בלאט 1 פון 1

אינעם קומענדיגן גלגול

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:46 pm
דורך מונטסורי
יוסי בראך, טיילט געלט אסאך
פאר מיין חבר דער דיין, כ'בין נישט קיין צר עין
און דער רבי מיט זיין קעיק, דזשאסט גימי א ברעיק
שטעלט צו דירות, די קינדער קאסירן שכירות

און איך מיט מיין פאנגוס, וואס מיט מיר ראנג איז?
ווי א לוזער אין סירקלס, דאווען נאך אין מוירטל
און די גאב"ד מיטן ראב"ד, און יעדער וויל זיין מרן
און מיין קאמפעני סקריפּעט, און ס'לויפן די יארן

ס'כאפט מיר א שוידער, כ'וויל שמעקן די פּוידער!
אבער וואו איז די פוידער? וואו איז מיין פלאן?
מיין רבי פון כתה ו', פראסקעט מיך נאך צאם!

אז מארגן וועט זיין בעסער, האב איך פאריגע וואך געטראכט
דערמאן איך זיך יעצט, אין שויער ביינאכט
שבשתא כיוון דעל, א קאַקער בלייבט א קאַקער
גאטס מיסטעיק, כ'בין שוין אויף דעם אויך מוותר

נאר געמיר שוין די קולעיד אדער געמיר די טיי
בעל כרחך אתה נוצר וברצונך אתה חי
לאמיך גיין משוגע, לאמיך אויף וואלאבאוט טאנצן,
אמת מארץ תצמח, איינער ברויך עס פלאנצן

סוקסעס איז רעלאטיוו, און חיימאו איז א סטאַר
גל פז נאך אלץ פארמאכט, א דאנק הערשל קלאר
כ'בין געווען אמאל א אינגל, מ'זאגט גאנץ בא'חנ'ט
כ'האב געדארפט זיין א נגיד, אבער נעווער מיינד

כ'האב שוין גערעדט צו שלמה'ן פון די חברא קדישא
וועגן א קרקע אין בית עולם, נעבן זיידן ר' אלישע
באקן דארט בייגעלעך און א פיינעם קויליטש
מיט אלע נגידים און דער רבי ר' יואליש

די לופט דארט אזוי לויטער, די גראז אזוי גרין
ס'שטיל ווי גרויס די יאר, און מיין לעכט באקס איז קלין
די ווערים ציפן, אבער די קאפ איז נישט מבולבל
כ'וועל געבן נאך א טריי, אפשר אינעם קומענדיגן גלגול

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 4:57 pm
דורך שעפטאל
:lol: :cry: :cry: :cry: :lol:
כ'לאך, בשעת מיין הערצעלע וויינט.
גיימער אלע אזוי ענדיגען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 6:56 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@@מונטסורי כ'שפיר פאר דיר, זעהט אויס ווי דו ביסט פשוט געגאנגן כו"אב'ן היינט דארט אין שקאנעמאנק ראוד ווי די קולעיד מיט די גרינע גראז מישן זיך אויס ווי איין טיפע מאראסט, און אלעס קוקט אויס דארט ווי תיקון עולם. אבער אפילו דארט האבן די חבק"א אויך מצליח געווען צו שטעלן מחיצות אויס מורא אז אפילו דארט זעקס פיס אינטער, ברויך מען אויך חושש זיין צו קענען נכשל ווערן, אפילו אן ווייפיי, בלוטוט, אדער וואצעפ. וואט עי ווארלד! פליז רעד דיך נישט איין אז דארט איז בעסער. לאמיר מאכן דא בעסער. דא איז כאטשיג פארהאן פיינע טיי, פרעג נאר אן ביי @שעפטאל

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 7:35 pm
דורך ברוך שפינוזה
זייער קלוג פון דיר אז דו קוקסט שוין ארויס אויפ'ן נעקסטן גילגול, נישט עס צו נוצן אלץ א תירוץ זיך ארויסצודרייען פון דיינע פליכטן אין דעם גילגול, אבער מ'קען אלץ ארויסקוקן אויפ'ן נעקסטן שאנס. איין זאך נאר, פאר דו מאכסט גראנדיעזע פלענער פאר'ן נעקסטן גילגול דארפסטו זיכער מאכן אז יענץ וועט זיך נישט ארויסשטעלן אלץ דעם זעלבן פאנטשער ווי דעם איצטיגן... פאר סטארטערס מאך זיכער צו געבוירן ווערן אלץ א בכור אין א פארמעגליכע סעקולארע פאמיליע, אזוי קרויזסטו שוין אויס רוב פון די חרא :)

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 8:03 pm
דורך שעפטאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לאמיר מאכן דא בעסער. דא איז כאטשיג פארהאן פיינע טיי, פרעג נאר אן ביי @שעפטאל
וואס עפעס נאר שעפטי
היינט צו טאג'ס שוין באלד דא א מנין ק"ש מידגלידער געטרינקענע, געהאלפנע.
בעזה"י זיי וועלען אויכעט מגלה זיין לאט לאט :D

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:25 am
דורך מונטסורי
שעפטאל האט געשריבן::lol: :cry: :cry: :cry: :lol:
כ'לאך, בשעת מיין הערצעלע וויינט.
גיימער אלע אזוי ענדיגען?
וואס וויינסטו שעפעלע? וואס איז שוין אזוי שלעכט דארט? די מנוחת הנפש, ליטערעלי, די נפש איז אויף אפרוה,

ווי שרייט נאר ראפי די קינג? לאטס מי כאָפּ!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:39 am
דורך מונטסורי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@@מונטסורי כ'שפיר פאר דיר, זעהט אויס ווי דו ביסט פשוט געגאנגן כו"אב'ן היינט דארט אין שקאנעמאנק ראוד ווי די קולעיד מיט די גרינע גראז מישן זיך אויס ווי איין טיפע מאראסט, און אלעס קוקט אויס דארט ווי תיקון עולם. אבער אפילו דארט האבן די חבק"א אויך מצליח געווען צו שטעלן מחיצות אויס מורא אז אפילו דארט זעקס פיס אינטער, ברויך מען אויך חושש זיין צו קענען נכשל ווערן, אפילו אן ווייפיי, בלוטוט, אדער וואצעפ. וואט עי ווארלד! פליז רעד דיך נישט איין אז דארט איז בעסער. לאמיר מאכן דא בעסער. דא איז כאטשיג פארהאן פיינע טיי, פרעג נאר אן ביי @שעפטאל
טיי איז טאקע אן אפציע, די געדאנק איז אדער לאטס מי כאפ אדער טאקע חי-געלעבט, דער עולם התוהו איז דאך לויטער יסורים, כאטש געמיר שוין די קולעיד אדער געמיר די טיי, פערזענליך האב איך נישט קיין פרעפרענץ, כאפ די קולעיד און לייג זיך אוועק ווי א איד, נאר טאקע צוליב די ארומיגע אפשר ווילט זיך לעבן אביסל איז געמיר כאטש די טיי, אבער ניין, ווילן זיי כ׳זאל לעבן און אויך בלייבען ׳נארמאל׳, ומושכים כלם יחד מזה אחד ומזה, בין איך ווייטער קרח מכאן וקרח מכאן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:35 pm
דורך ביבער
צרת רבים נחמת טפשים אדער נאר א חצי נחמה אבער פאר א נויט נעמט מען דעס אויך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 9:10 am
דורך מונטסורי
ברוך שפינוזה האט געשריבן:זייער קלוג פון דיר אז דו קוקסט שוין ארויס אויפ'ן נעקסטן גילגול, נישט עס צו נוצן אלץ א תירוץ זיך ארויסצודרייען פון דיינע פליכטן אין דעם גילגול, אבער מ'קען אלץ ארויסקוקן אויפ'ן נעקסטן שאנס. איין זאך נאר, פאר דו מאכסט גראנדיעזע פלענער פאר'ן נעקסטן גילגול דארפסטו זיכער מאכן אז יענץ וועט זיך נישט ארויסשטעלן אלץ דעם זעלבן פאנטשער ווי דעם איצטיגן... פאר סטארטערס מאך זיכער צו געבוירן ווערן אלץ א בכור אין א פארמעגליכע סעקולארע פאמיליע, אזוי קרויזסטו שוין אויס רוב פון די חרא :)
אין עצה ואין תבונה אויב די סעטטינג אין מח איז עפעס נישט גוט אנגעשטעלט, מ׳דארף ווייפּען די גאנצע קומפיוטער און נאכאמאל אינסטאלירן ווינדאוס, לב טהור ברא לי אלקים, די גאנצע משפחה קען מיטקומען אויפן פרישן גלגול, נאר די הארעץ, ווי ר׳ מיילעך זאגט, די הארעץ מאך מיר א נייע!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 4:39 pm
דורך תרמב
איינער זאגט מיר אז ער גייט באגנבענען די פלעטבושע אידן ווייל ער וויל מגולגל ווערן קיין פלעטבוש...