איך האב אינדערהיים אן אלטע סידי פלעיער וואס מ'קען אריינשטעקן דערין א USB אבער ס'איז זייער נישט פראקטיש, זינט די סקרין איז זייער קליין און עס ליינט אויך נישט עברית, און דאס באוועגט מיר צו זוכן עפעס א נייע כלי, וויל איך וויסן, וואס נוצט דער עולם היינטיגע צייטן?
איך דארף עפעס וואס נעמט איינע פון די צוויי, א USB אדער אן SD.
עס דארף קומען מיט אן אויטפוט ספיקער.
עס מוז נישט נעמען קיין סידי (ז"ל).
איך גלייב אז ס'איז אן עמהארצישע שאלה אבער מיין לאקאלע עלעקטראניק סטאר ארבעטער איז געווארן צומישט פון מיין (אפשר צו פשוט'ע) שאלה, סאו פרעג איך דא...
@ערנסטגערעדט
מיט דאנק פון פאראויס.
היים מוזיק שפילער
דער אשכול פארמאגט 10 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן