט. ח"ו רעד איך נישט קיין איין קרום ווארט אויף סאטמאר רבי זי"ע, איך בין נאר געקומען אויפקלערן די מיספארשטענדעניש און די מוח שווענקעריי אין וואס אסאך נארמאלע מענטשן האבן געלעבט און לעבן נאך ביז היינט, און איך בין זיכער אז סאטמאר רבי וועט מיר דאנקבאר זיין אויף דעם, ער איז שוין היינט אין עולם האמת ער דארף שוין נישט די פאלשע כבוד.

רבותי איך בין נישט קיין ליובאוויטשער און איך זוך נישט די עולם זאל ווערן ליובאוויטש, זייטס געזונט און נעמט אייך נישט צום הארצן :lol:

דער אשכול פארמאגט 98 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר